גזירת (?) הפקעת מירון
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #518
גזירת (?) הפקעת מירון
"אין די יעצטיגע טעג גרייטען זיך תושבי וויליאמסבורג, ארויס צו קומען אין דו מאסען, דעם קומענדיגען דארנעשטיג, אין די זאל פון קאנטענענטיל, למען הצלת מירון, אפצושרייען די ביטערע גזירת הפקעת מירון", אט אזוי האבען זיך געליינט די שירות פון די פלייערס, וואס זענען געווען אויסגעלייגט אין די בתי מדרשים, דעם אט פארלאפענען שבת.
לצערי הגדול, האב איך מיט מיין קליין קעפל נישט אנגעפאנגען פארשטיין מה כל הרעש, לדעתי וואלט מען ווען געדארפט איינרייסען ביי די ממשלה שוין מיט יארען צוריק אז מען זאל איינמאל פאר אלעמאל מאכען סדר דארטען, אנגעקומען זענען זיך אפאר יחידים, און מחליט געווען אז דאס פלאץ איז זייערס, און אזוי ארום אנגעפאנגען מאכען גרויס געלט אויפען פלאץ, מכלומפרש'ט פאר די אלע אסטראנאמישע הוצאות, וואס עס קאסט אויף צוהאלטען דאס פלאץ, קען מיר איינער זאגען פינקטליך וואס פארא חלק נעמט אריין אין זיך די סכומים הנוראים, דו ביכ"ס וואס פלעגן נישט געוואשען ווערען וואו גרויס די יאר איז?, צו גאר די הקדש וואס שטעלט קיינמאל קיין נארמאל שטיקעל עסן נישט צו?
קומט מען מוט א טענה אז עס גייט אויס קוקען פונקט וואו דער כותל, נא! טאקע משם ראיה, קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז שלעכט מיטען כותל?
חלק הרחניות? די גדרי הצניעות ווערן דארט געהאלטען באופן הכי כשר, מיט גענצליך אפגעטיילטע מחיצות, הלוואי זאל די אתרא קדישא געהאלטען ווערען האלב אזוי הייליג וואו דער כותל. האט איר אמאל געזעהן, א פרענקישע פאר פאלק זיך שטעלן מאכען א גריל פארענט פינעם כותל? האט איר אמאל געזעהן, א מתנחליש'ע פאר פאלק אויף שטעלן א טענט ביים שטח הכותל אין זיך לייגען שלאפען?
בנוגע הגשמיות? דער כותל מיט די שטיבלעך ארום, ווערען געהאלטען מיטען גרעסטען מאס נקיות וואו עס פאסט זיך פאר אזא פלאץ, איז נאכנישט געקומען די צייט פאר מירון איינמאל פאראלעמאל געהאלטען צו ווערן בדרך כבוד וואו עס פאסט זיך?, אזא פלאץ דארף נישט צוזיין א מקום וואס יעדער היימלאזער צודרייטער פארשוין געפינט זיך דארט די פלאץ צו נעכטיגען.
