☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מיר שטאמען נישט פון עיפס

מיר שטאמען נישט פון עיפס

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5271
בלאט: 1 2

יאיר » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:28 pm

· #164245
מיר שטאמען נישט פון עיפס
כידוע לכל באי שערי מדע, האט מען שוין פעסטגעשטעלט אין די סייענטיפישע וועלט פאר א לאנגע צייט אז מענטשן שטאמען פון עיפס. פונדעסטוועגן איז דאס נישט געווארן אקצעפטירט דורך א ריזיגע צאל מענטשן, בפרט די רעליגיעזע באפעלקערונג. טייל מענטשן שעמען זיך אז זיי שטאמען פון עיפס. אנדערע ווארפן דאס אפ בהחלט, פארשטייענדיג אז דער מענטש איז 'עפעס אנדערש'. ער איז קלוג, פארגעשריטן, געטליך. ער האט א הייליגע נשמה וואס ברענגט אז ער זאל טון בעיקר גוטס אין זיין לעבן. גוט, אמאל פאלט ער דורך, אבער דאס איז נאר צוליב דער רשעות'דיגער אומזעהבארער שטן וועלכער שטייט אים אין וועג און וועט סייווי בקרוב געשאכטן ווערן. דער מענטש אליין, ווער רעדט נאך דער איד, איז ממש לויטער חכמה און פקחות, דערהויבן און גרעסער פון יעדער בעל חי אויף דער וועלט. עס איז קלאר בעיני כל רואה אז די גאנצע תכלית פון די בריאה איז בלויז געווען כדי צו צוקומען צו דעם מענטש.

ובכן, האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף א באזוך צווישן פארשידענע סארטן מענטשן. איך האב זיך געוואלט באקענען פון דער נאנט מיט דער בעל חי וועלכער טענה'ט מיט איבערצייגונג אז ער איז דער מובחר הברואים. איך האב געכאפט א שמועס מיט אלע מיני מענטשן, פון פארשידנארטיגע קרייזן, נאטורן, רעליגיעס וכדו'. אזוי רעדנדיג מיט זיי, האב איך געקענט זען פון דער נאנט ווי ממש יעדער איינער פון זיי איז אזוי זיכער ווי ער איז דאס בעסטע און דאס שענסטע וואס די אוניווערס פארמאגט. אויף יעדע שאלה וואס איך האב נאר געהאט אויף א מענטש'נס אויפפירונג אדער אויף זיינע אפיליאציעס האט ער מיר תיכף מסביר געווען בטוב טעם ודעת ווי שכל'דיג און ווי קלוג זיין יעדער שריט איז, ווי יעדער פון זיינע מיינונגען זענען פעסט אויסגעבויט און אויסגעהאלטן לויט זיינע פרינציפן.

זיך באקענענדיג אבער נענטער מיט די אלע מענטשן, האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אביסל אן אנדער בילד. לאמיר איבערגעבן אביסל פון וואס איך האב אנטדעקט, אלס וואס איך האב באגעגנט:

[list]מענטשן וואס האלטן אז אויב א טאטאלער פרעמדער פון די גאס פארגינט זיי נישט זייער שיינע לעקסוס וועלן זיי פארלירן זייער פארמעגן, א קינד, אדער שלום בית, און אויב זיי וועלן אנטון א בלויע שטיין אדער א רויט בענדל וואס מען האט ארומגעבינדן ארום א שטיין וואס מען האט געלייגט נעבן א פרוי פון וועמען זיי שטאמען וועט זייער פארמעגן, קינד און שלום בית ווערן געראטעוועט.

מענטשן וואס האבן פון אלעם גוטן, און ארבעטן פון צופרי ביז ביינאכט אין שווערע אומשטענדן, צוקריגן זיך מיט זייערע בעסטע פריינט און משפחה אדער רייסן ארויס דעם ביסן ברויט פון ארימעלייט, כדי אז ווען זיי נעמען ארויס דעם רעסיט פון זייער באנק דעפאזיט זאל זיך געפינען דארט פיר זעראס און נישט דריי.

מענטשן וואס זענען איבערצייגט אז אויב מען גלייבט אז גרונם חצקל וואס האט געלעבט פאר דריי טויזנט יאר צוריק האט גערעדט צו גאט איז מען א קלוגער, געלונגער, זאכליכער מענטש, אבער אויב מען גלייבט אז יקיש פייוויש וואס האט געלעבט פאר צוויי טויזנט יאר צוריק אדער פאר פינף הונדערט יאר צוריק אדער פאר פינף מינוט צוריק האט גערעדט צו גאט איז מען א טיפש, א חסר דעה, און א פתי יאמין לכל דבר.

מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט צו באצאלן גראסערי בילס וואס לאזן זיך קאסטן צענדליגער טויזנטער דאלארן כדי אנדערע מענטשן וואס קענען נישט צאלן שכר לימוד בילס זאלן נישט מיינען אז זיי זענען שנארערס. דערנאך בעטן די גראסערי ארימעלייט פון די שכר לימוד ארימעלייט אז זיי זאלן מאכן א טיי אווענט, וואו אלע שכר לימוד ארימעלייט וועלן אראפגעבן מעשר פאר די גראסערי ארימעלייט, כדי אז ווען די שכר לימוד ארימעלייט וועלן חתונה מאכן זאלן די גראסערי ארימעלייט זיי צוריק מאכן א טיי אווענט כדי די גראסערי ארימעלייט זאלן נישט מיינען אז זיי זענען גאר די שנארערס.

מענטשן וואס האלטן אז אויב א שלשידעס וויינענדיגער אדמו"ר וועט אנקוקן א ווייסע פאפיר וואו עס שטייט דער נאמען וואס זיין טאטע איז בייגעפאלן אים צו גיבן ביי זיין ברית אינאיינעם מיט דער נאמען וואס זיין מאמע'ס טאטע איז איינגעפאלן צו געבן ביי איר קידוש וועט זיין קענסער אוועקגיין, און אז אויב עס וועט שטיין דעם זעלבן נאמען אויף א פאפיר מיט ליניעס וועט די קענסער בלייבן.

מענטשן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע סכומים כדי מען זאל לאזן אויסקריצן א זעקס פיסיגע טאבלעט און ארויפלייגן דערויף די שווארצע אותיות פון זייער נאמען און עס אויפהענגען פונקט אינדערמיט פון א הויכער בנין, און דערנאך זאלן אנדערע מענטשן כאפן א בליק דערויף בשעת זיי לויפן ארום פאר'דאגה'ט ווי אזוי צו ברענגען ברויט אין שטוב אדער ווי אזוי צו אויסהיילן זייער קינד'ס מחלה.

