☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס

טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס

97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5221
בלאט: 1 2

בשבילי! » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 7:59 pm

· #163299
טייפאו'ס אין אונזערע היימישע צייטונגען און פובליקאציעס
בעזר השם עפן איך א אשכול וועגן טעותים וואס געשען בטעות... נישט בכוונה אין די היימישע צייטונגען, וואס צומאל קען מען זיך האלטן ביי די זייטן. איך ליין אלע היימישע צייטונגען און כמעט יעדע וואך איז דא עפעס וואס איז ווערד צו מיטיילן. און בשעת וואס אין די ענגלישע צייטונגען זעהט מען כמעט נישט קיין טייפאוס זעהט מען עס זייער אסאך אין די היימישע, און רוב דערפון אין דער איד וואס דארט איז דא צו לאכן כמעט יעדע וואך. פון פארטוישן נעמען פון פאליטישענס און שרייבן אומריכטיגע נומערן (אזוי ווי די וואס כלייג יעצט ארויף) ביז אויסמישן צוויי נייעסער צוזאמען אזוי אז איין ווארט קלעבט פשוט נישט צום צווייטן (דאס לעצטע האט פאסירט אין צייטונג אדער בלאט לעצטענס)

יעדער זאל מיטיילן וואס ער זעהט, ס'קען זיין אסאך פאן.

דאס יעצטיגע איז נישט עפעס געפערליך, מ'זעהט וועכענטליך בעסערע טייפאוס.

אין איד, "נאר 93 פראצענט"...
photo (14).jpg

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:41 pm

· #163322
אויפ'ן "דער איד" איז נישט שייך צו פרעיגן קשיות. זייערע אזוי-גערופענע עדיטארס זענען געשוואלענע עמי הארצים, הן במילי דעלמא הן במילי דאורייתא/דשמיא. איין קליינע דוגמא פון זייער עם הארצות. מיט עטליכע יארן צוריק האבן זיי געברענגט א קאפי פון א פעינטינג וואס הייסט "די לעסט סאפפער", וואס איז זייער פארשמייליגט בי די גוים. און זיי (דער איד) אין זייער גרויס אמעראצעס האבן געשריבן אז דאס איז "אידן זענען זיך משמח פורים". 😂 🙄 😳

בשבילי! » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:52 pm

· #163324
איר מישט אבער אויס. א טייפאו ווערט באנוצט אויף א טעות היוצא בשגגה מפי הקולמוס, נישט פון א שרייבער אן עם הארץ.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:03 pm

· #163487
בשבילי!
איר מישט אבער אויס. א טייפאו ווערט באנוצט אויף א טעות היוצא בשגגה מפי הקולמוס, נישט פון א שרייבער אן עם הארץ.

אבער ביידע חסרונות קומען פון נישט עדיטן פונקטליך. צו פון נאכלעיסיגקייט אדער פון עם הארצות. 🙄 😳

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:44 pm

· #165388
-
📎 רעקאמענדירט.jpg

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:37 pm

· #197883
איך האב נישט קיין וועכטער....
אין די צייטונג

📎 _20140428_233539.JPG

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 29, 2014 4:01 pm

· #198006
בשבילי!
איר מישט אבער אויס. א טייפאו ווערט באנוצט אויף א טעות היוצא בשגגה מפי הקולמוס, נישט פון א שרייבער אן עם הארץ.

ניין.ביידע זענען די אחריות פונ'ם עדיטאר. ווייל צופיל שגגות היוצאים מפי ה-קיבארד ברענגען אראפ דעם סטענדערט פון צייטונג און פארשעימען זיי לעיני כל העולם... 😕 😎 🙄 😈 😈 😛 😳 😢 😞 😞 😮

היסטאריקער » מיטוואך מאי 7, 2014 5:39 pm

· #199476
פארגאנגענע וואך אין בלאט
פארגאנגענע וואך אין בלאט
📎 unnamed.jpg

משולם שטיינפעלד » מיטוואך מאי 7, 2014 8:20 pm

· #199493
וואס איז די טייפאו?

משולם שטיינפעלד » מיטוואך מאי 7, 2014 9:11 pm

· #199502
עס איז אן אינטערוויו מיט א מענטש און יענער האט אזוי געזאגט.

