יידלשערי מדע די וואך רעדט פון מסירה און אנטיסעמיטיזם, עניני דיומא
http://bit.ly/WgN5Xp
מע דארף איהם בעטען ער זאל שרייבען דא , ער האט אויך א מיינונג וועגען מסירה.
ידען
מע דארף איהם בעטען ער זאל שרייבען דא , ער האט אויך א מיינונג וועגען מסירה.
לאזט אים דא שרייבן זיינע מאמרים דא אפאר וואכן און זיינע מאמרים וועלן אויסקוקן גאנץ אנדערש... עס פעלט דארט אביסל קאנסטראקטיוו קריטיק.
די וואך אין שערי מדע באשרייבט הרב משה נחום קרויס וויאזוי ער איז געראטעוועט געווארן ממות לחיים דעם ב' ויגש אויפן טראוועי.
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 22&gil=316
איך האב מיך באגעגנט מיט א שערי מדע פון מדען קרויס די וואך,
אט הערט און שטוינט וואס דער גרויסער וויסענשאפטלער משה נחום קרויס שרייבט:
"מענטשן פרעגן פארוואס דארף א מענטש צוויי נירן, וועלן מיר אייך געבן דערויף אן אינטערעסאנטער ענטפער, מיר געפינען אין חז"ל אז זיי ערקלערן די פונקציעס פון די צוויי נירן איינס עצה'ט עם צום גוטן און איינס עצה'ט עם צום שלעכטן, די רעכטע צום גוטן און די לינקע צום שלעכטן, אויב אזוי איז דאך פשוט פארוואס מען דארף צוויי"
שרייבט ווייטער המדען קרויס:
"א גרויסע פוסק אין עניני רפואה אין ארץ ישראל פסק'נט צוליב דעם אויבערדערמאנטן גמרא, אז ווען איינער איז מנדב א ניר זאל ער אוועקגעבן זיין לינקן ניר וואס עצה'ט אויף שלעכטס, אין נישט דער רעכטע ניר וואס עצה'ט אויף גוטס.
נישטא ווער ס'זאל לאכן
יתרו 👍
והראיה, איינער וואס איז אויף דייעלעסיס ל"ע קען זיך נישט קיין עצה געבן...
יתרואיך האב מיך באגעגנט מיט א שערי מדע פון מדען קרויס די וואך,
שרייבט ווייטער המדען קרויס:
"א גרויסע פוסק אין עניני רפואה אין ארץ ישראל פסק'נט צוליב דעם אויבערדערמאנטן גמרא, אז ווען איינער איז מנדב א ניר זאל ער אוועקגעבן זיין לינקן ניר וואס עצה'ט אויף שלעכטס, אין נישט דער רעכטע ניר וואס עצה'ט אויף גוטס.
נישטא ווער ס'זאל לאכן
ייש"כ.
די שאלה איז ווען מען לייגט אריין א ראובן'ס לינקער ניר אויף די רעכטע זייט פין שמעון, באקומט שמעון שלעכטע עצות אדער נישט?
ווי איז טאמער ראובן'ס יצה"ר איז געוועהן פאר פראנקפורטערס, און שמעון האט פיינט געהאט פראנקפורטערס, איז יעצט שמעון א צומישטער מענטש?
יתרו
נישטא ווער ס'זאל לאכן
ס'איז שוין גארנישט קיין געלעכטער.
הגרא"י וואלדענבערג בעל שו"ת ציץ אליעזר שרייבט איינע פון די סיבות פארוואס מ'זאל נישט מאכן קיין נירן טרענספלענט איז צוליב דעם סיבה. "יש להמנע גם מהתרמת כליות... דמי יודע עוד מה תהיינה הכליות יועצות בגופו של השני ... ויהיו נזקפים על התורם - המת שבגרמתו בא זה." שו"ת ציץ אליעזר חלק יג סימן צא
אפשר מיינט הרב קרויס טאקע דעם ציץ אליעזר.