איי עס גייט דאך אוועק נעמען די פרנסה פון אפאר אידען, וואס פילען זיך אהן די טאשען פון דעם?, קודם כל אויב דעס איז די פראבלעם, קען מען פאריפען א אסיפה אין קאנטענענטיל, וואו יעדער זאל אהער געבן אפאר דאלער, אין אויפשטעלן א קרן פאר די פאר באטראפענע, והשנית לאמיר זאגען אז דאס וואלט זיך נישט אויס געארבעט, דער עולם איז נאר ווארעם ווען עס קומט אין פארעם פון מחאה, נו ווער זאגט אז די פרנסה פון די פאר באטראפענע, דארף שטיין פאר די אינטערעסע פון האלטען אזא פלאץ וואו עס געברויך, ווער זאגט אז די אינטערעסע פון די פאר יחידים קומט בעפאר די אינטערעסע פון די הונדרעטער טויזענטער אידען וואס געפינען זיך דארטען במשך ל"ג בעומר און א גאנץ יאר?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
אין וואס טוט זיך מיט די מולטי מיליאן דאלאר טוריזם אין קאבאלאה צענטער וואס די ממשלה פלאנט אויפצושטעלן אויפן ארט, מיטן ציהל צו ציען אהין די ערגסטע פון כלל ישראל אין פון די אומות העולם?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
האט מען אפילו אמאל פראבירט צו פארהאנדלען מיט די ממשלה, אין מסביר געווען, אז די הונדרעטער טויזענטער חרדים וואס קומען דארט, זענען אסאך א גרעסערע ביזנעס וואו די אפשר צען טויזענט קאבאליסטין?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
אבי גערעדטאין וואס טוט זיך מיט די מולטי מיליאן דאלאר טוריזם אין קאבאלאה צענטער וואס די ממשלה פלאנט אויפצושטעלן אויפן ארט, מיטן ציהל צו ציען אהין די ערגסטע פון כלל ישראל אין פון די אומות העולם?
שקר וכזב.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
יידלאבי גערעדטאין וואס טוט זיך מיט די מולטי מיליאן דאלאר טוריזם אין קאבאלאה צענטער וואס די ממשלה פלאנט אויפצושטעלן אויפן ארט, מיטן ציהל צו ציען אהין די ערגסטע פון כלל ישראל אין פון די אומות העולם?
שקר וכזב.
העלא!
איך גיי נישט רעדן פינעם קאמפיין, אבער די פרט איז אמת, זיי האבן געשריבען די פלאן, כ'האב עס געליינט אויף YNET עס איז נישט סאטמער גענויגט,
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
פריינדליך
העלא!
איך גיי נישט רעדן פינעם קאמפיין, אבער די פרט איז אמת, זיי האבן געשריבען די פלאן, כ'האב עס געליינט אויף YNET עס איז נישט סאטמער גענויגט,
ווילסט מיר אפשר געבן די לינק?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
איך האב נארוואס געהערט, אז אין די חרידישע קרייזען קומט פאר פאליטיק בנוגע די א.ג. הצלת מירון, האט איינער אפשר מער דעטאלען?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילאיך האב נארוואס געהערט, אז אין די חרידישע קרייזען קומט פאר פאליטיק בנוגע די א.ג. הצלת מירון, האט איינער אפשר מער דעטאלען?
טרעף מיר עפעס אין די חסידישע קרייזן וואו ס'קומט נישט פאר קיין פאליטיק.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
איך פארשטיי נישט, דאס איז דאך די אויפגאבע פון א רעגירונג צו קעיר נעמען פון פאבליק פלעצער, ניין? אפגעזען צו איך האב ליב די רעגירונג אדער אירע פאליסיס.
שטעלט אייך פאר איך בין מחליט אז איך גלייך נישט די אבאמא אדמיניסטראציע, זעץ איך זיך אריין פירן די גרענד סענטראל סטעישאן. עס וועט זיין יו"ט אינדערוואכן מען וועט טיילן אייער קיכל מיט הערינג מיט ח"י ראטל אשר יצר פאפיר...
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
עס איז אביסל אנדערש, ווייל דאס האט קיינמאל נישט באלאנגט פאר די רעגירונג.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
אויב אזוי קען מען דאך עס צירוק געבן פאר די פאלעסטינער?...
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
דענקעראיך פארשטיי נישט, דאס איז דאך די אויפגאבע פון א רעגירונג צו קעיר נעמען פון פאבליק פלעצער, ניין? אפגעזען צו איך האב ליב די רעגירונג אדער אירע פאליסיס.
שטעלט אייך פאר איך בין מחליט אז איך גלייך נישט די אבאמא אדמיניסטראציע, זעץ איך זיך אריין פירן די גרענד סענטראל סטעישאן. עס וועט זיין יו"ט אינדערוואכן מען וועט טיילן אייער קיכל מיט הערינג מיט ח"י ראטל אשר יצר פאפיר...