לכל הפחות א ביליאן מענטשן אויף דער וועלט פון וועלכער יעדער איינציגער מענטש איז איבערצייגט אז ער איז דער איינציגער וועמען עס איז געלונגען זעלבסשטענדיג צו אנקומען צו דעם ריינעם גענויעם אמת, בעת אלע אנדערע ניין הונדערט ניין און ניינציג מיליאן און ניין הונדערט טויזנט ניין און ניינציג מענטשן זענען פאטאל אומלאגיש, אומ'שכל'דיג, פול מיט נגיעות, קארופטירט און מושפע פון אנדערנ'ס מיינונגען.

אלטע זיידעס מיט ווייסע בערד וואס שעפן עמערס פון חיות פון דעם וואס אנדערע אלטע זיידעס און יונגע בחורים קוקן זיך צו ווי זיי קלאטשן און אפטמאל קלאטשן זיי מיט. דערנאך רופן זיי זייערע ברידער אין געריכט וויבאלד זייערע ברודערס האבן אויך טויזנטער מענטשן וואס קוקן ווי זיי קלאטשן וואס וואלטן בעצם געקענט קוקן ווי זיי אליין קלאטשן ווען נישט זייער ברודער האט זיי באאיינפלוסט צו קומען קוקן ווי ער קלאטשט.

מענטשן וואס האבן כסדר מורא צו טון וואס זיי ווילן באמת, אדער זאגן וואס זיי האלטן אדער זענען באמת, צוליב א פחד אז אנדערע מענטשן וועלן זיי אראפקוקן פאר'ן זאגן אדער טון זאכן וואס זענען נישט איינשטימיג מיט וואס זיי האלטן, און צוליב דעם האבן די אנדערע מענטשן אליין מורא צו זאגן וואס זיי זענען באמת, ווייל די ערשטע וועלן זיי אראפקוקן פאר'ן זאגן זאכן וואס זענען נישט איינשטימיג מיט וואס זיי אליין האלטן, וחוזר חלילה.

מענטשן וואס האבן ליב צו ליינען און הערן זאכן וואס שטימען מיט א געוויסע וועלט אויסקוק וואס זיי אליין האלטן נישט דערביי, וויבאלד עס גיבט זיי די אילוזיע אז פאקטיש האלטן רוב מענטשן אזוי, בשעת די זעלבע רוב מענטשן פארלאזן זיך אז מסתמא האלטן אזוי רוב פון די אנדערע מענטשן און זיי ווערן פאקטיש יא צוקאכט ביים ליינען אז כלל ישראל איז אויפגערודערט, אדער אז די גאנצע וועלט איז אין טרויער, אדער אז די הימלען פאלן איין, אדער אז א בליץ האט געבליצט און א דונער האט געדונערט אינמיטן העלן טאג.

מענטשן וואס גרויסן זיך אז אלעס וואס זיי האלטן אדער גלייבן איז אויסגעהאלטן לויט לאגיק און שכל, בשעת זייער אייגענע לאגיק איז נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע אייגענע לאגישע כללים וואס זיי אליין האבן אראפגעשטעלט.

מענטשן וואס זאגן אויף די זעלבע זאך היינט יא און מארגן ניין, האבן נישט קיין פראבלעם צו צוטיילן א האר אויף צוויי חלקים וואס זענען בכלל נישט קיין פארגלייך איינער צום צווייטן, בשעת זיי וועלן תיכף דערנאך צוזאמשטעלן הודו מיט כוש וואס איז אזוי ענליך אז מען קען גארנישט מחלק זיין צווישן די צוויי.

מענטשן וואס זענען פארנומען כסדר אז יעדער איינער איז גלויביג און לאזט זיך פארנארן כאטש אלע זייערע גלויבונגען האבן לעכער, בשעת אקוראט די זעלבע לעכער געפינען זיך אויף זייער נאז, פארדעקט אונטער די ברילן.

יונגע און אלטע, פרויען און מענער, טאטעס און זיידעס, באבעס און עלטער באבעס, וואס רעדן זיך איין אז זיי מאכן אליין אפ ווי אזוי צו פירן זייער לעבן לויט גאר ריכטיגע און לאגישע חשבונות, בשעת יעדער טריט זייערער ווערט געפירט אונטער זייער באוואוסטזיין דורך הונדערטער טויזנטער פסיכאלאגישע גורמים, געוואנדן לויט די רענדאם געשעענישן פון די געזעצן פון נאטור, פון ווען זיי ווערן צוזאמגעשטעלט אין זייער מוטער ביז ווען זיי הויכן אויס זייער נשמה.[/list:u]


מתוך די אלע אבזערוואציעס בין איך געקומען צו די מסקנא אז מיר שטאמען טאקע נישט פון עיפס. מיר זענען אליין אליין עיפס. דער איינציגסטער חילוק איז אז עיפס רעדן זיך נישט איין אז זיי זענען מענטשן. דערפאר האבן נישט עיפס קיין האלאקאוסט, קיין טעראר אטאקעס, קיין רעליגיעזע פאנאטיזם, און קיין קאווע שטיבל וואו מען רעדט זיך אפ אויף די אלע זאכן.

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:55 pm

· #164251
ולהוסיף קצת

עיפס וואס רעדען זיך איין אז וויבאלט זיי שטאמען יא פין עיפס, ממילא מעגען זיי אפלאכען פין די נארישע מעשים פין אנדערע וואס האלטען אז זיי זענען נישט עיפס, און ממילא זענען זיי יא דער מובחר הבריאה פין עיפס.......

יאיר » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:59 pm

· #164253
איחוד פעלד
ולהוסיף קצת

עיפס וואס רעדען זיך איין אז וויבאלט זיי שטאמען יא פין עיפס, ממילא מעגען זיי אפלאכען פין די נארישע מעשים פין אנדערע וואס האלטען אז זיי זענען נישט עיפס, און ממילא זענען זיי יא דער מובחר הבריאה פין עיפס.......

איך בין געשטאנען און געווארט עס זאל קומען דער עיפ וואס וועט כאפן דעם catch 22 און מפרסם זיין למען זיכוי הרבים.

איחוד פעלד » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:05 pm

· #164257
אז די רעדסט וועגען א קעטש 22, די חוקרים זאגען טאקע אז עיפס זענען בעסער מיט נומערען ווי מענטשען.

<a class="postlink" href="http://www.columbia.edu/cu/news/00/01/monkeys.html">http://www.columbia.edu/cu/news/00/01/monkeys.html</a>

ביידערוועי, מיר שטאמען נישט פין עיפס, מיר שטאמען פין פריימעיטס וואס פין זיי האט זיך צוטיילט מענטשען און מאנקיס בערך פינף צו זיבן מיליאן יאר צוריק, לדברי החוקרים.

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:25 pm

· #164260
עפ"ל.

יאיר » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:27 pm

· #164261
איך אויך
עפ"ל.