עס דערמאנט מיר דער תשובה אין שבט הלוי וואס טוט מרחק זיין השתלת איברים בכלל וועגען דאס איז נישט בכלל ניתן רשות לרופא לרפאות, עס איז נישט קיין רפואה, עס איז א נייער בריאה.
די מעשה די וואך, שמות, מיט א פראמנענטער רב פון ארץ ישראל, איז הרב ישראל מאיר לאו.
אזוי דענק איך פון זיין בוך, אל תשלח ידך אל הנער
יידליתרו
נישטא ווער ס'זאל לאכן
ס'איז שוין גארנישט קיין געלעכטער.
הגרא"י וואלדענבערג בעל שו"ת ציץ אליעזר שרייבט איינע פון די סיבות פארוואס מ'זאל נישט מאכן קיין נירן טרענספלענט איז צוליב דעם סיבה. "יש להמנע גם מהתרמת כליות... דמי יודע עוד מה תהיינה הכליות יועצות בגופו של השני ... ויהיו נזקפים על התורם - המת שבגרמתו בא זה." שו"ת ציץ אליעזר חלק יג סימן צא
אפשר מיינט הרב קרויס טאקע דעם ציץ אליעזר.
איך האב אויך געלאכט די ערשטע מינוט אבער נאכדעם אלס רעספעקט צי חז"ל האב איך אנגעפאנגען צי טראכטען. דעס איז זיכער אז די פארסינאלעטי פין מענטש (כעסן אדער רואיגער, פרייליכער אדער פארקערט) ווענדט זיך אסאך אין זיין DNA אין קעמיקאלען (אין ווען מען געט צי קעמיקלען ווערט דער מענשט פרייליך). סייענטיסטין אין לאנדאן האלטען אימיטן שטודירן אויב עס איז אויך דא א "גיטער" אין "שלעכעטר" דזשין. אויב אזוי איז נישט אזוי שווער צי פארשטיין אז ווען מען טוישט אברים טוישט זיך נאטורען. (אגב עס איז דא וואס האלטען אז אפילו די ענין פין זיין א פרימער אדער נישט איז אויך עפעס א דשין. אזוי אויך איז משמע אין די ספה"ק אז עס איז א "נאטורליכע" כח. פארשטייט זיך עס איז נישט קיין סתירה צי בחירה).
איי וועסטו מיך פרעגען, זעט מען דען א חילוק ביי א מענטש וואס האט נישט קיין לינקע ניר? מסתמא נישט, ווייל עס איז דא נאך טוזענטער זאכען וואס באיינפלוסען די מענשט צי זיין גיט אדער שלעכט. אין חז"ל האב אויך דאס געוויסט כמובן, זיי האבען נאר געזאגט אז כליות איז אויך איינע פין די זאכען. (אין זיי האבען נישט דוקא געמיינט גיט (פרום) אין שלעכט (נישט פרום), זיי זאגען אחת יועצת לטובה אחת יועצת לרע (ברכות סא.))
די זעלבע שאלה איז ביי א הארץ טראנספלאנט, ווערט די פארסינאלטי געטוישט? עס איז א גאנצע שמיעס אויף די אינטערנעט, קיק למשל דא http://topnews.net.nz/content/221913-pe ... transplant
די פראבלעם איז נאר שערי מדע לייגט עס אראפ צי טריקען כאילו עס איז עולם התיקון
ערש"ק פרשת ויחי תשע"ד
לכבוד די חשובע ליינער פון גליון "שערי מדע"
תהלה לא-ל יתברך, טוען מיר ערשיינען וועכענטליך מיט די גליון 'שערי מדע' פאר נאנט צו דריי יאר, מיר האפן
אז איר האט הנאה געהאט פון איר אינהאלט.
