☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » שעדס אף גרין - ווארימקייט

שעדס אף גרין - ווארימקייט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5184

ודי למבין » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:30 pm

· #162353
שעדס אף גרין - ווארימקייט
נאך די הצלחה פון זיינע ערטשע דריי "היטס אלבומס", ארבעט יעצט יוסי גרין אויף זיין נייע פראיעקט "שעדס אף גרין - ווארימקייט".

דער אלבוים וועט אנטהאלטן איבער צצוואנציג "היט" ניגונים, ניגונים וועלכע זענען שוין געווארן אויפגעכאפט און ווערט געזינגען איין מאך און נאכאמאל בכל תפוצות ישראל. אזאלכע ניגונים ווי"תקע", "רצה" "ותערב" און נאך. (א פילע ליסטע וועט נאכפאלגן אי"ה)

אזוייווי אויף שעדס אף גרין - הארציג וועלכע האט געהאט שלומי דסקל אלץ די סאלאויסט, וועט ער אויף די אלבוים האבן שראגי געשטעטנער אלץ די סאלאוסטט.

אויף די ארעינדזשמענטס איז א יונגערמאן פון סקווירא ר' יחזקאל ברייער - ווארשיינלעך אן אויפגייענדע שטערן (ער האט ארענדזשעט פאר די ברכת המזון און האלט טיייייף אינמיטן די ארבייט פאר מיכאל שציתלער'ס נייע אלבוים).

מער דיטעילס ווי נאר זיי קומען אריין...

קורץ און שארף » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 7:40 pm

· #162375
תקע איז שוין דא אופן הארציג אלבום.

אגב איך ווייס נישט ווי סוקסעספול די ערשטע צוויי זענען געווען

ודי למבין » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 7:54 pm

· #162380
ווענדט זיך ווואס דו רופסט אם סוקסעספול. אין די דראמאטיש פארפלאגטע יודיש מוזיק אינדאסטריע איז עס געווען א גוטע אלבוים וועלכע האט - רעלאטיוולי- פארקויפט אסאך.

ביסט גערעכט וועגען תקע, אבער די אלבוים וועט אין מיין הומבעלד אפעניען האבן א בעסערע סעלעקשאן ווי הארציג

ודי למבין » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:57 pm

· #162921
אני שבת

זכור (מה כוחי)

פי צדיק

כרחם

די ליסטע איז איינס אין די וועלט! גאר גוטע ניגונים איינס בעסער פון צוויטן