☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » שיין שרייבן!

שיין שרייבן!

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5265
בלאט: 1 2

טיכטיגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:40 am

· #459008
ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'מיין זייער ציל איז נישט אז מ'שרייבט ביידע מיט א ט', הכל מודים אז מ'שרייבט מיט א ט'. זיי האבן מער אויסגעשמועסט אויב שרייבט מען ערקלערט צי דערקלערט.

כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:26 pm

· #459015
טיכטיגער
ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'מיין זייער ציל איז נישט אז מ'שרייבט ביידע מיט א ט', הכל מודים אז מ'שרייבט מיט א ט'. זיי האבן מער אויסגעשמועסט אויב שרייבט מען ערקלערט צי דערקלערט.

גערעכט. דאס האב איך געוואלט זאגן אבער למעשה געשריבן שטותים.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:51 pm

· #459019
טיכטיגער


אן אינטערעסאנטן שמועס. אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז יא צוויי באזונדערע ווערטער, איז דאס טאקע א טעות?

נישט נאר וואס ס'איז צוויי באזונדערע ווערטער, אין הויכדויטש שרייבט מען זיי אויך אנדערש, worth איז wert, און becomes איז wird

החוקר » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:55 pm

· #459038
Re: שיין שרייבן!
טיכטיגער
אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

מהיכן דנתנו?
זענען זיך זיך מסביר? אדער מאכן זיי צוזאמען אפ בשעת מעשה אז אזוי קומט עס און פרעג נישט קיין קשיות.

מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:11 am

· #459082
כוכב
יא, כ'האב געהערט דעם שמועס. פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות.

סיי ווערט (וועליו) און סיי ווערט (געשעט) שרייבט מען מיט א ט'.

ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'האב נישט פארשטאנען דעם הסבר פארוואס מ'שרייבט אין דער וואכן (סיידן אויב מ'זאגט אז וואכן איז נישט קיין לשון רבים נאר מיינט איין וואך. ענליך טרעפט מען למשל דאס ווארט אידן. אין אלטע ביכער קען מען זען אזא זאץ ווי א אידן גנב'עט נישט.)

ווערט און ווערד איז יש ויש. רוב זענען מחלק און געוויסע נישט.

לגבי דער וואכן - עס איז נישט קיין לשון רבים, ווייל מ'רעדט פון די וואכן-טעג באופן כללי. אויב מ'רעדט טאקע פון עטליכע וואכן שרייבט מען טאקע נישט 'דער' נאר 'די'.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:13 am

· #459083
טיכטיגער
הכל מודים אז מ'שרייבט מיט א ט'.

הכל מודים? איך בין נישט פון די הכל. איך געדענק יא אז ווערד (שוויות) קומט מיט א ד', און עס איז כדאי צו האבן א באזונדערע ספעלינג פאר דעם, עס מאכט גרינגער דאס ליינען.

מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:17 am

· #459085
@שמעקעדיג טיכטיגער רעדט פון די ט' ביים סוף פון די ווארט 'ערקלערט'.

קוק וואס ער ציטירט. ודו"ק היטב.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:19 am

· #459086
אקעי כ'האב גע'דוק'ט היטב. ואם טעיתי נא לכפר.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 7:03 pm

· #459257
טיכטיגער
אן אינטערעסאנטן שמועס אויף קול מבשר, צווישן די צוויי וועטעראן שרייבער שמעון ראלניצקי און פינחס גלויבער, שמועסן זיי איבער עטליכע אינטערעסאנטע נקודות איבער שפראך.

אן אינטערעסאנטן שמועס. אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז יא צוויי באזונדערע ווערטער, איז דאס טאקע א טעות?

כ'האב עס יעצט אויסגעהערט, ער זאגט נישט אז ס'איז איין ווארט, ס'איז צוויי באזונדערע ווערטער וואס מ'שרייבט די זעלבע. אזויווי שטיין (אבן) און שטיין (לעמוד), שטערן (כוכב) שטערן (להפריע) און שטערן (מצח).

תוהו ובוהו » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 6:33 pm

· #505997
שמעקעדיג
גערעכט, אבער איך האב געשריבן "מטבע", און נישט סכום.
מטבע קומט אנעם ר', סכום ווארשיינליך מיטן.
מטבע איז לשון זכר, סיי אין חז"ל און סיי אין מאדערנער עברית.
בלאט: 1 2