☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » תקנות פון חסידי סקווירא איבער ווי אינגעלייט מעגן וואונען!!!

תקנות פון חסידי סקווירא איבער ווי אינגעלייט מעגן וואונען!!!

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5241

smart man » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:57 pm

· #163691
תקנות פון חסידי סקווירא איבער ווי אינגעלייט מעגן וואונען!!!
איך האב היינט געזעהן א בריוו וואס איז ארויס געשיקט פון קהל צמח דוד דחסידי סקווירא.

די בריוו זאגט אז כפי רצון רבינו שליט"א ווילן מיר אויף מערקזאם מאכן איבער די תקנות. די תקנות זענען איבער געשמועסט מיט די היימישע באוואסטע שדכנים. ביטע אויספאלגן אויך דורך אנדערע שדכנים.
1. מען טאהר נישט הארן שידוכים פאר ר"ח שבט פון שיעור ב' ישיבה גדולה, אין 12טע קלאס ביי די מיידלעך. (זיי זאגן אז די תקנה איז איינגעפירט לתועלת הישיבה וסקול כמו שנהוג במוסדות אחרים)

2. א קאפל וואס ביידע עלטערן וואונען אין שטעטל מעג וואונען אין שטעטל.

3. א קאפל וואס איינער פון די עלטערן וואונען נישט אין שטעטל, מעג וואונען דערט צוויי יאהר. דערנאך 'מוז' ער גיין וואונען דארט ווי די אנדערע עלטערן וואונט.

4. א קאפל וואס ביידע עלטערין וואונען נישט אין שטעטל 'מוז' די קאפל וואונען ווי איינער פון די עלטערן וואונען.

5. אוסער אין יוראפ אדער אין ארץ ישראל קען מען וואונען אפילו קיינער פון די עלטערין וואונען נישט דארט.