סיטי פיעלד קאנטער ראלי
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #521
סיטי פיעלד קאנטער ראלי
א גרופע 'אף דע דערעכס' אדער היימישע אפגעפארענע נעמען זיך צוזאם צו מאכן א קאנטער ראלי אינדרויסן אינטערן שילד "אינטערנעט איז נישט אייער פראבלעם". נו יעצט וועט שוין זיין 'עקשאן' איך מיין ביידע סאטמארס קענען שוין קומען.
<a class="postlink" href="http://www.facebook.com/events/320642868009045">http://www.facebook.com/events/320642868009045</a>
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
יענע ברענגען צווישן אנדערן אויף די פראבלעם פון בחורים וואס ווערן נישט אנגענומען אין ישיבות. עמיצער ווייסט צי עס זענען פאראן ציפערן, אפיציעלע סטאטיסטיקס וויפיל אזעלכע בחורים זענען דא?
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
כ'ווייס נישט פין קיין ציפערען אבער וואס כ'ווייס יא איז, אז חוץ אזאלכע בחורים וואס גייען אין א פארטיי ישיבה,(אין אפילו אין פארטיי ישיבות איז דא פראבלעמען) איז זייער שווער צי טרעפען א ישיבה אפילו פאר פיינע בחורים, ווער רעדט נאך פין בחורים וואס זענען נישט די פיינסטע בחורים,
ס'דא פשוט צי ווייניג ישיבות אין יעדער וועלט זיך, ס'איז א גרויסע פראבלעם,
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
איך בין נישט באקאנט מיט די גענויע פאקטן אבער דאכט זיך אז אינעם הינזיכט פון ישיבות ווערט דער מצב נאר בעסער און בעסער
ס'שוין דא היינט צענדליגע קליינע ישיבות פון פארשידענע דרגות פון וואס א בחור קען זיך אויסוועלן (די פראבלעם קען אפשר זיין מצד די עלטערן אויב זיי ווילן דוקא ער זאל גיין מיטן פארטיי)
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
ווי גייט זיין דער ראלי? אינדרויסן פון סיטיפיעלד?
גייטעס אויך קאסטן געלט? 🙂
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
פאר די וואס ווילען וויסען די אמת,
זייער באן איז שוין אוועקגעפארען, עס איז מער נישט דא אזא זאך אז בחור ואס וויל גיין אין א ישיבה זאל נישט טרעפן קיין ישיבה, פינטל
יעדער בחור ווערט היינט מסודר, אפילו די גאר שוואכערע איז מען אויך מסדר און א כולל, ער איז דא ארגענזאציעס פאר דעים, עס איז דא קלענערע ישיבות, בקיצור די טענה פון ישיבות איז מער נישט דא,
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
פריינטליך, כ'ווייס נישט צי די ביסט באקאנט מיט די פאקטען, ס'קוקט אויס אז נישט, איך ווייס פין מעטשען וואס מיטשענען זיך זייער שווער מיט ישיבות אין מעו רעדט דא פין לייטישע בחורים,
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
פראפעסאר שפיראפריינטליך, כ'ווייס נישט צי די ביסט באקאנט מיט די פאקטען, ס'קוקט אויס אז נישט, איך ווייס פין מעטשען וואס מיטשענען זיך זייער שווער מיט ישיבות אין מעו רעדט דא פין לייטישע בחורים,
ליטווישע בחורים פון 21 און העכער, איא?
זאלען זיי העכסטענס אויפהערן דעטען און גיין זיכען א שידוך, און חתונה האבן, נאטינג ראנג מיט חתונה האבן,
יונגערע בחורים ווערן מסודר,
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
משה רוקחווי גייט זיין דער ראלי? אינדרויסן פון סיטיפיעלד?
גייטעס אויך קאסטן געלט? 🙂
יא זיי ווילן זיין אינדרויסן ווען דער עולם קומט. ס'זעט אויס ווי זיי שלעפן צוזאם אן עולם כ'האב מורא עס וועט זיין ישמחו.
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
ס'וועט נאר צוהעלפן פאר די בילדער וואס וועט ווייזן די ריזיגע עולם וואס איז געקומען.
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
[ציטאט אראפגענומען]
יאפס כ'זעה די גרופע מעלדעט אז ACLU אינדארסירט זיי ווייס איך מישט פינקטליך וואס עס מיינט. אויך זעה איך טייל שקצים ווילן זייער ראלי זאל זיין א no pants dress-code בקיצור רבותי איך מיין איך קויף א טיקעט.