די מעשה דא איז אנדערש, שטעל זיך פאר אז אמריקה איז מחליט אז דער פאפא'ער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג ווערט נישט געהאטלן ווי ס'דארף צו זיין, און זיי קומען דאס מפקיע זיין
דאס איז יעצט אין מירון, און וועגן די ריינקייט, אין די לעצטע יאר'ן איז שוין ב"ה זייער שיין דארט (חוץ די מקוה אין חצר וואס ברויך נאך א תיקון גדול).
און חוץ פון דעם אלעס, אז די אלע גוים טמאים שפלים ונבזים וואס לערנען אין קאליד'ש קאבאלע, און זענען זיך מסמיך אויף להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות אויף דעם תנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי, דאס אליין איז גענוג וויכטיג אז די מערכה זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
ציונידי מעשה דא איז אנדערש, שטעל זיך פאר אז אמריקה איז מחליט אז דער פאפא'ער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג ווערט נישט געהאטלן ווי ס'דארף צו זיין, און זיי קומען דאס מפקיע זיין
דאס איז יעצט אין מירון,.
איך פאנג נישט בכלל אהן צו פארשטיין דעם משל פון פאפא ביהמ"ד,איז דא איינער וואס קען ארויס נעמען פאפירען און אויף ווייזען אז דאס פלאץ געהערט פאר איהם? אוודאי נישט, סא מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
ציוני
און וועגן די ריינקייט, אין די לעצטע יאר'ן איז שוין ב"ה זייער שיין דארט (חוץ די מקוה אין חצר וואס ברויך נאך א תיקון גדול).
איך וועל דיר מגלה סוד זיין, די לעצטע צוויי יאר נעמט שוין די מדינה קעיר אויף די ריינקייט.
ציוניאון חוץ פון דעם אלעס, אז די אלע גוים טמאים שפלים ונבזים וואס לערנען אין קאליד'ש קאבאלע, און זענען זיך מסמיך אויף להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות אויף דעם תנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי, דאס אליין איז גענוג וויכטיג אז די מערכה זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
מען האט ניטאמאל פראבירט רעדן מיט זיי, איך גלייב שווער אז זיי דארפן ענדערשער די קאבאליסטין וואו די הונדרעטער טויזענטער חרדים.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
?

נישט ממש, די הקדשות זענען נאך בעלי בתים, ס'איז דא א וועדת החמישה צווי אשכנזים צוויי ספרדים, און איין מטעם המדינה, און זיי נעמען קער אויף דעם, ביזדערווייל נאך בחסות ההקדשות

מען האט ניטאמאל פראבירט רעדן מיט זיי, איך גלייב שווער אז זיי דארפן ענדערשער די קאבאליסטין וואו די הונדרעטער טויזענטער חרדים.[/quote]
ע"כ מה שכתב משה געצל, מכאן ואילך דברי ציוני
מ'טאר ח"ו נישט זאגן אזוי, אבער פון די הונדערטער טויזנט'ער חרדים מאכט מען נישט קיין פערטל, וואס מ'קען רח"ל מאכן פון די קאבאליסטים וואס וועלן זיך לאזן קאסטן פאר אלע אטרקציות פלעצער וואס מ'וועט צושטעלן פאר זיי, מכון כושר, בריכה, מלונות, וכו' וכו'.
און בפרט וואס ס'איז נגד החרדים השחורים האלה, איז די מדינה בעד.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז קאבאליסטן? אפשר דארף מען א באזונדערער אשכול.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
ציוני?
ציוני
און וועגן די ריינקייט, אין די לעצטע יאר'ן איז שוין ב"ה זייער שיין דארט (חוץ די מקוה אין חצר וואס ברויך נאך א תיקון גדול).
איך וועל דיר מגלה סוד זיין, די לעצטע צוויי יאר נעמט שוין די מדינה קעיר אויף די ריינקייט.