ביסט זאט, עיפ? יעצט גיי צוריק באהאנדלען די קריטיש וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק פון בעלז און סאטמאר. קניפ-אין-בעקל עיפעלע.

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:34 pm

· #164262
איך פארשטיי ביסט אויף א מיסיע אריינצושטיפן בכוח דיין קליינקעפיקע כפירה ווי אימער מעגליך ,אבער איז נישט די נייע העמק דבר געמאכט דערפאר?

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:39 pm

· #164263
דיין קאונטער אטאקע האט מאלפע אפדרוקן. ערענסט גערעדט יאיר , אויב וואלט ״רעיפען פרויען״ געווארן אנערקענט ביי סייענטיסן אלץ א צייכן פון אינטעליגענציע און סוואלט געווארן דער סימבאל פון אויפגעקלערטקייט וואלסטע זיך ארויסגעלאזט אין די גאסן כאפן פרויען ?

דאס אויפגעקלערטקייט ביי היימישע אידן אפשטמיגע זעט אויס צו זיין א סיריעס קרענק. ל״ע
איינער האקט

יאיר » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:46 pm

· #164265
איך אויך
איך פארשטיי ביסט אויף א מיסיע אריינצושטיפן בכוח דיין קליינקעפיקע כפירה ווי אימער מעגליך ,אבער איז נישט די נייע העמק דבר געמאכט דערפאר?

ענדליך זאגסטו שוין עפעס צו די זאך. גבאים ביטע רוקט עס אריין אין העמק דבר, דארט מעג מען יא שרייבן כפירה. נאר דא טאר מען נישט.
פארפאלן, אזוי ארבעט דער מוח פון דעם עיפ-מענטש.

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:50 pm

· #164266
ניין דארט טאר מען אויך נישט. דארט איז געמאכט פאר קאנטראווערסיעל ענינים

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:52 pm

· #164267
בדיוק ,דארט קענסטו דיך פרייען אין דיין גן עדן של שוטים.

יאיר » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:55 pm

· #164268
דער (פינטעל) איד
ניין דארט טאר מען אויך נישט. דארט איז געמאכט פאר קאנטראווערסיעל ענינים

איז עס קאנטראווערסיעל אדער כפירה? און וואס באדערט אזוי שטארק? אז איך האב אויסגעמישט די קאטעגאריעס? ווען מען מישט אויס צווישן קאווע שטיבל און געזעלשאפט ווערסטו אויך אזוי דערשראקן און ווערסט נישט בארואיגט ביז דו שיסט אפאר טפשות'דיגע קאמענטארן איבער א נושא וואס דו הייבסט נישט אן וויסן די אלף בית דערפון?
עיפ-מענטש בתפארתו.

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:00 am

· #164270
איך האב נישט קיין פראבלעם דוה זאלסט האלטן ביסט א מאנקי (אדער וואטעווער אנדערע טעאריע איז אין פעשון אויפן מאמענט) אבער צו אלע צרות וואס זענען דיינע זיידעס און באבעס שולדיג?

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:01 am

· #164271
יאיר
דער (פינטעל) איד
ניין דארט טאר מען אויך נישט. דארט איז געמאכט פאר קאנטראווערסיעל ענינים

איז עס קאנטראווערסיעל אדער כפירה? און וואס באדערט אזוי שטארק? אז איך האב אויסגעמישט די קאטעגאריעס? ווען מען מישט אויס צווישן קאווע שטיבל און געזעלשאפט ווערסטו אויך אזוי דערשראקן
עיפ-מענטש בתפארתו.

דער חילוק איז אז קאנטראווערסיאלע נושאים האבן אידן זיך אפגערעדט אז זיי ווילן נישט ליינען, האט מען געמאכט א פארום דערפאר באזונדער. משא"כ סתם פארמישן אנדערע קאטעגאריעס איז נישט אזוי געפערליך.

יאיר » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:03 am

· #164272
דער (פינטעל) איד
יאיר
איבער א נושא וואס דו הייבסט נישט אן וויסן די אלף בית דערפון?

יש"כ! דא ליגט די גרויליגקייטן פון רוב רובו דיינע מאמרים , אלעס איין שטיק פארדארבענקייט געטריבן פון גיגאנטישע גאוה! אין די פאר ציטירטע ווערטער ליגט אלעס באגראבן. והמיבן יבין

איך אויך
איך האב נישט קיין פראבלעם דוה זאלסט האלטן ביסט א מאנקי (אדער וואטעווער אנדערע טעאריע איז אין פעשון אויפן מאמענט) אבער צו אלע צרות וואס זענען דיינע זיידעס און באבעס שולדיג?

איך האב זיך נישט געראכטן אויף אזא שיינע צושטימונג אויף מיין אשכול!

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:09 am

· #164275
כמו שאמר החכם: גן עדן של שוטים.

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:21 am

· #164282
@יאיר צי מיר שטאמען יא אדער נישט פון עיפס, האסטו זייער גוט ארויסגעברענגט אונדזער עיפישע חלקים.

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:32 am

· #164284
יאיר, נעם אראפ די דריטע...
וועסט בלייבן מיט די אנדערע י"ג עיקרים

הוגה » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:49 am

· #164287
יאיר, מיין ווייב גלייבט נישט אז איך האב דאס נישט געשריבן.

איך וויל מוסיף זיין נאך איינס:

מענטשן וואס מיינען אז אויב זיי וועלן יא אדער נישט גלייבן אז זיי שטאמען פון עיפס וועט עס טוישן די מציאות.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:55 am

· #164291
סך הכל זאגסטו @יאיר אז די חילוק פון א עיפ און א מענטש-עיפ, איז אז א עיפ-מענטש איז פיל מיט נגיעות און הפאקריסי, איא?
לפי דעם מאכסטו עיפס אויסזעהן שלעכט, און דער מענטש איז באמת ווייניגער ווי אן עיפ.
איך וואלט געקעלרט צו זאגן אז אויב קומט דער מענטש טאקע פון עיפס איז עס אויך לטובתא פונקט ווי לרעיתא, דער מענטש אין דעות איז פארשיכורט מיט נגיעות און הפאקראסי, זיין אהבת עצמו איז ארורכגעפרעסן ביזן מארך ביין, אבער ער קען העלפן א צווייטן און טוען גוטס אויף א לעוועל וואס דער עיפ קען נישט. די שאלה וואס פארבלייבט מיר נאר איז אויב מ'זאל אויפפיילען אלע רציחות און עוולות פון דעם מענטש אנקעגן זיינע גוטס, וועלכע פייל וועט זיין העכער.

מאטי » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:17 am

· #164300
איינער האט געפרעגט נתן סליפקין אויב ער מעג אים רופן מר. עיפ. האט ער געענפערט, נאר אויב איך מעג דיר רופן מר. דירט (Dirt ).

