☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » דזשאן געמבלינג רעטייערט! (?)

דזשאן געמבלינג רעטייערט! (?)

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5174

ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:11 pm

· #161969
דזשאן געמבלינג רעטייערט! (?)
היינט האט דער באקאנטער מארגענדיגער ראדיא רעדנער דזשאן געמבלינג געמאלדן אז ער גייט רעטייערן, זיין לעצטע שוי וואס ווערט יעצט געהערט אויף דאבעליו או אר וועט זיין דעצעמבער 20. די געמבלינג מארנינג ראדיא גייט שוין אן 3 דורות אנגעהויבן פונעם זיידן דזשאן R געמבלינג, זיין פראגראם איז געלאפן יארן צוריק אויף wor און געווען דער מערסט פאפולערע שוי, ס'האו זיך גערופן Rambling with Gambling. שפעטער איז עס אריבער צום זון אויך מיטן זעלבן נאמען, נאכדעם צום אייניקל דער היינטיגער געמבלינג. ער איז אבער רוב פון זיינע יארן געווען אויף WABC.

עטליכע יאר צוריק האט אים WABC אפגעזאגט. האט wor אים גענומען להחזיר עטרה ליושנה ווי אלע געמבלינגס זענען געווען אלע יארן אויף 710. געמבלינג איז דער איינציגסטער פראגראם אויף 710 וואס טוט בעסער ווי דער קאנקורענט Imus פון 770. געמבלינג האט אביסל שטערקערע רעיטינגס.

שפעקולאציעס ווערן אויסגעליפטערט אז וויבאלד געמבלינג איז נאך צו אינג פאר א מיאמי רעטייערמענט ליגט דא עפעס טיפערס. און מעגליך וועט ער צוריק זיין אויף 770 אפשר נאך איימעס וועט גיין אדער מעגליך איבער נעמען לימבא וואס גייט אנהייב נעקסט יאר.

<a class="postlink" href="http://www.wor710.com/pages/onair/john-gambling.html?feed=467210&article=11815164&desktop=true&desktopviewduration=72000">http://www.wor710.com/pages/onair/john- ... tion=72000</a>

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:29 pm

· #161978
טאקע א חידוש. דזשאן איז יעצט זייער שטארק אין די ניו יארק מארקעט, אפשר טאקע וועגן דעם גייט ער, איינער וויל אדער קען אים צאלן בעסער. וכמו שאמר הכהן.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:40 pm

· #161984
האווערד שטערן? דזשאן איז צו ערענסט צו גיין מיט שטערן, און שטערן'ס איגא איז צו גרויס צו גיין מיט א צווייטן. נזכה ונראה.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:43 pm

· #161987
אגב: דזשאן געמבלינג, אין די תקופה וואס ר'איז געווען אויף 770 האט ער איעדע אידישע נושא באהאנדלט מיט אומסענסיטיווקייט, און אביסל ציניש און שפאט. שוין אפגערעדט פון די פאליטיק פון מדינת ישראל און אירע פיהרער. דארט האט ער אפן ארויסגעוויזן זיין שנאה. נאר מיט די צייט האט ער זיך געטוישט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:53 pm

· #161991
The retirement comes as WOR needs to make room for Rush Limbaugh and Sean Hannity, who will be joining the stations lineup on January 1. The station will also add New York Mets baseball in 2014.

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:33 pm

· #162252
יעצט זע איך אז דער היינטגער דזשאן איז געוען אויף WOR גאר א לאנגע צייט פון 1985 ביז 2000 און נאכדעם פון 2008 ביז יעצט. נישט ווי כ'האב געשריבן אויבן אז ער איז רוב צייט געווען אויף 770.

In 1925, John B. Gambling launched one of the first morning talk shows on radio. In 1959, his son John A. took over. In 1991, his son, John R., who had begun co-hosting in 1985, took the mic. Monday, John R. told listeners that, come December, he will be signing off for the final time
In some homes, John R. Gambling is best known for that family tradition. In others, for being the regular weekly interviewer of Mayors Giuliani and Bloomberg. In others, for announcing school closures on snow days, when his voice became a must-hear for kids from Bay Ridge to Bayonne to the Bronx. Enjoy your retirement, John — you’ll be missed

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 9, 2013 2:03 pm

· #167178
שוין, יעצט איז אלעס אפיציעל. אבער כ'גיי דא באריכטן עפעס וואס איך ווייס נישט צופיל דערוועגן, אפשר קען איינער ארויסהעלפן. היינט האט דזשאן געמבלינג געמאלדן אז ELLIOT IN THE MORNING גייט ריפלעיסן זיין מארנינג שוי אויף WOR. דאס איז א שטארקע שיפט פאר 710 ווייל ווי ווייט איך זע איז עליאט אין די מארנינג א מער גענויגטער אינטערטענמענט סעלעבריטי טייפ שוי. ס'לויפט אויף צוויי FM סטאנציעס, איינס אין וואשינגטאן די סי און איינס אין ריטששמענד ווירדזשיניע, בייזע זענען ק"טש סטעשענס. מער פון דעם ווייס איך נישט.