נישט ממש, די הקדשות זענען נאך בעלי בתים, ס'איז דא א וועדת החמישה צווי אשכנזים צוויי ספרדים, און איין מטעם המדינה, און זיי נעמען קער אויף דעם, ביזדערווייל נאך בחסות ההקדשות
ציוניאון חוץ פון דעם אלעס, אז די אלע גוים טמאים שפלים ונבזים וואס לערנען אין קאליד'ש קאבאלע, און זענען זיך מסמיך אויף להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות אויף דעם תנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי, דאס אליין איז גענוג וויכטיג אז די מערכה זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
מען האט ניטאמאל פראבירט רעדן מיט זיי, איך גלייב שווער אז זיי דארפן ענדערשער די קאבאליסטין וואו די הונדרעטער טויזענטער חרדים.
מ'טאר ח"ו נישט זאגן אזוי, אבער פון די הונדערטער טויזנט'ער חרדים מאכט מען נישט קיין פערטל, וואס מ'קען רח"ל מאכן פון די קאבאליסטים וואס וועלן זיך לאזן קאסטן פאר אלע אטרקציות פלעצער וואס מ'וועט צושטעלן פאר זיי, מכון כושר, בריכה, מלונות, וכו' וכו'.
און בפרט וואס ס'איז נגד החרדים השחורים האלה, איז די מדינה בעד.[/quote]
ביטע פארעכט דעם תגובה, מען זאל וויסען וואס איך שרייב און וואס דו שרייבסט. איך קען דאך נישט אזוי רעאגירען, דער עולם וועט אינגאנצען צומושיט ווערן...Re: גזירת (?) הפקעת מירון
אלבערטאפשר קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז קאבאליסטן? אפשר דארף מען א באזונדערער אשכול.
דו קאבאלאסטין זענען א גרופע וואס באשטייט פון פרייע אידען און להבדיל גוים, וואס האבען זיך אריינגעלייגט בחכמת הקבלה, און דאס איז זייער עיקר שטודיע.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילציוני?
ציוני
און וועגן די ריינקייט, אין די לעצטע יאר'ן איז שוין ב"ה זייער שיין דארט (חוץ די מקוה אין חצר וואס ברויך נאך א תיקון גדול).
איך וועל דיר מגלה סוד זיין, די לעצטע צוויי יאר נעמט שוין די מדינה קעיר אויף די ריינקייט.
נישט ממש, די הקדשות זענען נאך בעלי בתים, ס'איז דא א וועדת החמישה צווי אשכנזים צוויי ספרדים, און איין מטעם המדינה, און זיי נעמען קער אויף דעם, ביזדערווייל נאך בחסות ההקדשות
ציוניאון חוץ פון דעם אלעס, אז די אלע גוים טמאים שפלים ונבזים וואס לערנען אין קאליד'ש קאבאלע, און זענען זיך מסמיך אויף להבדיל אלף אלפי אלפים ורבי רבבות אויף דעם תנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי, דאס אליין איז גענוג וויכטיג אז די מערכה זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.
מען האט ניטאמאל פראבירט רעדן מיט זיי, איך גלייב שווער אז זיי דארפן ענדערשער די קאבאליסטין וואו די הונדרעטער טויזענטער חרדים.
עד כאן דברי משה געצל, מכאן ואילך דברי ציוני
מ'טאר ח"ו נישט זאגן אזוי, אבער פון די הונדערטער טויזנט'ער חרדים מאכט מען נישט קיין פערטל, וואס מ'קען רח"ל מאכן פון די קאבאליסטים וואס וועלן זיך לאזן קאסטן פאר אלע אטרקציות פלעצער וואס מ'וועט צושטעלן פאר זיי, מכון כושר, בריכה, מלונות, וכו' וכו'.
און בפרט וואס ס'איז נגד החרדים השחורים האלה, איז די מדינה בעד.
