☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » Siuqe sod

Siuqe sod

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5189

קאפשטיק » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 8:09 am

· #162435
Siuqe sod
ווייסט איינער ווער ער איז?
ער איז דער ברודער פון dos equis אבער ממש דער 'פארקערטער' ברודער. איך וועל אנהייבן זיין טאג און ווער עס קען אים זאל צוווארפן אפאר זאצן. וזה 'החולה':
ער שטייט אויף און כאפט זיך אז ער האט פארגעסן אנצוגרייטן נעגל וואסער
א מינוט שפעטער שפרינגט ער אראפ פון בעט גלייך אין די נעגל וואסער אריין
לויפן אין ביהמ"ד מיט די שלאף קאפל אונטערן הוט
פארקט די קאר און פליקט אריין אין א פאמפ
נא, גייטס ווייטער...

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:16 am

· #162453
סימפל, מאך קאפי/פעיסט פונעם DOS EQUIS אשכול און שרייב אלעס פארקערט

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:29 pm

· #162605
לויפט אריין אין קאווע שטיבעל צו מאכען א קאפי
ער טרעפט דאס לעצטע קלין קאפ
דאס לעצטע פאר קאווע שטויב
מיט די לעצטע קאצקא
דאס לעצטע ביסל מילך
און..........
די מילך איז פארדארבען