☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בעקעטשע'ס פארמעסט...

בעקעטשע'ס פארמעסט...

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5182

שעפטל » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:18 pm

· #162242
בעקעטשע'ס פארמעסט...
כ'האב באקומען פון איינעם פיר בילדער פון רבנים וואס האבן די זעלבע (אדער כמעט די זעלבע) בעקעטשע'ס.... (כ'ווייס נישט די מקור דערפון, און אפשר איז עס אפילו שוין דא...)

קודם איז מיין שאלה, איז דאס ווי מיין סוט ביי דזשי ענד דזשי? מ'גייט אריין אין א ספעציעלע רום און מ'זעהט דארטן די דיזסיינס און מ'פרובירט עס אן? קוקן זיך די רבנים ואדמורים שליט"א למשל אין שפיגל צו זעהן צו זיי קוקן טאקע אויס גוט מיט דעם קאליר צו דיזיין, צו ס'איז נישט עפעס צו רעשיג? צו זיי פארלאזן זיך דארטן אויפן מבין?

נאכדעם, ווער ווייסט די סוד קדושים?
ווען גייט מען מער ליכטיג און ווען מער טינקל?
ווען גייט מיט גאלד און ווען מיט ווייס?
ווער גייט מיט די לאנגע צוויי סטראקעס אויף אראפ, און צוויי אויף די הענט, און ווער גייט נאר ביי די קרוגען און א דיקע אויף די הענט (האדמו"ר מ'בורשטין אויפן דריטן בילד)? וואס איז טאקע פשט אז קרעטשניף (מיט סלעש סיגוט) גייען נאך מיט אזא ריטורן אויף די הענט סטראקעס?
ווער גייט מיט א דינע אבער מעטשי גארטל (האדמו"ר מ'צאנז אויפן דריטן בילד), און ווער גייט מיט א דיקע (האדמו"ר מ...? דער צווייטער רעכטס אויפן ערשטן בילד) ?
און וואס איז דער פשט צו גיין מיט א געהעריגע געשטריקטע שווארצע (האדמורי"ם מ'קראלי וסקולען אינעם ערשטן בילד) צו גאר ווייסע גארטל אויף דעם קאלירטן בעקעטשע?

דאס יא, אלע זענען מקיים דעם ילבש.... ו'וואטעווער...

📎 בעקעטשע 1.jpg
📎 בעקעטשע 2.jpg
📎 בעקעטשע 3.jpg
📎 בעקעטשע 4.jpg

לעמיל » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:52 pm

· #162258
טעות

smart » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:07 pm

· #162267
# 2 ווער איז דער מיטעלסטע? א אינגערמאן

קרעקער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:10 pm

· #162268
דעעשע רבי פין ב"פ איז א מימחה אין איינקויפען די סחורה פאר אלע רבי בעקיטשעס
נאכען טשוסען די סחורה גייט מען צו רויאל קלאדינג וואס נייט עס אויף

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:11 pm

· #162270
פארוואס איז טאקע רויאל אזוי באליבט ביי דע בנשק''ס ?

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:14 pm

· #162271
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/62422">viewtopic.php?p=62422#p62422</a><!-- l -->

שעפטל » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:30 pm

· #162276
מיר קוקט אויס ביזסט מער געגאנגן אלץ הדרת פנים אויף יעדן בילד.... און גראדע ביזסטו גערעכט

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:27 pm

· #162336
ווען דער עולם וואלט געוויסט וויפיל כוונות ס'גייען אריין אין די בעקיטשעס וואלט מען עס נישט גענומען אזוי לייכט. וויפיל מאל מ'ברענגט פארן רבי'ן די סחורות, די רבי טאפט זיי, קוקט פון אויבן און אונטען, צומאל שפארט זיך די רבי צו מיט די סחורות פאר א לענגערע צייט, קיינער ווייס נישט וואס בקודש פנימה קומט פאר. די גבאים און נגידים, בפקודת די רבי'ס קינדער, שאפן סחורות פון אלע עקן וועלט, מ'באטראכט וועלכע קאליר וועט זיין די בעסטע פאר די חנוכה לעכט, וועלכע סחורה וועט נישט צופיל צוריק גלאנצן די פלעשעס ביים חופה, און וואספארא מוסטער ליגט די בעסטע ווען ער זיצט ביים טיש.