ביטע פארעכט דעם תגובה, מען זאל וויסען וואס איך שרייב און וואס דו שרייבסט. איך קען דאך נישט אזוי רעאגירען, דער עולם וועט אינגאנצען צומושיט ווערן...[/quote]
מתוקן כבר,
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילאלבערטאפשר קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז קאבאליסטן? אפשר דארף מען א באזונדערער אשכול.
דו קאבאלאסטין זענען א גרופע וואס באשטייט פון פרייע אידען און להבדיל גוים, וואס האבען זיך אריינגעלייגט בחכמת הקבלה, און דאס איז זייער עיקר שטודיע.
משה געציל לא לקנטר אבל עיקר חסר מן הספר,
די חברה זענען געמיינע יונגען שפלים ונבזים שקועים בהבלי עולם הזה עד החוטם והמוח ועד בכלל,
און זיי לערנען רח"ל ספרי הקבלה, אזוי ווי להבדיל מ'לערנט כישוף רח"ל,
און זיי פארופן זיך אויפן תנא'ס נאמען, ע"כ ווילן זיי קומען טוהן כל דבר אסור בחסות התנא האלקי זיע"א, און דאס קען אריין ברענגען אסאך געלט פאר די מדינה'ס קאסע, וואס איז יעצט זייער אויסגעטריקנט,
די אלפי חרדים וואס קומען און טיילען אדער נעמען ח"י ראטל פון דעם מאכט נישט די מדינה קיין געלט, אפי' נישט פון צושטעלן די אוטו'לעך ארויף צו פירן די אלטע אידן
אבער די קאבאליסטים זיי וועלן זיך יא לאזן קאסטן רבי רבבות דולארן, פארדעם וויל דאס די מדינה מסדר זיין
און דאס היל"ת ס'טאר נישט פארקומען.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
קודם א לייק פארען מתקן זיין, צוריק צום ענין.
די טויזענטער אידען וואס קומען צו פארען יערליך אויף ל"ג בעומר פון אלע מדינות לאזען איבער א שיינע אפותיקי דארט, אויף בויען האטעלן מיט דירות אין מירון וואס זאל זיין געגייגינט פאר חרידישע אידען קען אריינברענגען א שיינע פאר דאלער, כשר'ע געשעפטען אויפען פלאץ קען אויך אסאך אריינברענגען, מיט וואס פונקטליך זענען די חרדים א קלענערע אינקאם? אויף די מיליאנער דאלארען וואס די קאבאליסטין זאגען צו? גלייב מיר מען פארקויפט דער נאמען פון מירון קען דאס גיין פאר שווערע שווערע מעלאנעס, עני טיים אזוי סאך וואו דעי קאבאליסטין זענען גרייט אויסצוגעבן.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילקודם א לייק פארען מתקן זיין, צוריק צום ענין.

יכול להיות אז דו ביסט גערעכט, אבער הני מילי בדאיכא, כלומר די ציונים האלטן נישט ביים אויפשטעלן כשר'ע האטעלן, אדער כשר'ע געשעפטן, אויף דעם איז זיי גענוג פיצה רשב"י, (וואס איז גענוג א שאנדע פאר'ן צדיק, אז פיצה רופט זיך אויף זיין נאמען), זיי ווילן ענדערשער אויפבויען א האטעל מיט א מכון כושר, מיט אטרקציות, כפי שהם פירסמו כבר לפני ג' וד' שנים, זיי זיכן בכלל נישט צו צישטעלן פאר די פרייע,
און דער עיקר פראבלעם איז אז הקדש הספרדי והקדש האשכנזי קענען זיך נישט צוזאמען קומען אויף איין טיש, און די קאבאלסיטין זענען איין גרויסע גרופ מיט איין טאטע, און ס'איז בעסער פאר די מדינה צו צישטעלן פאר זיי, ווי פאר די חרדים וואס דער האט א פראבלעם מיט כח הפועל בנפעל, דער צווייטער שרייט מ'טאר נישט נעמען געלט, און דער דריטער פארפירט אז ס'איז נישט כשר, (און אויב זיי בויען דאס וועט דאס מן הסתם טאקע נישט זיין כשר).