איך האב עס אנגעקוקט אלס נאטורליכע אינטערוויו ווי איידער א טייפאו

בשבילי! » מאנטאג מאי 12, 2014 9:47 pm

· #200216
אין דער איד, דער שרייבער האט געמיינט צו שרייבן ''פאפולאציע'', געשריבן האט ער ''פאפולאריטעט''.
(לעצטע שטיקל אונטן לינקס)

unnamed (111).jpg

בשבילי! » דינסטאג מאי 13, 2014 6:36 pm

· #200355
די ווערד פון דעם חומש האט געטראסקעט מיט גאנצע 75 מיליאן דאלער פונעם העדליין ביז די באריכט

IMAG0597.jpg

משולם שטיינפעלד » זונטאג מאי 25, 2014 3:50 pm

· #202328
בשבילי!
די ווערד פון דעם חומש האט געטראסקעט מיט גאנצע 75 מיליאן דאלער פונעם העדליין ביז די באריכט

📎 IMAG0597.jpg

מערקווירדיג איז, אז אין בשביליס תגובה איבער טייפאוס ביי נומערן זעלבסט איז דא א טייפאו, ער מיינט לכאורה צו זאגן 7 מיט א האלב מיליאן נישט פינף און זיבעציג מיליאן

לית דין בר נש » זונטאג מאי 25, 2014 3:57 pm

· #202329
ניין ער מיינט יא 75!
עס איז געפאלן פון 78.3 ביז 3.87

משולם שטיינפעלד » זונטאג מאי 25, 2014 4:31 pm

· #202337
אויפן ערשטע בילד זעהט מען נאר 8.3

לית דין בר נש » זונטאג מאי 25, 2014 4:53 pm

· #202346
איך ווייס נישט וועגן וועלכע ערשטע בילד די רעדסט.
אין בשבילי'ס בילד שטייט 78.3

משולם שטיינפעלד » זונטאג מאי 25, 2014 4:55 pm

· #202348
גערעכט, טעות לעולם גולם.

מיין בראוזער איז געווען אנגעשטעלט אויף א גרעסערע זום און עס האט נישט געזעהן דעם גאנצן בילד

אנטשולדיגט

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 14, 2014 11:18 am

· #211629
מחשבות זרות.... עפעס "שמעקט" נישט גוט דא........
(די וואך אין דער מאמענט)

.
📎 48.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 14, 2014 12:34 pm

· #211635
איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ

Ben-Shishim » מאנטאג יולי 14, 2014 12:49 pm

· #211638
שמעקעדיג
איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ


Its not something to catch, rather its something to hear or smell.

OH it is sooooo Shmakadig heheh

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 14, 2014 12:58 pm

· #211646
שמעקעדיג
איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ

ס'איז לויטער אינגערישע אידן. זיי וועלן עס ערשט כאפן אין צוויי וואכן ארום. (קרעדיט: הרה"צ מיארמע שליט"א.(... 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😉 😮

בשבילי! » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:25 pm

· #217282
וואו בעסער צו מאכן א געלט דינער ווי אין געלט אליין

rps20140818_132117_513.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:59 pm

· #217369
שמעקעדיג
איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ

דאמאלס פארוואס איז דער לייק?!... 😂 😂 🙄

יין שרף » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:18 am

· #218020
שמעקעדיג
איך זעה אז קיינער כאפט נישט דעם וויץ

אונז זעמיר פון די אנדערע...

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:50 pm

· #226269
.
📎 געלט.jpg

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:51 pm

· #226272
ווי ס׳איז דא געלט טאנצט אשכנזי אריין...

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:50 pm

· #226304
די בעסטע טייפאו וואס איך האב נאר אמאל געטראפן!
אין א ענגלישן ״ארצקרול״ סידור.
1412034367.jpg

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:53 pm

· #226305
where could I buy this SIDDIR

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:24 pm

· #226321
שמעקעדיג
.

שמעקעדיג: ייש"כ. דאס דערמאנט מיך פון די "טעותים" וואס פלעיגן זיך "אריינכאפן" ביי דעם מנוול און מוכה שחין, דער לאו לייף און באוויסטער רשע מרושע, חיימ'קע שאולזון אין זיין שמוץ בלעטל וואס ער האט ארויסגעגעיבן, מיט'ן נאמען "פנים חדשות" /פנים חלשות. ער פלעיגט למשל שרייבן "דער געוויסער רבי שליט"א האט געגעיבן "מת" א ברכה...
די בעסטע שטיקל וואס איך געדענק פון דעים שייגעץ איז געוועין נאכדעים וואס דער דזשאדזש (א וואוילער איד) האט געזאגט אז ער מיז שרייבן שיין איבער סאטמאר האט ער געשריבן כהאי לישנא...הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א האט געהייסן פאר זיינע חסידים אז מ'זאל שניידן רעדער, אדער אויסברעכן פענצטערס ביי די צד שכנגד...
נאך האט ער געשריבן: "דער רבי, דער ברך משה האט געדאוונט יו"ט פאר'ן עמוד און ר'האט פארגעסן צו זאגן גאנץ הלל. האט דער עולם אנגעהויבן שרייען "רבי, לא לנו. רבי, לא לנו.... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😈 😈 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

בשבילי! » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:06 pm

· #231682
מ'דארף גיין זוכן, דאס איז א מולטי הומאניטארישע אקציע...