אחד העם » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:04 am

· #164311
@יאיר זייער שיין!!
געוואלדיג ארויסגברענגט ווי דער עולם גולם, וואס זיי לעבן מיט'ן קאפ אינטערן גאטשע בענדל, רעדן זיך איין אז דער מושג מובחר הבריאה גייט ארויף אויף זיי,
נאך איין מזל אז דער יידישער דיקשענערי פארמאגט אזא ווארט ווי כפירה....

ודי למבין » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:17 am

· #164335
אויסערגעווענליך גוט, יאיר! וגם אני אענה חלקי.

מענטשן וואס זענען ביזי מיט קדושה און הייליגקייט א גאנצע טאג, אבער די הענט פון די מענטשן ארום זיי זענען פיל מיט בלוט פון אומשולדיגע נשמות וואס זיי האבן מאלעסטעט.

הוגה » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:06 pm

· #164389
@יאיר, כ'האב געטראפן א בילד פון די זיידע ז"ל...

.
IMG_20131124_134809-1.jpg

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:46 pm

· #164421
.....

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 3:59 pm

· #164425
שיטה, נישט יעדע זאך דארף מען אוועקמאכן. עס איז געווען א קפידא ביי גאר אסאך ערליכע אידן נישט צו געבן א נאמען נאך איינעם וואס איז אוועק יונגערהייט, און לכה"פ צולייגן נאך א נאמען.
דער מנהג האט א שטארקע מקור, און נישט אלעס פארשטייסטו יעצט, אונז וועל מיר כאפן נאכאמאל א שמועס נאכן לערנען אביסל קבלה...

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 4:44 pm

· #164440
שמעקעדיג, הייסט אז דער מלך מלכי המלכים זיצט אויבן אין בית דין של מעלה, א מיטינג פון די גאנצע בית דין, און אויך די מלאך המוות זיצט דארט אויפן זייט פון די אויבן אן, און מ'קוקט דורך וועם מ'גייט נעקסט אוועקנעמען פון די וועלט.
מ'גייט דורך אלע נישט איינגעשריבענע אין עין הרע אינשורענס פאליסי, קינדער פון אומגעשוירענע מאמעס, און מענטשען וועמען זייער יום כיפור לעכטל האט זיך פארלאשן, און פלוצלים זעט מען אויפן ליסטע א נאמען וואס שיינט ארויס. א פרישע יולדת, געזונט און שטארק ב"ה, אבער וואס קען מען טוהן? זי הייסט נאך א באבע וואס איז אויך אוועק נאך א לידה! סארא מין חוצפה? שרייט די בית דין פה אחד? טויט שטראף קומט זיך דערפאר. אבער דער שטן זאגט, וואס זאל איך טוהן? זי meet נישט מיין קרייטעריע, זי איז נישט קיין בעל עבירה, געגאל'ט אויף טריפל זערו, און זי טראגט א רויטע בענדל. אבער די בית דין בשלהם, א נאמען איז א נאמען, און די פסק מוז ווערן אדורכגעפירט. קומט צו גיין א גוטע ווייסע מלאך, און טענה'ט אז מ'האט איר דאך צוגעגעבן א נאמען, אויב אזוי איז די גאנצע קיטרוג מבוטל. הערענדיג די ווערטער איז אנטשטאנען אין שטיל שווייגעניש, ער זאגט דאך עפעס. אלע אויגן זענען געוואנדען צום הויפט דיין, כביכול ב"ה, און הפסק יוצא מפי קודב"ה, דאס צוגעלייגטע נאמען וועט דא נישט העלפן, נעמט איר אוועק פונעם עולם השפל, און דערוואגן זאלן זיי זיך צו געבן א נאמען פארן תינוקת נאכן מאמע'ן, אפילו מיט זיבן צוגעלייגטע נעמען.

נו, אויב דו האלטסט אז אזוי גייט צו א טיפיקל טאג אינעם בית דין פונעם רחום וחנון, דעם דין אמת, דאן גלייב אזוי, אבער איך גלייב אין א fair גאט, שאינו דן דין על דברים של מה בכך.

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 4:51 pm

· #164443
[ציטאט אראפגענומען]


וואס טרעטסטו אויף געפילען פון א חשובער משפחה וואס די נאמען פייגא האט שוין צום צווייטען מאל געליטען אזא פאטאלער קלאפ ווען די באבע נאך וועם די נפטרת האט געהייסען איז אומגעקומען אויפן זעלבן טראגישען אופן

צו וואס בתוך השבעה וימי אבל יענעם אזוי אנגרייפען

ניש אויף דעם זאגט דער פסוק
יושב חושך??? היפאקריט

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 4:53 pm

· #164444
אנגעפילטע פיש דו מיינסט אז דו פארשטייסט מיט דיין מענטשליכע שכל וואס טוט זיך דארט ? א פעיר גאט ? דו ביזט זייער באגרעניצט. און פארוואס מ'איז זיך נישט משדך מחותנים מיט'ן זעלבען נאמען פארשטייסטע יא ? דארט זיצט אויבן דער שר הממונה אויף בני און זאגט סארי זיין טאטע מיט איר טאטע האבן דעם זעלבן נאמען גענוי , קען נישט געבן פאר זיי קינדער. הא ?

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 4:56 pm

· #164445
נאר,,פרייליך
[ציטאט אראפגענומען]


וואס טרעטסטו אויף געפילען פון א חשובער משפחה וואס די נאמען פייגא האט שוין צום צווייטען מאל געליטען אזא פאטאלער קלאפ ווען די באבע נאך וועם די נפטרת האט געהייסען איז אומגעקומען אויפן זעלבן טראגישען אופן

צו וואס בתוך השבעה וימי אבל יענעם אזוי אנגרייפען

ניש אויף דעם זאגט דער פסוק
יושב חושך??? היפאקריט

וואס קען מען טון ? א סאמטמארר אינגערמאן האט אנגעטראפן הרב מילער'ן ז"ל כבודו במקומו מונח , און ער איז ווילד געווארן און געמוזט מאכן עטליכע דראסטישע טוישן צו פיטן דע קרייטיריע פון א מילער חסיד וואס איינע דערפון איז צו ווייזן אויפגעקלערטקייט. ס'אשא יעדע רגע

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:01 pm

· #164446
דער (פינטעל) איד
אנגעפילטע פיש דו מיינסט אז דו פארשטייסט מיט דיין מענטשליכע שכל וואס טוט זיך דארט? א פעיר גאט? דו ביזט זייער באגרעניצט. און פארוואס מ'איז זיך נישט משדך מחותנים מיט'ן זעלבען נאמען פארשטייסטע יא? דארט זיצט אויבן דער שר הממונה אויף בני און זאגט סארי זיין טאטע מיט איר טאטע האבן דעם זעלבן נאמען גענוי, מ'קען נישט געבן פאר זיי קינדער. הא?