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
איך וואלט געקומען צום ראלי אינדרויסן, אבער מיט הויזן.
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
א ריכטיגע כנסי' לש"ש. מאנכע זענען שטארק פאר די זאך. אנדערע זענען קאלט, און ווידער אנדערע זענען גאר דערקעגן.
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
<a class="postlink" href="http://dteitelbaum.blogspot.com/2012/04/open-letter-to-ichud-hakehillos.html?m=1">http://dteitelbaum.blogspot.com/2012/04 ... s.html?m=1</a>
Re: סיטי פיעלד קאנטער ראלי
[ציטאט אראפגענומען]
סאיז נישט קא זא שלעכטע איידיע אז יעדער גרופע זאל זיך אנריקען מיט זיין בויך וויי אין לאזען הערין זיין וויי געשריי בבחינת "הייד פארק" (לונדון-נישט די וועב סייט) סיטי איז גרויס געניג צי קענען יעדן געבין א מקום. איך טראכט שוין פין די פאלגנדיגע גרופעס:
א. פארווייטאגט מיט די ענגלישע עדוקעשען סיסטעם.
ב. מאמעס וואס פלוגען זיך מיט מחנעס מיט קינדער
ג. אינגעלייט וואס מאכען חתונה קינדער ואין פרוטה לפורטה
ד. אנטי מציצה בפה
ה. פרו מציצה בפה אקציע
ו. מולעסטינג פרובלעם ביינונז
יעדער איז וועלקום ציצלייגען
פריינדליךפאר די וואס ווילען וויסען די אמת,
זייער באן איז שוין אוועקגעפארען, עס איז מער נישט דא אזא זאך אז בחור ואס וויל גיין אין א ישיבה זאל נישט טרעפן קיין ישיבה, פינטל
יעדער בחור ווערט היינט מסודר, אפילו די גאר שוואכערע איז מען אויך מסדר און א כולל, ער איז דא ארגענזאציעס פאר דעים, עס איז דא קלענערע ישיבות, בקיצור די טענה פון ישיבות איז מער נישט דא,
הרב פריינדליך ב"ה די לעבסט אין א גוטע סביבה,
אבער כ'האב פאר די ביטערע נייעס, אז הלואי וואלט געוועהן אפילו נאנט צו דאס וואס די שרייבסט, ידעתי בבירור גמור, איך פרעזענטליך קען כמה באטרעפענע וואס זענען דאס יאר שנת תשע"ב ארויס געפאלען פון דער ישיבה סיסטעם וויבאלד מ'האט זיי נישט אנגענומען, צווי האט מען גראדע יא אנגענומען אין ישיבות, איינע פון זיי עד היום הזה דער ראש ישיבה רודפ'ט איהם אן פארוואס אמאהל האט ער איהם געזאגט "דו ווייסט כ'האב דיר נישט געוואלט אנעמען אין די ישיבה", דער ראש ישיבה פארלייגט זיך אויף איהם עדשים אין ניסלעך.
דאס הייסט אריין גענומען?
א בחור, א בן יחיד, מוז פארען לערנען קיין מאנסי ווייל אין בארא פארק איז נישט גוט, נאר אין מאנסי געפונען זי פיסכאלאגען תחת המסוה של 'ראשי ישיבות'?
סיטי פיעלד קאנטער ראללי
<a class="postlink" href="http://bit.ly/IX7Miw">http://bit.ly/IX7Miw</a>
רק בשמחהסיטי פיעלד קאנטער ראללי
<a class="postlink" href="http://bit.ly/IX7Miw">http://bit.ly/IX7Miw</a>
די פרוי לאה ווינסענט (שרייבער פונעם ארטיקל אין האפינגטאן פאסט) א מין אנשיקעניש. האט געשריבן אן ארטיקל אז מיר חסידים זענען שולדיק פאר לייבי קלעצקי'ס טויט ווייסט איין באשעפער פארוואס. בכלל האט זי א טבע צו פאבריצירן האר-אויפשטעלנדע מעשיות כסדר זי האט שווער געארבעט צו טרעפן א פאבלישער ס'גייט נעבעך נישט מדארף האבן דבורה פעלדמאנס מזל אויך. נעבעך ארי מ. וואס זי ברענגט אינעם ארטיקל נעבעך ערליך געדינט אין ארמיי אין אפגאניסטאן 5 יאר דערנאך האט מען איהם ארויסגעקאפעט פון קאלעדזש דא אין נ"י נאכן זיך איינשרייבן דאס יאר ווייל טעכניש האט ער נישט געוואינט דא נאר אין מיליטער סהאט נישט געהאלפן פודינו וויפיל טאליבאנער ער'ט געשאסן. אבער פראטעסטירן וועט ער אונז ווייל ער האט נאך די חתונה געמיינט אז א קרעדיט קארד איז פריי געלט.