צו שרייבן אזא גליון פארלאנגט זיך אסאך קאנצעטרירטע שעות, וואס איז זייער נישט גרינג פאר איינעם וואס איז
פארנומען על המחיה במשך די וואך. בשעת מיר האבן זיך אונטערגענומען ארויסצוגעבן די גליון האט די צייט עס
נאך ערמעגליכט, אבער במשך די יארן איז עס מיר געווארן גאר שווער, מיר האבן פארברענגט שעות על גבי שעות
אחר חצות הלילה וועכענטליך כדי איר זאלט קענען הנאה האבן פון די 'גליון שערי מדע', אלסדונג פאר אומזיסט
אן באצאלט און אן קיין נדבות.
דעריבער חשובע ליינער, בכדי צו קענען ווייטער אנגיין זענען מיר געקומען צו די החלטה אז מיר דארפן צוקומען
צו ספנאסער"ס, נדבנים, דאס וועט אונז ערמעגליכן אוועקצוגעבן עקסטערע שעות במשך די וואך פאר די גליון.
גלייבט מיר אז קוואנטום מיט גאר רייכע סחורה ליגט אין מיין באזוץ, און מיר זענען זיכער אז עס וועט אייך פארשאפן
א קורת רוח, אבער מהיום איז דאס ארויסקום פון די 'גליון שערי מדע' אפהענגיק אין אייך, ליינער! ווי מער נדבנים
אלס מער גליונות וועלן ארויסקומען.
פאר די סומע פון $100 קענט איר אריינשטעלן א מודעה, שמחה, לע"נ, וכדו' אינעם גליון וואס ווערט געליינט
וועכענטליך דורך קרוב צו זעקס טויזענט ליינער איבער די וועלט. פאר די סומע פון $250 קענט איר מנדב זיין די
גאנצע גליון פאר א וואך, ומתן שכרה בצדה איר קענט אויסוועלן 25 אלטע גליונות פון במדבר תשע"א און ווייטער.
פאר די סומע פון $500 באקומט איר 'אלע אלטע גליונות',.
געדענקט, די צוקנופט פון שערי מדע איז אפהענגיק אין אייך, ליינער!
דא איז די ארט צו באדאנקן הרבני החסיד
מו"ה ר' ישעי' שפרונג שליט"א - מעיר הבירה לאנדאן
וואס איז געווען די נחשון מיטן באשטייערן פאר די גליון מיט א שיינע סומע
ממנו ילמדו וכן יעשו
אינפארמאציע ווי אזוי צו באשטייערן:
By mail: Moshe Kraus 2 Mezabish Pl #301 Monroe, NY 10950
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20131214&gil=316
יתרואיך האב מיך באגעגנט מיט א שערי מדע פון מדען קרויס די וואך,
אט הערט און שטוינט וואס דער גרויסער וויסענשאפטלער משה נחום קרויס שרייבט:
"מענטשן פרעגן פארוואס דארף א מענטש צוויי נירן, וועלן מיר אייך געבן דערויף אן אינטערעסאנטער ענטפער, מיר געפינען אין חז"ל אז זיי ערקלערן די פונקציעס פון די צוויי נירן איינס עצה'ט עם צום גוטן און איינס עצה'ט עם צום שלעכטן, די רעכטע צום גוטן און די לינקע צום שלעכטן, אויב אזוי איז דאך פשוט פארוואס מען דארף צוויי"
שרייבט ווייטער המדען קרויס:
"א גרויסע פוסק אין עניני רפואה אין ארץ ישראל פסק'נט צוליב דעם אויבערדערמאנטן גמרא, אז ווען איינער איז מנדב א ניר זאל ער אוועקגעבן זיין לינקן ניר וואס עצה'ט אויף שלעכטס, אין נישט דער רעכטע ניר וואס עצה'ט אויף גוטס.
