☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס לייגט מען דא

וואס לייגט מען דא

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5231

אויפגעקלערטער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:15 pm

· #163521
וואס לייגט מען דא
שלום עליכם! ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך!! מיין עכטע נאמען איז אברהם בן אברהם!! יא איך בין א גר! איך בין געבוירן ביי נישט אידישע עלטערן, מיין פאטער איז א פינישער און די מוטער איז פון באוועריע, מיין פאטער'ס מוטער איז געווען א אידישע און דאס האט צוגעפירט 30 יאר צוריק דורכצוגיין דעם גיור, איבערלאזן דעם פארשטינקענעם גרויליגן לעבן און צוריקגיין צום שורש פון מיינע אור אור עלטערן. איך בין שנעל איינגעגלידערט געווארן ביי מיינע אידישע ברודער און שוועסטער. איך בין געגאנגען אן א אידישע קאלעדזש און געווארן גאר שנעל אויפגעקלערט, ווי איר קענט זען איז מיין אידיש גאר גוט. לעצטענס האב איך אויפגעכאפט פון ארומיגע וועגן קאווע שטיבל וואו עס טוען שרייבן אסאך אויפגעקלערטע, בין איך נאטורליך נייגעריג געווארן צו וויסן מער וועגן מיינע אויפגעקלערטע ברודער וואס האבן א פארום און טוען זיך זיכער מחזק זיין וויסענדיג וואס איך בין דורך ווען איך בין אויפגעקלערט געווארן, די בליקן וואס מיינע אלטע פריינד האבן געווארפן אויף מיין זייט. זיי, ליינענדיג די אלט מאדישע אטאאיסטישע ביכער און איך בליקענדיג אין אנגלא אידישע אמונה ביכער.

א רחמנות אויף זיי, דער אמת האב איך געטראפן זיכער אין זכות פון מיין אידישע באבע און זיידעס.
איך האב געהערט גאר גוטע גריסן אויף קאווע שטיבל. פון מער האב איך אויפגעכאפט אז דא איז גאר דער פלאץ פאר אויפגעקלערטע און אז די אויפגעקלערטע זענען זייער געליבט דא!! וואס קען מען בעטן מער? האב איך זיך נישט פארזוימט לאנג און געמאכט א צו נאמען. איך בין פרי פרייליך אויף מיין צוקונפט און פאפולערקייט וואס ווארט מיר דא אפ!!!

לעצטענס האב איך געטראפן אין ספרים געשעפט א בוך "דער וועג צום שלימות", עס איז מיר זייער געפאלן. איך האב עס נישט געוואלט אזוי שנעל קויפן פאר איך הער א רעצענזיע אויפן בוך און מער איבער'ן אויפגעקלערטן מחבר. (בליקענדיג דערין איז ער מיר פארגעקומען זייער אויפגעקלערט) וויבאלד מיין פינאנציעלער מצב איז נישט צום בעסטען יעצט. איך וואלט געווען דאנקבאר פאר ווער ס'קען אויסברייטערן מער איבער דעם.

איך קען שרייבן פיל וועגן די ליידן וואס איך בין דורך אין די ערשטע יארן, היינט איז עס שוין נישט אין אזא מצב. ועוד חזון
צום ענדע פאר יעצט בין איך פיל מיט האפענונג פאר אידנס ווארעמע אויפנאמע.

ידידכם, אויפגעקלערטער

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:28 pm

· #163524
שלום עליכם.

איך וויל פשוט זיכער מאכן אז כ'פארשטיי די נישט-געשריבענע שורות אינצווישען-די-געשריבענע. = איר האט געשריבן א בוך, און איר ווילט וויסען וואס דר'עולם זאגט דערצו?

איז אזוי, איך פערזענדלעך האב דאס נישט געליינט, ע"כ קען איך נישט האבן קיין מיינונג דא.

אנטשולדיגט.

ממרום שלח אש » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:33 pm

· #163529
יא זיכער זיכער,
דער מחבר איז העווי העווי אויפגעקלערט, און אזוי אויך די בוך איז עפעס יוצא דופנדיג אויפגעקלערט, קויף עס בעד כל מחיר, צופרידנהייט גאראנטירט!

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:37 pm

· #163530
דער "וועג צו שלימות" איז נישט ראטזאם צו לערנען, חוץ אויב ס'איז מילא כרסו מיט "כולל ענינים."

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:41 pm

· #163532
יואליש, לאך נישט פון כולל-ענינים, דיינע אייניקלעך וועלן דאס לערנען בקדושה ובטהרה, פונקט ווי דו לערענסט פלא יועץ ועוד.

ממרום שלח, אפשר לייגסטו - אדער אונזער נייע געוועזענע גוי - ארויף דא א מאמר אדער צוויי, וירא קאווע וישפוט?

