☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פסול לעדות

פסול לעדות

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5196

דולה ומשקה » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:30 pm

· #162688
פסול לעדות
דו ביסט פסול לעדות!

פארוואס?

איינס איז זיכער אז דו ביסט פסול לעדות, צו זיין א מסדר קידושין איז מאן דכר שמיה, נאר דער סיבה האלט זיך אין איין טוישן:

ווייל די האסט א טעלעווישען
ווייל דיין פרוי גייט אייגענע האר
ווייל דיין פרוי גייט נישט געהעריג צוגעדעקט
ווייל דו טראגסט מיט דער עירוב
ווייל דו האסט אינטערנעט
ווייל דו האסט אינטערנעט אן א פילטער
ווייל דער סעלפאוהן האט אינטערנעט

ועל כולם ווייל דו האסט געשטימט פאר 'עץ'...

וכו' וכו' על כל פנים דו ביסט פסול לעדות...

דאס איז א ליצנות?
דאס איז גארנישט קיין ליצנות, פרעג נאר דער סקולענער רבי, ר' חיים שי'עלע אדער רעביצען קנייבסקי'ס [להבחל"ח] מאן, ר' חיים פון בני ברק