איך האב געוואלט שרייבן די זעלבע וואס פינטעלע, נאר אביסל רואיגער.

"גאט איז פעיר"? זיכער אזוי, א-ל אמונה, אין עול, צדיק וישר הוא; צדיק ה' בכל דרכיו וחסיד בכל מעשיו, אבער אונז זעה מיר נישט אזוי מיט אונזערע אייגעלעך. עס איז דא טיפערס ווי די "פעיר" סטארי וואס מיר זעהען און פארשטייען. מען קען נישט אוועקמאכן זאכן וואס שטייען און ספרים און יודעי דבר האבן מקפיד געווען דערויף אין אלע דורות בלויז ווייל מיר פארשטייען (נאך) נישט.

פאר דעם האב איך אויסגעפירט, עמיר כאפן א שמועס נאכן לערנען קבלה ספרים. אסאך נייע זאכן וועט מען געוואר ווערן.........

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:05 pm

· #164448
ממש? יסודות פון תורה?

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:10 pm

· #164451
[ציטאט אראפגענומען]


זינט ווען האט מען פון איר צוגענימען א שם ושארית???

זי האט ב''ה איבערגעלאזט א געזינט טאכטער'ל וואס העט בעז''ה אויפבויען אן אידיש שטוב און האבען די מעגליכקייט פון א נאמען געבן נאך איר מוטער

וויפיל מענטשען קענט איר וואס די קינדער הייסען נאך די עלטערן??

I'm back » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:43 pm

· #164468
@נאר,,פרייליך און @דער (פינטעל) איד , באלייקטס ענק איינער די צווייטן.

הוגה » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:44 pm

· #164469
יאיר

מענטשן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע סכומים כדי מען זאל לאזן אויסקריצן א זעקס פיסיגע טאבלעט און ארויפלייגן דערויף די שווארצע אותיות פון זייער נאמען און עס אויפהענגען פונקט אינדערמיט פון א הויכער בנין, און דערנאך זאלן אנדערע מענטשן כאפן א בליק דערויף בשעת זיי לויפן ארום פאר'דאגה'ט ווי אזוי צו ברענגען ברויט אין שטוב אדער ווי אזוי צו אויסהיילן זייער קינד'ס מחלה.


אן אויסגעפאשעטע קי קוקט צו מיט קענטיגע הנאה ווי מען אנטפלעקט א הערליכע מעלעריי ווי זי גיבט צו עסן פאר איר יונגע קעלבל.....

.
IMG_20131124_161715-1.jpg

סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:47 pm

· #164471
!!!
image.jpg

דעת תורה » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 8:32 pm

· #164508
עס איז ידוע מען זאגט אלס אז רש"י האט אין יעדן ווארט מרמז געווען גאנצע ענינים. אין דעם אשכול האט מען אזוי שמיר נישט דיר נישט דורכגעווארפן א שיינע פאר פארצווייגטע סוגיות, ראשונים און פילאזאפן האבן יעדיס ענין עקסטער דורכגעטון לארכה ולרחבה, און צוגעקומען צו זייערע מסקנות כל חד וצד כדאית לי'. דא אבער קומען אפאר עיפס און טענה'ן זיך אזוי איבער א גלעזל קאווע איבער אזאלכע דברים נשגבים מדעתם, אזש עס דוכט זיך אז מען איז שולט כאטש אויף כל מכמני תורה וגלילותיה.

מאראנצןזאפט » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:01 pm

· #164541
ווייס איך נישט די סומאטוכע דא.
האב מיר אזא טייערן איד פון אלטן חדר ווי ר' יאיר, א תלמיד פון רבי ישראל מסאלאנט וואס וויל אונז ערקלערן ווי נישט און גארנישט מיר זענען וואספארא משוחת דער מענטשליכער גופניות'דיגער נפש הבהמית איז, אז ממש עפר אני בחיי וקל וחומר במיתתי, קרוץ מחומר מה.
אבער ער ווייסט אויך אז עי"ן פנים לתורה, און בחצרות תלמידי רבי ישראל ממעזבוז האט מען אויך געוואוסט פון דעם גרויסן סוד, אבער אן עסק האט מען געמאכט און עיקר קאנצעטראציע איז געווען אויף דער געטליכקייט פון א מענטש דער יצור כפיו של הקב"ה, וואס מיט אביסל הארעוואניע קען ער צוקומען צו האבן א גלייכן קשר מיט זיין יוצר (ווען די וועלט איז ראוי) וואס מיר זענען געוואוינט צו רופן נבואה.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:41 am

· #164573
מאראנצןזאפט
ווייס איך נישט די סומאטוכע דא.
האב מיר אזא טייערן איד פון אלטן חדר ווי ר' יאיר, א תלמיד פון רבי ישראל מסאלאנט וואס וויל אונז ערקלערן ווי נישט און גארנישט מיר זענען וואספארא משוחת דער מענטשליכער גופניות'דיגער נפש הבהמית איז, אז ממש עפר אני בחיי וקל וחומר במיתתי, קרוץ מחומר מה.
אבער ער ווייסט אויך אז עי"ן פנים לתורה, און בחצרות תלמידי רבי ישראל ממעזבוז האט מען אויך געוואוסט פון דעם גרויסן סוד, אבער אן עסק האט מען געמאכט און עיקר קאנצעטראציע איז געווען אויף דער געטליכקייט פון א מענטש דער יצור כפיו של הקב"ה, וואס מיט אביסל הארעוואניע קען ער צוקומען צו האבן א גלייכן קשר מיט זיין יוצר (ווען די וועלט איז ראוי) וואס מיר זענען געוואוינט צו רופן נבואה.
רויטע וואנצעס
סך הכל זאגסטו @יאיר אז די חילוק פון א עיפ און א מענטש-עיפ, איז אז א עיפ-מענטש איז פיל מיט נגיעות און הפאקריסי, איא?
לפי דעם מאכסטו עיפס אויסזעהן שלעכט, און דער מענטש איז באמת ווייניגער ווי אן עיפ.
איך וואלט געקעלרט צו זאגן אז אויב קומט דער מענטש טאקע פון עיפס איז עס אויך לטובתא פונקט ווי לרעיתא, דער מענטש אין דעות איז פארשיכורט מיט נגיעות און הפאקראסי, זיין אהבת עצמו איז ארורכגעפרעסן ביזן מארך ביין, אבער ער קען העלפן א צווייטן און טוען גוטס אויף א לעוועל וואס דער עיפ קען נישט. די שאלה וואס פארבלייבט מיר נאר איז אויב מ'זאל אויפפיילען אלע רציחות און עוולות פון דעם מענטש אנקעגן זיינע גוטס, וועלכע פייל וועט זיין העכער.

גוט אז מיר האבן דא עטליכע מליצי יושר פאר דעם עיפ מענטש, אזוי האט ער נאך א שאנס ארויסגיין זכאי בדין בזכותיכם.

