☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פירוש המילות פון אנדערע שפראכן..

פירוש המילות פון אנדערע שפראכן..

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5269

מנשה לוסטיג » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:07 pm

· #164216
פירוש המילות פון אנדערע שפראכן..
איך זוך אסאך מאל צו פארשטיין א ווארט פון אנדערע שפראכן, אבער כ'ווייס נישט גענוי וויאזוי עס צו גוגלען..
איז איש את רעהו יעזורו, אפשר ווייסט איר גלייך די אפטייטש דערפון.

מנשה לוסטיג » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:08 pm

· #164217
וואס מיינט 'פאפיטא' [ספעניש]

וואס מיינט 'קאטשיטו' [ספאניש]

פרישער » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:10 pm

· #164218
מנשה לוסטיג
וואס מיינט 'פאפיטא' [ספעניש]

וואס מיינט 'קאטשיטו' [ספאניש]

דאס זענען פאפילערע נעימען פאר ספאניארדן

מנשה לוסטיג » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:13 pm

· #164220
לא הבנתי

רויטע וואנצעס » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:15 pm

· #164221
[quote="מנשה לוסטיג"]וואס מיינט 'פאפיטא' [ספעניש]


<a class="postlink" href="http://www.urbandictionary.com/define.php?term=Popita">http://www.urbandictionary.com/define.php?term=Popita</a>

פרישער » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:36 pm

· #164226
מנשה לוסטיג
לא הבנתי

זייער פשוט, אסאך ספאנישע ערלים הייסן פאפיטא אדער קאטשיטא

מנשה לוסטיג » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:04 pm

· #164365
ס'האט עפעס א טייטש די ווארט 'קאטשיטו' און כ'וויל עס וויסן

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:28 pm

· #164382
@מנשה לוסטיג די נאמען איז לכאורה קאנשיטו מיט א N
ס'מיינט די אינגסטע קינד פון א משפחה.

פאפיטא האב איך אויבן געשריבן, כ'האף האסט עס געזעהן.

דיין ביל איז: 2 לייקס. 🙂

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:41 pm

· #209828
וואס מיינט קעטסקילס? אדער ווי טייל שרייבן דא, קעצקילס?
דער בלאט וואלט זיכער עס באטיטלט "קאצן מארד", כדרכם

ונבנתה העיר » פרייטאג יולי 4, 2014 12:12 am

· #209835
איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו פרעגסט, אבער יעדע גרופע פון בערג האט א נאמען, דא זענען געווען פארשידענע נעמען און בערך אינמיטן דעם 19'טן יאהר-הונדערט איז 'קעטסקילס' געווארן די אנגענומענע נאמען.

דו ביסט דאך א חובב ויקי, דא ברענגן זיי אז די נאמען שטאמט פון די האלענדישע סעטלערס וואס האבן גערופן דעם Catskill creek בשם 'Kats Kill', וי"א אז עס האט טאקע א שייכות מיט קעץ, עיי"ש.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 2:20 am

· #233255
ונבנתה העיר
איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיי וואס דו פרעגסט, אבער יעדע גרופע פון בערג האט א נאמען, דא זענען געווען פארשידענע נעמען און בערך אינמיטן דעם 19'טן יאהר-הונדערט איז 'קעטסקילס' געווארן די אנגענומענע נאמען.

דו ביסט דאך א חובב ויקי, דא ברענגן זיי אז די נאמען שטאמט פון די האלענדישע סעטלערס וואס האבן גערופן דעם Catskill creek בשם 'Kats Kill', וי"א אז עס האט טאקע א שייכות מיט קעץ, עיי"ש.

ונבנתה: ערגעץ האב איך געזעען אז די אריגינאלע נאמען איז געווען: Kaaterskil...אויף האלענדיש ...!