גוגל העלפט מיר דאס נישט טרעפן אויף עמעזאן וכו'.

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:48 pm

· #163537
שוין לאנג נישט געווען אזוי צומישט... ווען די אשכול וואלט געווען א גוף וואלט איך געזעהן נאר א נאז, איין אויער, די לינקע אויג, און די רעכטע פיס. העלפ!

אויפגעקלערטער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:50 am

· #163568
‫יש"כ @אנאנים פאר די שיינע אויפנאמע. איך פארשטיי אבער נישט פארוואס איר באפאלט מיר אזוי! וואס פאלט אייך ביי אז איך ציטער אזוי? איך ציטער פון הרב סליפקין וחביריו? זיכער נישט! איך ציטער פון אנדערע דיעות? זיכער נישט! און איך ווער נישט פארלוירן פון אינפארמאציע וואס זאגט אנדערש ווי מיר, איך בין אויסגעקאכט און גענוג זיכער ביי זיך אליינס וואס איז ריכטיג. אבסעלוט ערליכע אידישקייט האט נישט מורא פון אויפגעקלערט אידישקייט! א ערליכער איד (טראכט פון רמב"ם) האט געמעגט אלעס ליינען און זען און שטודירן, זיין אידישקייט האט גאר קיין מורא געהאט דערפון, ופשוט היא!

וואו מיר טיילן זיך אפ איז; אונזערע קינדער, און פאר א משל וואס קען גענוצט ווערן דא, וועל איך נעמען א געזונטע עסן און א נישט געזונט עסן און עס אראפלייגן פאר א קינד, איך וועל זייער מורא האבן אז דאס קינד וואס איז א שוואכע כאראקטער און גליסט צו גלאנציגע עסן וועט זיך חלילה צוכאפן צום נישט געזונט מאכל. איך פאר מיר, איז עס בכלל קיין פראבלעם.

אונזערע חכמים ז"ל האבן דאס זעלבע מורא געהאט פאר אונז קינדער. נישט יעדער פון אונז איז רייף זיך אנצוליינען און זען אלע צדדים, נישט ווייל אידישקייט בעצמיות איז אין געפאר, מיר זענען אין געפאר!

און ווייטער טוט איר מער ווייניגער שרייבן אז איך ציטער פון דאס און פון יענץ. ניין! איך ציטער פון גארנישט, כדלעיל.

איר ציטערט נישט פאר זיך אליינס ווייל איר האלט אז דער אמת איז מיט אייך? פיין. אבער וויאזוי נעמט מען טשאנסן אויף די קינדער? ווער זאגט אז זיי וועלן בוחר זיין דיין אמת? וויפל אמת'ן זענען דא?

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:03 am

· #163582
א גוטן אויפגעקלערטער, יכול להיות אז איר זענט טויט אויפגעקלערט אבער איך בין נישט באשאנקן געווארן מיט אזא קליגשאפט און אויפגעקלערטקייט איז ביטע טוט מיר אויפקלערן וואס דער קעפל "וואס לייגט מען דא" האט מיט דעם ארטיקל.

כתר מלכות » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:08 am

· #163583
אפטעמיסט
א גוטן אויפגעקלערטער, יכול להיות אז איר זענט טויט אויפגעקלערט אבער איך בין נישט באשאנקן געווארן מיט אזא קליגשאפט און אויפגעקלערטקייט איז ביטע טוט מיר אויפקלערן וואס דער קעפל "וואס לייגט מען דא" האט מיט דעם ארטיקל.


איך בין משער אז ער האט געוואלט שרייבן וואס ליינט מען דא.

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:54 am

· #163606
רויטע וואנצעס
שוין לאנג נישט געווען אזוי צומישט... ווען די אשכול וואלט געווען א גוף וואלט איך געזעהן נאר א נאז, איין אויער, די לינקע אויג, און די רעכטע פיס. העלפ!


די לינקע אויג איז נארוואס בלינד געווארן.

אויפגעקלערטער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 6:17 pm

· #163706
אפטעמיסט
א גוטן אויפגעקלערטער, יכול להיות אז איר זענט טויט אויפגעקלערט אבער איך בין נישט באשאנקן געווארן מיט אזא קליגשאפט און אויפגעקלערטקייט איז ביטע טוט מיר אויפקלערן וואס דער קעפל "וואס לייגט מען דא" האט מיט דעם ארטיקל.

איך האב נישט געוויסט וואס איך זאל דארט שרייבן. דער סיסטעם האט מיר נישט געלאזט ארויפלייגן מיין פאוסט ווען איך האב געלאזט דעם אויבערשטן קעסטל ליידיג.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 7:12 pm

· #163723
הא הא.... ממילא האסטו געשריבן אבי א קעפל?....

דערמאנסט מיר דעם ארטיקל אויף אייוועלט (ס'ווערד א גוטן לאך)

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21269">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21269</a>