פאר א חתונה מאכט מען זיכער מיטן מחותנ'ס גבאים אז זיי זאלן חלילה נישט טראגן די זעלבע דיזיינס, אומזינסט מיינט איר קומט קיינמאל נישט אויס אז צוויי בעקיטשעס גענומען פונעם זעלבן תחש טרעפן זיך קיינמאל נישט צוזאמען אין די בילדער מאגאזינען?

מורינו הרב » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:30 pm

· #162338
איך ווייס פאר א פאקט, אז ביי איינע פון די חשוב'ע רבנים בדורינו, וואס ווען מען מאכט אים די בעקעטשע קויפן די גבאים אפ די גאנצע ראלל פון סחורה, אז קיין אנדערע אדמו"ר זאל נישט באקומען פונעם זעלבן סחורה וואס דער רבי פארמאגט.

איך גלויב אז דער רבי אליין ווייסט נישט דערפון. ער איז באקאנט אלס איד וואס ליגט אין העכערס. די גבאים מאכן אבער זיכער אז זייער רבי זאל ארויסשטייגן פון צווישן אנדערע רבי'ס.

חקרן » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:19 pm

· #162349
געהערט אמאל א גוט ווארט:

פארוואס גייען געוויסע אידן אינדערוואכן מיט בלויע און קאלירטע העמעדער בשעת די ארבעט, און שבת גייט מען אין ווייסן, אבער די רבי'ס גייען שבת אין קאלירט אדער בלוי?

ווייל בשעת די ארבעט גייט מען אין בלויע קאלירן. דער בעל-מלאכה ארבעט אינדערוואכן, גייט ער דעמאלס אנגעטאן בלוי. דער רבי ווידער ארבעט אום שבת, דעמאלס טוט ער זיינע פינקציעס פון וואס ער מאכט פרנסה, גייט ער דעמאלס אנגעטאן אין בלוי.

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 1:58 pm

· #162481
חקרן
געהערט אמאל א גוט ווארט:

פארוואס גייען געוויסע אידן אינדערוואכן מיט בלויע און קאלירטע העמעדער בשעת די ארבעט, און שבת גייט מען אין ווייסן, אבער די רבי'ס גייען שבת אין קאלירט אדער בלוי?

ווייל בשעת די ארבעט גייט מען אין בלויע קאלירן. דער בעל-מלאכה ארבעט אינדערוואכן, גייט ער דעמאלס אנגעטאן בלוי. דער רבי ווידער ארבעט אום שבת, דעמאלס טוט ער זיינע פינקציעס פון וואס ער מאכט פרנסה, גייט ער דעמאלס אנגעטאן אין בלוי.

קרעדיט חצצקע רבי

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:08 pm

· #162595
דערמאנט די ווארט פון גאלאנטער רב/רבי זצ"ל.

גיבור » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 12:49 pm

· #162679
? matsching
147[1].JPG

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:08 pm

· #162682
די רבי'ס קוקן זיך אין שפיגעל ביים קויפן בעקיטשעס און פארלאזן זיך אויף א היתר מאה רבנן...

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:10 pm

· #162699
וואס האבען זיי אלע אין ? COMMON

אלע מעגן גיין אויף א שטרענגע דייעט צו פארלירן א שיינע פאר פונט

טיטאניק » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:45 pm

· #189988
דעשער רבי פון בארא פארק האט געהעריג שיין פרנסה פון דעם
רוב סחורות וואס מען זעט קימט פון עם
ער האט גאנצע ביכער פון אלע גילגולים פון דער תחש און צדיקים קימען וועלען די סחורות. און נאכדעם גייט מען צי כתר דער ריינהאלד אדער לי אין וומסב אדער ראיעל און זיי זענעם גומר די מצוה
איך בין אמאל געווען פאר פורים ביי דער דעשער אןן איך בין פשוט משוגע געווארען צי זען אלע רביס רויערהייט אויסגעצויגען אויפען טיש אן פלייש
ווייל ווער איז דען דער עכטער רבי אויב נישט די שטיקעלע סחורה וואס נעמט ארים דעם רבין??