איך האב עס באקעמען אין אימעיל, גאנץ גיט,{ איינער ווייסט ווער די שרייבער איז? מסתם פין אייוועלט}
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די נחשלים אחריך חברה, איך האב מיך איינגערעדט אז איך לעב מיט צמצומים און דאגות און זיי מאכן א גוטן לעבן, זיי האבן זיך אויסגעשאלטערט פון דעם שטרענגן לעבנסשטייגער און געזאגט שלום עלי נפשי, זיי עסן מילכיגס און פליישיגס נישט נאר שבועות, און זיצן אין סטאדיום נישט נאר ער"ח סיון. דא ווער איך געוואויר אז עפעס טליועט נאך אין זיי עפעס אן אומצופרידנהייט, עפעס שפירן זיי אז זיי מוזן נאך מתקן זיין אויף די וועלט, צב"ש מען זאל אננעמען בחורים אין ישיבות א.ד.ג., אזש אז זיי שפירן פאר וויכטיג זיך אראפצושלעפן פון די ווייטע סטעיטס און אויסשרייען זייער וויי-געשריי אויף אונזער חינוך סיסטעם וואס איז לדעתם קארופטירט דורכאויס.
קאם אן. האסט שוין דיין טעלעוויזשען, דיין הינטל, האסט שוין געדינט אין די ארמיי, דאס גאנצע פארפאלק טראגט שוין הויזן, ביסט נקי מכל, ניט קיין שבת / כשרות / טהרת המשפחה רח"ל, און דו קענסט נאך אלץ נישט פארגעסן פון אונז? איך האב מורא דו גייסט נאך אמאל צוריקקומען.
זיי האבן שוין געעפנט אן אייגענעם וועבזייטל
<a class="postlink" href="http://www.theinternetisnottheproblem.com/#!home|mainPage">http://www.theinternetisnottheproblem.c ... e|mainPage</a>
פריינדליךאיך האב עס באקעמען אין אימעיל, גאנץ גיט,{ איינער ווייסט ווער די שרייבער איז? מסתם פין אייוועלט}
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די נחשלים אחריך חברה, איך האב מיך איינגערעדט אז איך לעב מיט צמצומים און דאגות און זיי מאכן א גוטן לעבן, זיי האבן זיך אויסגעשאלטערט פון דעם שטרענגן לעבנסשטייגער און געזאגט שלום עלי נפשי, זיי עסן מילכיגס און פליישיגס נישט נאר שבועות, און זיצן אין סטאדיום נישט נאר ער"ח סיון. דא ווער איך געוואויר אז עפעס טליועט נאך אין זיי עפעס אן אומצופרידנהייט, עפעס שפירן זיי אז זיי מוזן נאך מתקן זיין אויף די וועלט, צב"ש מען זאל אננעמען בחורים אין ישיבות א.ד.ג., אזש אז זיי שפירן פאר וויכטיג זיך אראפצושלעפן פון די ווייטע סטעיטס און אויסשרייען זייער וויי-געשריי אויף אונזער חינוך סיסטעם וואס איז לדעתם קארופטירט דורכאויס.
קאם אן. האסט שוין דיין טעלעוויזשען, דיין הינטל, האסט שוין געדינט אין די ארמיי, דאס גאנצע פארפאלק טראגט שוין הויזן, ביסט נקי מכל, ניט קיין שבת / כשרות / טהרת המשפחה רח"ל, און דו קענסט נאך אלץ נישט פארגעסן פון אונז? איך האב מורא דו גייסט נאך אמאל צוריקקומען.
מקורו: קרעמער אייוועלט
אמרי, מנגדא דכניסיא דישראל, מנגדין לשתיהן: א] לכינוסיא להיות אחידא ב] לכללא עמא דישראל.