כך נראה לי.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילציונידי מעשה דא איז אנדערש, שטעל זיך פאר אז אמריקה איז מחליט אז דער פאפא'ער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג ווערט נישט געהאטלן ווי ס'דארף צו זיין, און זיי קומען דאס מפקיע זיין
דאס איז יעצט אין מירון,.
איך פאנג נישט בכלל אהן צו פארשטיין דעם משל פון פאפא ביהמ"ד,איז דא איינער וואס קען ארויס נעמען פאפירען און אויף ווייזען אז דאס פלאץ געהערט פאר איהם? אוודאי נישט, סא מה ענין שמיטה אצל הר סיני?[quote="ציוני"]
עד כאן הערתך
נאר יעצט באמערקט די הערה,
קודם בויאן האט א פאפיר דאס צו באשטעטיגן כפי שקיבל מאבותיו הק' עד הרוזינ'ער זיע"א, און אויך די וועדות ההקדשות, האבן קאנגערגעשן צעטליך אז דאס פלאץ באלאנגט צו זיי.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
ציוניקודם בויאן האט א פאפיר דאס צו באשטעטיגן כפי שקיבל מאבותיו הק' עד הרוזינ'ער זיע"א,
וואו קומט באיאן אריין דא ווייס איך נישט, איינער וויל צו נעמן דעם זכות הדלקה פון זיי? און אויב יא איז דער בריוו פונעם ריזשינער א כתב מתנה? אינטערעסאנט, איך האב קיינאל נישט געוואסוט אז דער ריזשענער זי"ע האט געהאט אין באזיס אזא הייליג שטיקעל לאנד...
ציוני
און אויך די וועדות ההקדשות, האבן קאנגערגעשן צעטליך אז דאס פלאץ באלאנגט צו זיי.
ערקלער ביטע פונקטליך וואס עס מיינט קאנגערעגעשן צעטליך, איז דאס בערך אזא דאקומענט וואס פאפא האט אז דאס ביהמ"ד איז זייערס?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילציוניקודם בויאן האט א פאפיר דאס צו באשטעטיגן כפי שקיבל מאבותיו הק' עד הרוזינ'ער זיע"א,
וואו קומט באיאן אריין דא ווייס איך נישט, איינער וויל צו נעמן דעם זכות הדלקה פון זיי? און אויב יא איז דער בריוו פונעם ריזשינער א כתב מתנה? אינטערעסאנט, איך האב קיינאל נישט געוואסוט אז דער ריזשענער זי"ע האט געהאט אין באזיס אזא הייליג שטיקעל לאנד...
ציוני
און אויך די וועדות ההקדשות, האבן קאנגערגעשן צעטליך אז דאס פלאץ באלאנגט צו זיי.
ערקלער ביטע פונקטליך וואס עס מיינט קאנגערעגעשן צעטליך, איז דאס בערך אזא דאקומענט וואס פאפא האט אז דאס ביהמ"ד איז זייערס?