IMG-20141030-WA0063.jpg

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:45 pm

· #231698
המממ וואס האט געדארפט צו שטיין?
דער גראבער פ.מ. זאל נאר נישט מאכן א בראטל דערפון.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:24 pm

· #231754
איך אויך
המממ וואס האט געדארפט צו שטיין?

כ'שפעקוליר אויך. אפשר א בעג מיט קינדער וועש וכדומה

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:41 pm

· #231763
אפשר א בעג מיט קינדל?

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 5:04 pm

· #231773
או י''ל ער האט זיך געטראפן איז אזא סיטאציע.

מאטי » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 5:50 pm

· #231789
א בעג מיט קינדער וועש.

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:14 pm

· #237699
1416964283.jpg

בשבילי! » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:18 pm

· #237701
אין וועלכע פובליקאציע?

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:25 pm

· #237704
.No idea
Came across it on Twitter

בשבילי! » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:27 pm

· #237705
ס'זעט אויס ווי קול ברמה. אין קול ברמה איז א גוט געספעלט ווארט א טעות..

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:29 pm

· #237719
לתועלת הרבים
לתועלת הרבים
📎 oorah.jpg

ישמעאל הכהן » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:54 pm

· #251004
ממש אינעם רב אליין? אזוי אדוק געווען

דער איד
📎 rps20150131_205348.jpg

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 4, 2015 10:50 pm

· #251807
די בעל כף החיים האט געהייסן ר' יעקב חיים סופר.
אגב, ר' חיים פלאגי האט מחבר געווען זיבעציג ספרים און איינע פון זיי הייסן גראדע כף החיים אבער ער ווערט קיינמאל נישט אידענטיפיצירט אלץ בעל כף החיים
📎 20150204_224815_HDR~2~2.jpg

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 8, 2015 1:58 am

· #252245
/
📎 20150208_014831~2~2.jpg

יאיר » זונטאג פעברואר 8, 2015 2:58 am

· #252251
OMG
פון וואו קומט דאס?

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 8, 2015 8:54 am

· #252261
קול קהילתינו - א פאבליקאציע וואס ארונים האבן ארומגעשיקט. ס'איז פול מיט טעותים

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 8, 2015 12:58 pm

· #252283
שמעון וואלף
/

שמעון וואלף: ייש"כ. כ'האב קודם נישט געכאפט. דער טעות איז אזוי בולט. אבער ווען כ'האב עס געכאפט האביך געקוילערט פאר געלעכטער... 😂
דאס דערמאנט מיך א מעשה. ביי א לוויה פון איינעם פון מיין משפחה, האט דער "הייליגער" ראאוו משבח געווען די נפטרת, אז זי האט זיך אייביג מוסר נפש געווען פאר תורה און יראת שמים....און אונז זעמיר דאך וויאזוי די קינדער זעען ...ליידער אויס...ער האטציך שנעל צוריקגעכאפט און געזאגט ב"ה...אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט... 😂 🙄

שמעון וואלף » מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:15 am

· #252988
חברא אנשטאטס חברה
📎 20150209_172904_HDR~2.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:24 pm

· #253013
שמעון וואלף
חברא אנשטאטס חברה

מ'קען אפשר שרייבן חבריא קדישא. אבער זיכער נישט חברא קדישא... 😂 🙄

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 15, 2015 11:35 am

· #253725
נישט אלץ האב איך די נערוון דערצו, ע"פ רוב איז עס קלייניגקייטן, אבער יעצט האט מיר אנגעכאפט די גוסטע,
דא האט איר 2 טעותים אין דער איד, און 2 אין דער בלאט:
📎 ברסלב.JPG 📎 נודה לשמך.JPG 📎 קבלת התורה.JPG 📎 איינפאכע ווערטער.JPG

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:51 pm

· #253797
שמעקעדיג: ייש"כ. דעם איד ליין איך נישט (איך ווייס נישט פארוואס.) אבער דעם טעות אין בלאט האביך אויך באמערקט. "נודע" אנשטאטס נודה.
נאר דעם צווייטן טעות אין בלאט וואס דו ברענגט כאפ איך נישט. אפשר ווייל ס'איז ציוני'סטיש געספעלט "ברסלב"...?

הג"ה: יא "ברלסב"...!
בלאט: 1 2