לאמיר אביסל בעסער ערקלערן די כוונה פון מיין פעסימיסטישע פאוסט, וועט איר פארשטיין די טיפזיניגע רייד פון א פשוט'ער עיפ.

געווען א גרויסע יוניווערס, וואס האט ענטהאלטן ביליאנען שטערנס און פלאנעטן. איין מאל האט זיך געמאכט אז אויף איין קליין פלאנעט האט זיך באוויזן א קליין צעל. דער צעל איז געוואקסן און האט זיך פארמערט, ביז עס האט אנגעהויבן צו באשאפן ווערן גאנצע באשעפענישן. מיט דער צייט איז ערשינען פארשידענע סארטן בעלי חי, אריינגערעכנט א גרופע פון פריימעיטס. די גרופע האט זיך שפעטער צוטיילט צו פארשידענע סארטן מאלפעס און אנדערע באשעפענישן מיט'ן כלליות'דיגן נאמען 'האמאו' וואס מיר רופן היינט זייערע אייניקלעך מיט'ן נאמען מענטש. דער מענטש האט באוויזן אביסל ארויסצוקריכן פון די געווענליכע באגרעניצונגען, און ער האט דעוועלאפד א גרויסער מוח מיט וועלכע ער קען פילאזאפירן און אויס'חשבונ'ען און מאכן קונסטווערק וכדו'. צוליב דעם האט ער זיך איינגערעדט אז ער פארשטייט שוין אלעס. ער האט נישט קיין שום נגיעות, אלעס וואס ער טוט איז בלויז מיט לאגיק, און ער מאכט נישט קיין שום טעותים. מהאי טעמא האט ער געהאלטן אז אויב אים קומט אויס אז מען דארף גלייבן אין יאשקע, און די אידן גלייבן נישט אין אים, דארף מען זיי אלע אויס'הרג'ענען. איי, ס'איז דאך נישט קיין יושר, און אפילו א חיה הרג'עט נישט סתם אויב עס דארף נישט דאס עסן. אבער ניין, ער האט דאך א הייליגע ציל, ער פארשטייט דאך בעסער ווי דעם חיה. עס איז דא אמאל וואס מען מוז יא אויס'שעכט'ן מאסן מענטשן.

איר זעט? דא האט זיך אנגעהויבן די ירידה פון דעם מענטש. אזוי איז געקומען א האלאקאוסט מיט א קאמוניזם מיט א חרדיזם און אלע מרעין בישין. היטלער האט נישט סתם גע'הרג'עט אן קיין ציל, דאס וואלט דאך נישט געפאסט אפילו פאר אן עיפ. ער האט געהאט א געואלדיגער חשבון אז מען דארף אויסרייסן די נידריגע ראסע וכו'. סטאלין האט אויך נישט אויסגע'הרג'עט סתם מיליאנען מענטשן, אלעס איז בלויז געווען פאר א הייליגע ציל, קאמוניזם. אזוי ביז היינט טוען מענטשן כל מיני רשעות'ן און נארישקייטן, וויבאלד זיי פארשטייען דאך אזוי גוט וואס מען דארף באמת טון.

איז וואס איז די עצה? מיר דארפן איינזען אז מיר זענען עיפס. יא, מיר האבן טאקע בעסערע כשרונות ווי א געווענליכער עיפ. מיר האבן אפילו די פאטענציאל צו ווערן נענטער צו גאט, אבער מיר דארפן שווער ארבעטן דערויף, וכולי האי ואולי, רוב מאל געלונגט עס נישט. ווען מען גייט מעיקרא צו מיט אזא צוגאנג, איז יעדער טריט מיט ענוה, מיט ישוב הדעת, מען דארף נישט שיסן קיין זידלערייען און קללות ווען איינער זאגט עפעס אנדערש ווי וואס דו גלייבסט, ווייל, מ'קען מיינען, וואס בין איך שוין, אן עיפ. קען איך דען זיין איבערצייגט אז דוקא איך בין גערעכט און נישט יענער? איך בין דאך מושפע פון אזויפיל זייטיגע שטערונגען וואס לאזן מיר נישט זען דעם אמת'ן בילד. איך קען נאר פרובירן צו ערקלערן פאר מיין בר פלוגתא עיפ פארוואס מיט מיין ארימער שכל זעט מיר אויס אז די עוועילעבל עווידענס צייגט מער לצדי, און זאל ער ערקלערן פארוואס זיין מענטשליכער מוח מלובש בגלימת העיפ פארשטייט אנדערש, און אזוי וועט מען זיך פרידליך דורכקומען.

יעדן מאל וואס מען גייט מיט אן אש קודש אויסטיילן פאשקעווילן אדער מוחה זיין מחאות נמרצות, לאמיר זיך קודם מתבונן זיין אז אלע אונזערע 'הייליגע' און דערהויבענע צילן זענען על פי רוב געטריבן פון בלויזע נגיעות און השפעות פון אונטער'ן באוואוסטזיין. און דערנאך פרובירן צו צונעמען דעם ענין, טאקע מיט אונזערע 'מענשטליכע' כשרונות פון לאגיק און שכל, און זען אויב די פאקטן זענען טאקע גענוי אזוי ווי עס דוכט זיך אונז. פרובירן צו פרעגן ביי אנדערע עיפס וואס זייער מענטשליכער שכל זאגט, דוקא ביי אזעלכע וואס האלטן פונקט פארקערט ווי דיר, אזוי וועט דער בילד ארויסקומען קלארער. און אזוי וועלן מיר באמת קענען דאנקען דעם באשעפער אויף דעם צלם אלקים וואס ער האט איינגעפלאנצט אין אונז.

ברסלבער » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 9:36 am

· #164600
זייער שיין יאיר. מיר זאגן דאס יעדן טאג ביים דאווענען "ומותר האדם מן הבהמה אין כי הכל הבל", מען פירט נאר אויס "לבד הנשמה הטהורה" אז מען גייט נאך די נשמה נייגונגען קען מען ווערן אויס בהמה.

דער פסוק זאגט "אדם ובהמה תושיע ה'", זאגט רש"י פון חז"ל "בני אדם שהם ערומים בדעת כאדם הראשון ומשימין עצמן כבהמה בענוה תושיע ה'" אפילו איינער איז זייער קלוג דארף ער זיך מאכן ווי א בהמה, ער דארף געדענקן אז ער קען נאך אלץ זיין א בהמה און נשפע ווערן פון בהמה'ישע נגיעות.