יא, ס'איז נאך פון די צייטן פון די ענגלאנדער אדער פריער
און ס'איז איבערגעפרישט געווארן אונטער די מדינה, און שוין יארן וואס זיי האבן די בעלות אויף דעם מקום קדוש בחסות המדינה
און בנוגע בויאן, זכות ההדלקה בא לו מירושת אבותיו, ווען דער הייליגער רוזינ'ער האט אפגעקויפט דעם מקום קדוש און אויפגעבויעט די מערה, (לכמה גירסאות רק חידשה, אבל המערה הקיימת כעת, הוא מהדורא מאוחרת יותר) און פלעגט יעדן יאר שיקן א שליח מיוחד מטעמו אנצוצינדין די הדלקה, און ווען א רויזינער אייניקל פלעגט קומען קיין מירון ל"ג בעומר פלעגט ער צינדן, אח"כ נאך די מלחמה און נאכ'ן מסדר זיין בין כל היורשים איז דאס געבליבן ביים אלטן ביאנער וואס האט דאס גע'ירש'נט פאר דעם היינטיגן רבי'ן,
און די מדינה וויל שוין כמה פעמים צו נעמען פון אים די הדלקה,
דערפאר הייסט דער ביאנער רבי מ'זאל לייגן בילדער און טעלעוויזן וכ'ו יעדע יאר ביי די הדלקה זיינע על אף ער איז תמיד קעגן בילדער, כדי להורות אז ער איז בעה"ב.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
די זאך איז אזוי מ'קען נישט נעמען א ראיה פון כותל צו מירון משום כמה סיבות איינס ווויייל די ציונים האבן געווואלט אז די כותל זאל האבן די אלטע היייליגע אידישע כאראקטער צוליב פאליטישע סיבות זייי דארפן וויייזן פאר די וועלט ווואס דאס מייינט "אידנס" רעכטן אין ירושלים און דאס לכאורה איז נישט גילטיג כלפי מירון צווייטנס בייים כותל איז נישט שיייך געווען צו מאכן גאנצע אויסשטעלונגן ס'נישט דא קיין פלאץ משא"כ מירון דריטנס ווער ס'ווייסט איז מירון ל"ג בעומר א מקום שאור וחושך משמשין בערבוביא ווער וויייסט וואס וועט זיין ווען זיי ריקן זיך אריין דארט אפיציעל
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
און בנוגע בויאן ער קען וויייטער אנצינדן די פייער אפילו אויב די מדינה איז מפקיע די פיזיקעל רעכטן און כ'טראכט יעצט אז די מדינה קען מאכן רשב"י די גרעסטע טפל אין מירון אויב זייי ווילן דווקא
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
גלות יודאון בנוגע בויאן ער קען וויייטער אנצינדן די פייער אפילו אויב די מדינה איז מפקיע די פיזיקעל רעכטן און כ'טראכט יעצט אז די מדינה קען מאכן רשב"י די גרעסטע טפל אין מירון אויב זייי ווילן דווקא
די מדינה האט שוין די יאר געוואלט צונעמען די הדלקה פון ביאיאן און איבערגעבן פאר'ן רב הרשע
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
פארוואס? וואס פארדינען זיי ס'יז זיי א חילוק ווער עס צינד?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
שמע חביבי, אני בנתיים לא יושב במשרדי המדינה, וב"ה שאיני יודע בדיוק מה מסתובב להם בראש,
אבל מן הסתם זה יותר כבוד להמדינה שאיזה חומעיני מהמדינה דמתקריא רב הרשע ידליק, ויעשה מזה מעמד חילוני מובהקת,
מאשר האדמו"ר מבויאן שליט"א אשר עושה את זה במסגרת חסידות, ותו לא.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
מסתבר פאר לאנג טערם לוינט זיי
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
מיין הויפט קשיא איז, האט איינער אמאל געפריבט זיך דורעך קומען מיט זיי עס זאל זיין לויט די ווילען פון די חרדים?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
איך גיי נאכאמאל איבערזאגן מיין בקשה: קען מיר איינער צוצייגן א נישט חרדי'שער מקור אויף די אלע זאכן וואס די מדינה וויל רח"ל טון מיט מירון?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
עס קוקט אויס וואו אפאר חרדים האבען זיך ארויס געלאזט אין פינשטערניש פון דער נאכט, אין אפגעשטאטעט א באזוך אין די הדעקוואדערס, אזוי ארום דערווישט דו פינצטערע פלענער, וואס דערווייל האט קיין איין נישט חרדישע מידיא קוואל נאך נישט געקענט דערווישען דו פלענער.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
יידל פרעגט זייער גוט. אויב האסטו עפעס א בעסערע מקור ווי היימישע צייטונגען, ברענג, אנדערש איז עס גארנישט ווערד.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
א בפירושע איד/בלאט איז דיר נישט גענוג??