יעצט דארף מען וויסען וועלכע ניר האט הרב לאבין אוועק געגעבען דע רעכטע אדער דע לינקע, אדער אפשר האט גאר געהאט נאר צוויי לינקע... סארי רעכטע נירן
די וואך אין שערי מדע, שרייבט ער אזוי (בערך):
די וויסשאנפטלער זענען געוואר געווארן מיר פיהר פינף הונדערט יאר צוריק אז די וועלט איז רינדכיג
אבער חז"ל האב שוין געוואוסט דערפון אסאך פריער, ווי ס'ווערט געברענגט אין ירושלמי, אז אלכסנדר מוקדון, איז ארויף געפלויגן מיט אדלער, און ער האט געזעהן אז די וועלט איז רינדכיג
וויל איך נאר פארשטיין, פון ווי ער נעמט אז אלכסנדר מוקדון, איז געווען פון די חז"ל?
Re: שערי מדע - ר׳ משה נחום קרויס
הבא ללמדיתרואיך האב מיך באגעגנט מיט א שערי מדע פון מדען קרויס די וואך,
אט הערט און שטוינט וואס דער גרויסער וויסענשאפטלער משה נחום קרויס שרייבט:
"מענטשן פרעגן פארוואס דארף א מענטש צוויי נירן, וועלן מיר אייך געבן דערויף אן אינטערעסאנטער ענטפער, מיר געפינען אין חז"ל אז זיי ערקלערן די פונקציעס פון די צוויי נירן איינס עצה'ט עם צום גוטן און איינס עצה'ט עם צום שלעכטן, די רעכטע צום גוטן און די לינקע צום שלעכטן, אויב אזוי איז דאך פשוט פארוואס מען דארף צוויי"
שרייבט ווייטער המדען קרויס:
"א גרויסע פוסק אין עניני רפואה אין ארץ ישראל פסק'נט צוליב דעם אויבערדערמאנטן גמרא, אז ווען איינער איז מנדב א ניר זאל ער אוועקגעבן זיין לינקן ניר וואס עצה'ט אויף שלעכטס, אין נישט דער רעכטע ניר וואס עצה'ט אויף גוטס.
יעצט דארף מען וויסען וועלכע ניר האט הרב לאבין אוועק געגעבען דע רעכטע אדער דע לינקע, אדער אפשר האט גאר געהאט נאר צוויי לינקע... סארי רעכטע נירן
When someone donates a kidney they usually take the left one
יישר כוח @אנאנים און
@ונבנתה העירזייער גוט געזאגט און געלינקט
אבער מיין נקודה איז געווען אביסל טיפער, לו יהא אז ער איז יא גערעכט אז מען האט בכלל נישט געוואסט אז די וועלט איז רינדיג אפילו אויף איין זייט,
איז א היפאקריטישקייט צו ברענגען א ראיה אז חז"ל האבן יא געוואסט און די אומה"ע נישט, פון דעם וואס חז"ל וזאגט אז זיי ווייסן עס גאר פון די אומה"ע
וואס הייסט, אלקסנדר מוקדון איז דאך פון אונזערע! האסט אמאל געטראפן א גוי וואס הייסט אלקסנדר?
ובספרא דרב המנונא סבא פריש יתיר, דהא כל ישובא מתגלגלא בעיגולא ככדור, אלין לתתא ואלין לעילא, וכל אינון בריין משניין בחזווייהו, משינויא דאוירא, כפום כל אתר ואתר, וקיימין בקיומייהו כשאר בני נשא.
ועל דא אית אתר בישובא, כד נהיר לאלין חשיך לאלין, לאלין יממא ולאלין ליליא, ואית אתר דכוליה יממא, ולא אשתכח ביה ליליא בר בשעתא חדא זעירא. והאי דאמר בספרי קדמאי ובספרא דאדם הראשון הכי הוא, דהכי כתיב (תהלים קלט יד) אודך על כי נוראות נפליתי נפלאים מעשיך, וכתיב (שם קד כד) מה רבו מעשיך ה', ועל דא כלא שפיר, ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא.
זוהר פרשת ויקרא דף י עמוד א