דער מלבי"ם איז מסביר דעם פסוק אז די סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט אוועק געשטעלט די וועלט אז מען זעהט נישט גלייך אז ווען איינער איז גוט באקומט ער שכר און ווען איינער איז שלעכט באקומט ער אן עונש, אסאך מאל זעהט אויס פארקערט, ווי דער פסוק זאגט קודם "משפטיך תהום רבה" די משפטים פונעם אייבערשטן זענען באהאלטן אין תהום, מען זעהט עס נישט אויבן אויף. די סיבה דערצו איז ווייל א מענטש מצד גופו איז דאך א בהמה, נאר זיין שכל און נשמה מאכט אים פאר א מענטש, און אויב א מענטש וועט בוחר זיין בטוב ולא ברע אין די צייט וואס ער ווייסט קלאר אז נאכדעם גייט גלייך באקומען דערויף א שכר אדער עונש, דאן איז עס נישט מצד שכלו נאר מצד הבהמיות. ווייל א בהמה וועט זיך אויך נישט אריינלייגן אין א סכנה, ער וועט אויך נישט טוהן זאכן וואס ער קען געשעדיגט ווערן דערפון. אבער ווען די שכר ועונש זענען באהאלטן דאן וועט ער בוחר זיין בטוב און נישט ברע מצד השכל און דאן קומט זיך אים טאקע שכר. דאס זאגט דער פסוק, "משפטיך תהום רבה" - די משפטים פון באשעפער איז באהאלטן, ווייל, "אדם ובהמה תושיע ה'" - א מענטש איז א שטיקל בהמה כנ"ל.

אותיות מחכימות:
"אדם ובהמה תושיע ה'", מצד שהאדם הוא מורכב משני חלקים, חלק א' הוא בהמה, כי אין הבדל בין גוף האדם לגוף הבהמה, עד שמצד גופו הוא בהמה ונתון תחת חקי טבעיים מוכרחים, ומצד נפשו ושכלו הוא אדם ויכול לבחור ולעשות כפי בחירתו נגד טבעו, ואם היה השכר והעונש גלוי לא היה בוחר בטוב ומואס ברע מצד בחירת השכל, רק מצד טבע גופו, כמו שלא ישתה סם המות מצד טבע גופו, כי כל מה שיעשה האדם בעבור תועלת וערב לגוף, עושה זאת מצד בהמותו לא מצד בחירתו האנושית, שחפשיית הבחירה היא רק אם יעשה הטוב בעבור שהוא טוב ובעבור חק השכל נקי מכל פניה גופנית, ולכן היה מההכרח להסתיר השכר והעונש בתהום רבה כדי שימצא מקום לעשיית המצות מצד החלק שהוא אדם.

נהורא נפישא » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 10:05 am

· #164605
אז מרעדט שוין.
מדארף מוחה זיין אויף די ניבול המת וואס ווערט פראקטאצירט טאג איין טאג אויס און מרעדט דא נישט דוקא דורך די עוכרי ישראל הציונים נאר דוקא פון אונזערע אידן אחים לדעה אנ"ש שהתאבקו בעפר רגליו הטהורים של אותו זקן
נעמליך אז לויט די מיינונג פון די מומחים, פון די זעלבע סארט וואס טרעפן א העכערע מאס סאדיום אין די אריזאנא מדברישע ווייץ, די וואס ווייסן אז די ווערעם פון די פיש קריכן אריין פון דרויסן און ווערן נישט באשאפן פון אינעוויינוג, די זעלבע מומחים טענה'ן נישט מער און נישט ווייניגער אז מיר טרייבן אונזערע אויטאמאבילן און פאבריקן נישט מער און נישט ווייניגער פון די איבערבלייבענישן fossil fuels בלע"ז) פון אבותינו הקדמונים הקופים הראשונים כמלאכים זיעועכי"א
מיט דעם זענען מיר עובר אויף די געוואלדיגע איסורים פון ניוול המת און איסור הנאה ממת.
מדארף שוין אנווענדן אלע מיטלן מאכן מחאות און איבערקערנישן זיך אינטערווארפן די אויטאמאבילן, אפשטעלן דעם פארקער אויף אלע הויפט גאסן, זיך אויסלייגן און די לענג און אין די ברייט אויף אלע פארנומענע שאסייען לענגאויס די גאנצע וועלט.
יזדעזע העולם ת"ק פרסה על ת"ק פרסה
וואו איז אתרא קדישא ווען מ'דארף זיי ?
ביזדערווייל ווערט דער עולם אויפגעפאדערט זיך צוריקצוהאלטן פון אריינעמן אין שטוב סיי וואס ס'ווערט געמאכט פון די פאבריקן.
שומו שמים יעצט קומט אריין די שוידערליכע בשורה אז געוויסע רבנים צוליב תאות הממון והשררה ,נישט מער אין נישט ווייניגער ווילן דא בויען א היתר אז ס'זאל זיין מותר צוליב זה וזה גורם און כל דפריש מרובא פריש ,נעמליך דאס איז די גאז איז דאך צוזאמגעשטעלט אויך פון אנדערע בעלי חיים ווי די אזויגערופענע דינאסארן און נאך אנדערע אויסגעטראכטע באשעפענישן, וואס מקען פון דעם זעהן ווי ווייט די אזויגערופענע רע-בנים האבן זיך דערקייקלט צו בויען אויף אזעלעכע לעכערליכע הנחות.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 1:45 pm

· #164637
@ברסלבער דער ווארט פון דעם מלבי"ם איז א געוואלדיגער. מען דארף אויפהענגען דיין תגובה אין אלע בתי מדרשים (מיינס קען מען דאך נישט מחמת סיבות שונות וד"ל).
@נהורא נפישא 😂 😂 😂

הוגה » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:01 pm

· #164640
איך האב מיך פונקט לעצטע וואך אונטערגעהערט איאן בית המדרש ווי צוויי יודן לערנען א שטיקל מסילת ישרים, ער זאגט דארט אז די מענטש טראץ דעם וואס בעצמותם זענען זיי שוואכער ווי אלע אנדערע בע״ח דאך האט זיי די אייבישטער געמאכט געוועלטיגן איבער אלע. (יש לעיין מה בדיוק הוא מתכוון, אבער עס איז געווען אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע.)

נח געציל » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:54 pm

· #165191
הרב יאיר, גאנץ א שיינע התנצלות אויף אייער נעגאטיווע פאוסט, אבער אויב מעג איך נעמען די חוצפה וואלט איך אביסל מעורר געווען מעלת כבוד עיפו אויף די נאכפאלגנדע עטוואס ווילדע אויסברוכן וועלכע זענען שלא כמנהגך.

עס וואלט זיך געפאסט פון א נארמאלן עיפ ווי אייך אביסל מער איינגעהאלטנקייט קעגן די וואס פארשרייען אייך, טראץ וואס זיי רעדן זייער עיפ׳יש. איר, אלץ דורגעטראכטער עיפ, ברויכט זיך אריינלייגן אין זייער מצב און פארשטיין אז זיי שפירן ווי זיי פארטיידיגן דא א מסורה וואס איז שוין מקובל טויזנטער יארן עיפ מפי עיפ, און זיי האלטן אז יעדער נארמאלער עיפ, עכ״פ יעדער ערליכער עיפ, פארשטייט ווי זיי. דעריבער וואלט געווען כדאי אז איר זאלט זיך באנעמען צו זיי אביסל מער איידל, און מסביר זיין שיין ווי אן עיפ צו אן עיפ וואס איר מיינט צו זאגן.