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
ציוני אדער גלות איד - איר קענט נאך זוכה זיין צו מיין השתתפות ביים היינט-נאכטיגן אסיפה און קאנטינענטאל. ס'פעלט זיך סך הכל אויס א נישט-חרדישע מקור צו די בייזוויליגע פלענער פון די מדינה.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
איך מיין מ'דארף דיך דארט פאר מנין!!!!
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
איך פלאן יא צו גיין סתם צו הערן א צווייטע צד, איך וויל באמת פארשטיין דעם חורבן, פון די תשובות דא בין איך גארניקס קליגער געווארן.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילאיך פלאן יא צו גיין סתם צו הערן א צווייטע צד, איך וויל באמת פארשטיין דעם חורבן, פון די תשובות דא בין איך גארניקס קליגער געווארן.
געדענק צו איבערגעבן א באריכט דא פון די ערשט-האנטיגע דעטאלן וואס מ'גייט דארטן הערן.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילאיך פלאן יא צו גיין סתם צו הערן א צווייטע צד, איך וויל באמת פארשטיין דעם חורבן, פון די תשובות דא בין איך גארניקס קליגער געווארן.
נו משה געציל ביסט קליגער יעצט?
געב אונז אויך אביסל פון די חכמה וואס האסט געשלינגען נעכטן נאכט.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
איך בין נישט דארט געווען. אבער לבי אומר לי אז ס'איז געווען א דורכפאל פון א מעמד, כ'מיין וויפיל מאל קען מען צוזאמשלעפן טויזנטער מענטשן, ביים חנוך לנער איז כאטש געווען בין הזמנים, אין ס'נאך געווען א פאליטיק וואס ציעט אוטאמאטיש א ציבור, אבער דא?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
עס איז מיר למעשה נישט אויס געקומען צו גיין, איך וואלט זייער געוואלט שאפען א רעקארדינג פונעם מעמד, אויב איינער ווייסט אויב און וואו מען קען באקומען ביטע מפרסם זיין.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
תושבי א"י ווייסן גאנץ גוט זייערע פינסטערע פלענער, מ'לעבט דאס מיט יאר איין יאר אויס, ס'איז נישט היינט באשאפן געווארן, ס'איז שוין א פלאן פון א שיינע פאר יאר,
נאר היות איך זיץ אין קאווע שטיבל כדי נישט צו דארפן נישטערן אויף טרייפענע סייד'ס קען איך דיר ב"ה נישט ברענגען קיין חילונישע מקורות,
אבער אויב קענסטו אויפזיכן ביי די דאקאמענטן פון די מדינה, וועסטו זיכער טרעפן אויף דעם, אסאך אסאך,
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
ידעןאיך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילידעןאיך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.
👍 דאס מיינט דאך א מורא'דיגער גוטע שרייבער 👍
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
וויייסט איינער צו עס איז דא צו באקומען רעקארדינגס פונעם נעכטיגן מעמד?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
משה געצילוויייסט איינער צו עס איז דא צו באקומען רעקארדינגס פונעם נעכטיגן מעמד?
ווען כעל זעהן א CD וועלעך דיר מודיע זיין.
אדער קענסט אנקאלען די טעיפ גמחים.
מ'האלט שוין דא נאך צענדליגע תגובות, קיינער האט מיר נאך נישט מסביר געווען וואו אהין די קאנטינענטאל געלט גייט אנקומען?
פארוואס דארף מען געלט?
קאווע טרינקערמ'האלט שוין דא נאך צענדליגע תגובות, קיינער האט מיר נאך נישט מסביר געווען וואו אהין די קאנטינענטאל געלט גייט אנקומען?
פארוואס דארף מען געלט?
אויב מ'מעג - צוצייכענען
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=17291&p=568350#p568350">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 50#p568350</a>
עין - בסוף ה'פעדזשעס