ידעןאיך לייען די ״משלחן מלכים״ שמועסן פון מהר״א מ׳סאטמאר שליט״א כמעט יעדע וואך.
פ׳ שמיני איז געעוען א שמועס מיט הגאון ר׳ מיכל זילבער שליט״א און אינמיטן פון די שמועס האבן זיי געהאקט אויף די מזרחי און דערציילט א פאר מעשה׳ס וועגן זיי.
איך מיין אז א פאר וואכן פאר דעם איז אויך געווען א שמועס וועגן מזרחי, אבער איך האניש געדולד עס צו זוכן יעצט.
איך וויל וייסן וואס איז די מזרחי, וואס האלטן זיי, און איז מיט זיי שלעכט?
איך מיין אז זיי זענען די וואס מע רופט אן ״רעליגיעזע ציוניסטן״, ריכטיג? זענען זיי די מתנחלים?
וואס איז זייער היסטארי?
Fill me in
מזרחי זענען די וואס מען רופט היינט "דתי-לאומי", רעליגיעז און נאציאנאליסטיש. איך האב זיי נישט שטודירט, אבער אויף ווי ווייט איך ווייס האט די באוועגונג זיך אנגעהויבן מיט פרומע אידן און רבנים וואס האבן געהאלטן אז מצות ישוב ארץ ישראל איז נוגע למעשה. די מזרחי האט געהאלטן אז מען דארף זיך צושטעלן און צוזאמארבעטן מיט די פרייע אויפצובויען דאס לאנד.
היינט איז דער נאמען "מזרחי" נישט באמת אין באניץ. דער לעצטער גלגול פון דער באוועגונג איז געווען די מפד"ל פארטיי (מפלגת דתית לאומית), וועלכע איז אין די לעצטע יארן אויפגעלעזט געווארן דורכ'ן לעצטן פירער, אפי איתם (אויב איך געדענק גוט). די סיבה איז געווען ווייל די פארטיי האט געהאלטן אין איין שרינקען. ביים אויפלעזן די פארטיי האט איתם געזאגט אז די סיבה פאר דער פארטיי'ס כסדר קלענער ווערן איז ווייל די דתים-לאומיים האבן זיך געהעריג אינטעגרירט אין דער אלגעמיין ישראלדיגער געזעלשאפט, און די דאזיגע קבוצה נויטיגט זיך נישט אין קיין אייגענער פארטיי. דאס איז מסתמא אמת. איתם אליין איז א געוועזענער גענעראל. אלע סעקטארס פון דער ישראל געזעלשאפט פארמאגן שוין היינט געשטריקטע קאפלעך.
היינט איז שוין פאראן א באגריף ווי חרד"ל -- חרדי דתי-לאומי. אין אידישקייט איז מזרחי ענליך צו דער מאדערן-ארטאדאקסישער באוועגונג אין אמעריקע. עס זענען פאראן פרומערע און מער ליבעראלע. די גאר פרומע ביי זיי זענען נישט קיין סך אנדערש ווי טיפיש חרדישע אידן, אחוץ מיט דעם שייכות צו דער מדינה, מיליטער אא"וו. די גאר ליבעראלע זעען אויס ענליך צו יאנג-איזראעל אידן.
מתנחלים זענען לאוו דווקא מזרחיניקעס. עס זענען פאראן אין די ישובים אין יהודה-שומרון א סך פרייע אידן, וואס זענען פאליטיש רעכט. דער טשעמפיאן פון דער התנחלות באוועגונג איז געווען דער געוועזענער פרעמיער אריק שרון, וועלכער איז זיכער נישט רעליגיעז. עס זענען אפילו פאראן דארט פאליטיש-לינקע, וואס האבן זיך באזעצט אין די שטחים פאר פרנסה, אדער ווייל זיי האבן ליב דעם לייפסטייל. וואס יא, די רעליגיעזע ציוניסטן ווערן באטראכט ווי דעם ריקנביין פאר התנחליות.
וואס איז שלעכט מיט זיי? פון א קנאי'שן פערספעקטיוו זענען זיי די פאן טרעגערס פון דעם ציוניסטישן רעיון, און דערצו נאך אין דעם נאמען פון דער תורה.
די מזרחי באוועגונג האט אדאפטירט הרב קוק ווי זייער גייסטיגן מורה דרך. הרב קוק איז אבער נישט געווען קיין מזרחיסט, פער סעי. ער איז געווען אן אייגנארטיגער מענטש, מיט אייגנארטיגע השקפות, וואס צוזאמגענומען אינאיינעם האבן נישט געשטימט מיט קיין איין אנדערן מהלך המחשבה. די מזרחי האט אים אדאפטירט אדאנק זיין גלייבן אין מצות ישוב הארץ, ווי אויך צוליב זיין אפנקייט זיך אפצוגעבן מיט אישוס למעשה. דערפון איז ארויסגעקומען זיין היתר מכירה פאר'ן שנת השמיטה.