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:10 pm

· #165197
נח געציל
הרב יאיר, גאנץ א שיינע התנצלות אויף אייער נעגאטיווע פאוסט, אבער אויב מעג איך נעמען די חוצפה וואלט איך אביסל מעורר געווען מעלת כבוד עיפו אויף די נאכפאלגנדע עטוואס ווילדע אויסברוכן וועלכע זענען שלא כמנהגך.

עס וואלט זיך געפאסט פון א נארמאלן עיפ ווי אייך אביסל מער איינגעהאלטנקייט קעגן די וואס פארשרייען אייך, טראץ וואס זיי רעדן זייער עיפ׳יש. איר, אלץ דורגעטראכטער עיפ, ברויכט זיך אריינלייגן אין זייער מצב און פארשטיין אז זיי שפירן ווי זיי פארטיידיגן דא א מסורה וואס איז שוין מקובל טויזנטער יארן עיפ מפי עיפ, און זיי האלטן אז יעדער נארמאלער עיפ, עכ״פ יעדער ערליכער עיפ, פארשטייט ווי זיי. דעריבער וואלט געווען כדאי אז איר זאלט זיך באנעמען צו זיי אביסל מער איידל, און מסביר זיין שיין ווי אן עיפ צו אן עיפ וואס איר מיינט צו זאגן.

א דאנק פאר די תוכחה, קיבלתי באהבה. לאמיר נאר זאגן אין זעלבסטשוץ אז ווען מען וואלט מוחה געווען אויף א נארמאלע וועג, ווי למשל אז עס איז שלא על פי תורה אדער אז עס איז נישט אמת, מילא. וואלט איך זיך אפשר גענומען די מיה צו ערקלערן. אבער ווען די ערשטע רעאקציע איז סתם צו שיסן קללות, איז געווענליך נישטא וואס צו מאכן מיט אזא עיפ. באמת וואלט איך סתם געדארפט איגנארירן און גיין ווייטער, נאר באתי להורות לרבים אז דער כותב השורות איז אויך נישט מער ווי אן עיפ וואס איז פונקט אזוי עמפינדליך ווען מען רירט אן זיינע י"ג עקרים...

דער (פינטעל) איד » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 7:02 pm

· #165724
נו יאיר , נאך נישט געליינט? דאס וועט דיר מאכן דאפלט פרייליך!!

<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/news/world/humans-evolved-chimps-pig-mating-report-article-1.1534117">http://www.nydailynews.com/news/world/h ... -1.1534117</a>

שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 3, 2018 2:11 am

· #417774
הוגה
איך האב מיך פונקט לעצטע וואך אונטערגעהערט איאן בית המדרש ווי צוויי יודן לערנען א שטיקל מסילת ישרים, ער זאגט דארט אז די מענטש טראץ דעם וואס בעצמותם זענען זיי שוואכער ווי אלע אנדערע בע״ח דאך האט זיי די אייבישטער געמאכט געוועלטיגן איבער אלע. (יש לעיין מה בדיוק הוא מתכוון, אבער עס איז געווען אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע.)


אינטערסאנטע אשכול. אריינגעבלאנזשעט דא בטעות.

זיי זענען ״פיזיש״ שטערקער, אבער אונז זענען ״קלוגער״ דעריבער האבן מיר שליטה איבער זיי. ביידע פון די זאכן איז א פראדוקט פון שטייטע עוועלוציע במשך פון מיליאנען יאהרן. ס׳האט זיך אנגעהויבן אז א געוויסע שבט פון קלוגע ״עיפס״ האבן אויסגעטראפן וויאזוי צומאכן פייער, דאס איז געוועהן די גרעסטע אויסטרעף זינט די וועלט שטייט און א גרויסע Game-changer וואס האט געפירט צו א רעוועלוציע און צו די דיוועלעפמענט פון מאדערן-הומאנס. פייער איז גענוצט געווארן אלץ א וואפן, צו מאכן בעסערע Tools און מעטאלס, צו הייצן, צו קאכן- עסען געקאכטע עסען- פעטע פלייש האט געפירט צו דיוועלעפמענט פון די ״גרויסע ברעין״ און אונז געגעבן די מעגליכקייט און די ענערדזשי וואס די ברעין דארף האבן.

די נאמען פון די מעשה דארף הייסן ״פייער האט אונז געמאכט מענטשען״...

דאס אלעס איז נאר לויט די כופרים... גלייבטס נישט די אלע מעשיות! אונז האבן א תורה מסיני....

ונתנהתוקף » מאנטאג דעצעמבער 3, 2018 9:15 am

· #417783
שבת
דער וואך ביי בורא מאורי האש, לייג צו א ברכה שלא עשני מאנקי.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 3, 2018 11:16 am

· #417792
במוצאי שבת נתן הקב"ה דיעה באדם הראשון מעין דוגמא של מעלה והביא שני אבנים וטחנן זו בזו ויצא מהן אור

פסחים, דף נ"ד, עמוד א'

זייט די מענטשן וואס קענען קאכן האבן אנגעפאנגען צי געבען טשאלענט פאר זייערע הינט, זענען די קעפ פין די הינט געווארן גרעסער און פאנגען אן צי ווערען מענטשן
מען קען דאס נאך נישט זען ווייל עס נעמט בערך א טריליען יאר.

קען זיין אז די vegetarians וועלן ציריק ווערן מאנקיס, דאס קען מען שוין יא אביסל באמערקען.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג דעצעמבער 3, 2018 12:37 pm

· #417799
Re: מיר שטאמען נישט פון עיפס
הקטן
במוצאי שבת נתן הקב"ה דיעה באדם הראשון מעין דוגמא של מעלה והביא שני אבנים וטחנן זו בזו ויצא מהן אור

פסחים, דף נ"ד, עמוד א'

זייט די מענטשן וואס קענען קאכן האבן אנגעפאנגען צי געבען טשאלענט פאר זייערע הינט, זענען די קעפ פין די הינט געווארן גרעסער און פאנגען אן צי ווערען מענטשן
מען קען דאס נאך נישט זען ווייל עס נעמט בערך א טריליען יאר.

קען זיין אז די vegetarians וועלן ציריק ווערן מאנקיס, דאס קען מען שוין יא אביסל באמערקען.
הרוצה לשקר ירחיק עדותו, אזוי אז מ'קען עס ניטאמאל אפווענדן
בלאט: 1 2