איך האב געטון א מצוה היינט
היינט האב איך געגעבן סיגארעטן פאר צוויי שנארערס און פייער פאר איין שנארער. איך האב אויך געגעבן א היטש פון עטליכע גאסן פאר אן עלטערן איד. כ'וועל דא מפרסם זיין טעגליך מיינע מצוות און יעדער קען פארציילן זיינע. קנאת סופרים תרבה
איך האב געוויסט אז דאס גייט קומען! (פרישער האט געשריבן [און יעצט פארמעקט (כ'ווייס נישט פארוואס)] אז געבן א סיגארעט איז אן עבירה) לאמיר דיר אבער זאגן, יענער ווייסט אויך און מיט דעם אלעם וויל ער עס, איך פסק'ן אז ס'איז א מצוה. אז מ'רעדט שוין פון דעם, האב איך געזען א שאלה אין א ספר ערגעץ וואו אויב מ'איז איבערגעבליבן נאר מיט איין סיגארעטל און א חבר בעט איינס וואס דארף מען טון? יענער לאזט זיך אריין אינעם סוגיא פון ונשמרתם, ער פירט דארט אויס אז דאס אוועקגעבן דעם סיגארעטל טראגט מיר זיך צוויי מצוות איינס פון חסד און דאס צווייטע פון חייך קודמין... יענער איז נאר עובר אויף איין לאו פון ונשמרתם, דארף מען געבן דאס לעצטע פארן חבר. זעט מען פון דא אז א חסד איז עס פארט.
די אשכול דארף א גוטע מעקעניק! , ס'איז צוזעצט פון אלע זייטן... 😂
דיין חייך קודמין תורה איז אבער גוט גוט.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/132713">viewtopic.php?f=4&t=4255&p=132713#p132713</a><!-- l -->
איך האב נישט געזען יענע אשכול. אפשר איז עס נישט די זעלבע טאקע צוליב דעם וואס נישט אלעמאל איז א חסד א מצוה?........
היינט גלערנט א ש"ך מיט סמ"ע, דער קצות דינגט זיך און דער סטייפלאר אין קה"י איז מיישב.
ווער געדענקט נאך דעם זיסן אידל ר' שמחה לאנדא ע"ה פון ווילי?
ער פלעגט אויך רייכערן. ער פלעגט צוגיין צו א איד און פרעגן, זאג נאר, קענסט מיר בארגן אביסל פייער? איך וועל דיר באצאלן אין גיהנם...
(אוי. וואו איז הוגה?....)
די אשכול באלאנגט אין מאחורי, און בכלל ס'זייער נישט איידל מפרסם צו זיין די ענינים.