WOR To Add Elliot In The Morning Plus Rush, Hannity As New 2014 Lineup Unveiled

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:42 am

· #169353
מארגן (ריכטיגער: היינט פארטאגס) גייט פארקומען אן אינטערעסאנטער קא-אינסידענט ווען סיי דזשאן געמבלינג און סיי מעיאר בלומבערג גיין האוסטען זייער לעצטן שוי אויף 710. ווי באקאנט (אפשר נישט פאר יעדן) האט געמבלינג געהאט דעם ניו יארקן מעיאר,אנגעהויבן פון דזשוליאני דאכט זיך, יעדן פרייטאג צופרי אויף זיין ראדיא שוי. דער מעיאר פלעגט אריבערקומען צום סטודיא און שמועסן פון וואס ס'איז געווען אין די נייעס און זיין אגענדע און אויך נעמען קאלס פון צוהערער. זיין ערשיינונג און סטעיטמענטס פלעגט מאכן די העדליינס שבת אין די צייטונגען, "דער מעיאר האט דאס און יענץ געזאגט אויף זיין וועכענטליכן ראדיא שוי". דאס פלעגט אלע יארן זיין אויף 770 מיט געמבלינג און ווען געמבלינג איז אריבער צו 710 איז בלומבערג דארט מיטגעקומען. מארגן וואלט געווען בלומבערגס לעצטע שוי ווייל ער גייט שוין ארויס פון אפיס, אבער יעצט אז געמבלינג רעטייערט אויך איז עס אויך פונקט זיין לעצטע שוי.

אגב, געמבלינג האט זייער נישט ליעב דעבלאזיא. ער האט געזאגט אז אויב ער וואלט נישט רעטייערט וואלט ער סייווי נישט ארויפגעלאזט דעבלאזיא אויף זיין שוי.

<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/news/politics/bloomberg-wor-morning-radio-show-friday-article-1.1553450">http://www.nydailynews.com/news/politic ... -1.1553450</a>

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:45 am

· #169354
ווער נעמט אים איבער? (אגב ער האט געזאגט היינט אז אפשר וועט ער אויך טוען דעם קומענדיגן מאנטאג.)

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:54 am

· #169356
ווער ס'נעמט איבער געמבלינג? קוק ארויף איין תגובה העכער מיין פריערדיגע תגובה

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:36 am

· #169362
ער איז א שאק דזשאקי מיט א סענס אף הומאר. פאר די געלט קען מען שוין נעמען קורטיס סלועא.

ישמעאל הכהן » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:30 pm

· #184998
רויטע וואנצעס
ער איז א שאק דזשאקי מיט א סענס אף הומאר. פאר די געלט קען מען שוין נעמען קורטיס סלועא.

@רויטע וואנצעס נאך בלויז איין חודש האט ק"טש איינגעזען אז ער איז נישט געמאכט געווארן פאר WOR און ער איז היסטאריע... שפאקולאנטן שפעקולירן אז סקאט שענאן וואס איז לעצטענס געפייערט געווארן פון WPLJ 95.5 וועט באקומען די WOR מארנינג שוי.

רויטע וואנצעס » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:10 pm

· #185036
WOW
איך האב עם געהערט יעדן אינדערפרי אביסל, כ'האב געוואוסט אז ער גייט פליען, אבער נישט אז אזוי שנעל.
בד"וו קורטיס און קובי זענען געוואליג אויף 770, זיי זענען ווי וויין, די עלטער זיי ווערן די בעסער.

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 19, 2014 7:24 pm

· #191398
ער קומט צוריק

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:44 am

· #191468
holy cow

און מסתמא פאר מער געלט. זיי זענען דעספערט.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:17 pm

· #191727
זיכער נישט פאר מער געלט. ערשטענס, די העכסטע באצאלטע האוסט'ס זענען פרימארגן/פארטאגס שוי'ס, (9-5) און יעצט גייט ער זיין פון 11 ביז איינס. און אויף וועלכע סטעשען? איך גלייב האסט נאך קיינמאל נישט געהערט פון זיי, 970 WNYM. זייער א שוואכע סיגנעל און זיי האבן נישט צופיל געלט צו צאלן, זיכער נישט מער ווי wor וואלט געקענט. די שאלה איז פארוואס זאל ער ארויסקומען פון ''רעטייערמענט'' פאר אזא שוי אויף א SALEM סטעשען וואס איז ניטאמאל אין די רעיטינגס סיסטעם? איינס איז פשוט אז ס'בעסערע שעות, דארף מער נישט אויפשטיין דריי פארטאגס, צווייט וזו העיקר אז זיי גייען אים לאזן טון זיין שוי פון פלארידע.

<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/entertainment/tv-movies/nyc-radio-legend-john-gambling-returning-dial-article-1.1727048">http://www.nydailynews.com/entertainmen ... -1.1727048</a>

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:48 pm

· #191730
כ'האב געמיינט דו זאגסט אז ער גייט צוריק אינדערפרי צו 710.