Those that are against the Kinis Klaal Yisroel, they are against, to both: 1] Kinis - unity. 2] Klal Yisrael - the Jewish nation.
די וואס זענען קעגן דעם 'כינוס כלל ישראל' זענען אקעגן ביידע: סיי 'כינוס' אחדות, און סיי 'כלל ישראל'..
אלו המתנגדים לה'כינוס כלל ישראל', מנוגדים לשתיהן: ל'כינוס' אחדות, ול'כלל ישראל'..!
📎 545.PNG
סתם א עקל אין א גרויל צו זעהן וויאזוי עטליכע מידיא נעצן קאווערן די קאנטער ראלי
פיקס 11 האט א קליפ פון בערך א מינוט 11 סעקונדן רעדט מען פון די 40 טויזענט באטייליגטע אין 50 סעקונדן רעדט מען פון די 15 פראטעסטירער משוגעים
יידל
סאררי גערעכט זיי זענען העכסט נארמאלע מענטשן 😂 😂
דעמאקראטיעיידל
סאררי גערעכט זיי זענען העכסט נארמאלע מענטשן 😂 😂
דעמאקראטיעסתם א עקל אין א גרויל צו זעהן וויאזוי עטליכע מידיא נעצן קאווערן די קאנטער ראלי
פיקס 11 האט א קליפ פון בערך א מינוט 11 סעקונדן רעדט מען פון די 40 טויזענט באטייליגטע אין 50 סעקונדן רעדט מען פון די 15 פראטעסטירער משוגעים
קאנטערווערסי מאכט אינטערעסאנטע נייעס, די זעלבע סיבה פארוואס זיי האבן געקאווערט די פערציג טויזענט באטייליגטע ביים כינוס און נישט די מיליאנען וואס האבן שפאצירט גימיטליך אויף די ניו יארקע גאסען.
איז ביי זיי נישט גענוג קאנטראווערשל אז פופציג טויזענט מענטשן קומען פראטעסטירן קעגן די אינטערנעט? דאס איז געווען זייער העדליין כדי צו ציען די ליסענערס
אין ווען מען קוקט די קליפ באריכטן זיי פון עפעס א פאשרטונקענעם קאנטער ראלי
שולדיג אין דעים זענען די ארגאנאזירער פאר'ן נישט אריינלאזן די מידיא אינעם סטאדיום. ראנג איידיע, סאררי.
געפילטע פיש
קען איינער פארציילן מער איבער דעם פארשוין דין מיט זיין גאנצן Unpious אפאראט? וואס איז זיין ציל דא צו שמד'ן כלל ישראל? כ'הער ער'ט איבערגעלאזט זיין גאנצע האב און גוטס, פרנסה, ווייב קינדער אין סקווער צו זיכן גליקן אינדרויסן אבער איז היינט היימלאז פרוטה'לאז און א שיכור. נא האט ער חשק מיר זאלן אלע איהם נאכטוהן. קומט ער פראטעסטירן אז מיר זענען מאלעסטערס ער'ט אבער געלאזט זיינע קינדער הפקר צו די מאלעסטישע חיות אנשטאט בלייבן און זיי פראטעקטירן.
בן תמליוןגעפילטע פיש

שוין יארן נישט געליינט אזא כשר'ן
עד האמינעם,
רעד הערינג, בת היענה שפראך, און מקוה אובער-אינטעלעגענציע - געפלאכטן אנאנים.
יואלישבן תמליוןגעפילטע פיש

כשר'ן עד האמינעם, רעד הערינג, בת היענה שפראך, מקוה אובער- אינטעליגענציע, געפלאכטן אנאנים. א שאד איר האט געשטעלט דעם פלוס פון פערל-רייד אונזער ווערטער אוצר וואלט געווארן רייכער עטוואס מערׁ 😛
גראדע האב איך יא חשק צו פארפירן א שמועס איבער'ן דערמאנטן פערזאן, ס'קוקט אויס ער'ז דער דע-פאקטא פירער פון דעם OTD געמיינדע. וואלט געווען וויכטיק צו וויסן די קוואליטעטן פונם צד שכנגד. בכלל איז א חידוש דער מאן האט קוואליפיקאציעס ווי עס האט באוויזן זיין חאסידיק רעבעל בלאג, דאך האט ער עס נישט געמאכט אינדרויסן. זאגט דאס אז א געוועזענער חסיד האט נישט קיין שאנס אינדרויסן?
אויך די יארטאג