☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אבות ובנים - איש ואשתו ....

אבות ובנים - איש ואשתו ....

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5167

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:14 pm

· #161818
אבות ובנים - איש ואשתו ....
בס״ד

בחסדי השם טוען מיר אפצייכענען צען יאר זינט מיר האבן געגרינגעדט אבות ובנים וואס איז האט ב״ה ווי באקאנט גאר שטארק מצליח געווען למעלה מדרך הטבע, הונדערעטער עלטערן וואס פלעגן פארברענגן די לאנגע מוצ״ש מיט פיסטע פרעסעריי אין שפילעכצער אין געמיינע פלוידעריי פאר שעהן נאכנאנד פארברענגן ב״ה היינט ציטאגס מוצ״ש בין כוסלי ביהמ״ד מיט די קינדערלאך קע״ה זאל דער רבוש״ע זיי אלע בענטשן אז מזאל קענען אנהאלטן.

ציליב דעם גרויסען סוקסעס פין אבות ובנים איז אריינגעקימען
צי אינז אין אפיס הינדרעטער טעלעפאן קאלס פין נשים צדקניות אז מזאל אראנזשירן איינמאל א וואך אן ״איש ואשתו״ דאס הייסט אז אזויווי מענטשן מיט קע״ה גרויסע שטיבער אין ציליב טרדת הבית אין עול פרנסה קען דורך גיין וואכן אין טיילמאל חדשים וואס דער מאן מיט די פרוי טוישן נישט קיין ווארט צווישן זיך אין פארברענגן נישט קיין תוכנדיג צייט ציזאמען.

נאך העפטיגע מיטינגען אין שטירמישע דעבאטירינגן מיט רבנים, שלום בית מענטשן, אין דאקטוירים ווילן מיר מודיע זיין פארן חשובן ציבור אז אנגעפאנגן קימענדיגע וואך וועלן מיר מסדר זיין מסיבת איש ואשתו יעדער מיטוואך נאכט.

מיר וועלן אי״ה אין די נאנטע טעג מפרסם זיין די בתי מדרשים וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם פראגראם איש ואשתו.

אזויווי אבות ובנים וועט איש ואשתו ארבעטן אויף אן ענליכן פארנעם, בעלי בתים וועלן פארברענגן אינהאלטסרייכע צייט מיט זייערע חשובע אקרת הבית אין א היימישע אטמאספער בין כותלי ביהמ״ד צווישן 9-10pm.

חשובע מנדבים האבן מנדב געווען טייערע חסידישע קליידער אויף וואס סוועט פארקימען גורלות פארן אהיימגיין, מוועט אויך טיילן לייכטע ציבאסן.

מיר פלאנען אי״ה צו צישטעלן אין יעדען ביהמ״ד א קאנסלער צי וועמען מוועט קענען ציגיין אויב מלויפט אויס פין שמיעס, אדער חלילה סמאכט זיך טאהנערייען בין איש לאשתו אדער ארגערס וד״ל.
אין א בקשה צים רבש״ע אז וכל אשר נעשה מצליח זאל ער העלפן אז אין דעם זכות פון העלפן איש ואשתו זיך נאכאמאל באקאנט מאכן זאל מיר זוכה זיין צו אלעם גוטן.
ק/פ

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:20 pm

· #161819
פעלט נאך אויס א נדבן פאר בעיביסיטינג, און מיר זענען גרייט זיך אנצושליסן אינעם פראגראם!

קרעקער » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:08 pm

· #161833
האסט מסתם געמיינט ליצונות
אבער די דערהער איז געוואלדיג א ריזיגע תיקון און דער וואס וועט טוהן דערין וועט זיין די היראו פונעם יאהר הונדערט

פרישער » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:00 pm

· #161843
אבות ובנים איז א געוואלדיגע דערגרייכינג, עס העלפט שטארק ארויס און שטוב, ווייל מען קען ריאיגערהייט גיין און שיל אוועק פין דו גערויש פון דערהיים, און דורך קיקן אלע פריש אנגעקומענע וואצעפ וויצען, מען קען זיך געהעריג אפגעיבן מיטן טעלעפאן, זעין אלע אימעילס פון שבת קודש.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:33 pm

· #161847
שמעקעדיג
פעלט נאך אויס א נדבן פאר בעיביסיטינג, און מיר זענען גרייט זיך אנצושליסן אינעם פראגראם!

און אויך א נדבן פאר קאר סערוויס/חסד פאר דער וואס האט נישט קיין אייגענע אדער געדונגענע קאר.

smart » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 5:09 pm

· #161870
וואס טוט זיך - וואס איז די לעטעסטסט? ווער גייט צאמשטעלן א ליסט פון ענינים וואס מקען רעדן ?

BAL TSHIVA » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 8:47 pm

· #161923
smart
וואס טוט זיך - וואס איז די לעטעסטסט? ווער גייט צאמשטעלן א ליסט פון ענינים וואס מקען רעדן ?

Your wife has a full list that needs to be discussed no worries 😢

טעפל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:45 pm

· #162051
BAL TSHIVA
smart
וואס טוט זיך - וואס איז די לעטעסטסט? ווער גייט צאמשטעלן א ליסט פון ענינים וואס מקען רעדן ?

Your wife has a full list that needs to be discussed no worries 😢

דאר מען צושטעלען א מענטש וואס זאל מסביר זיין פאר די פרוי אז מ'מוז נישט קומען גלייך און זאגען אלע טענות וואס מ'האט, נאר צוביסלעך אריין גיין אין א שמואס און נאר שפעטער קען מען וויינען..

רקבשמחה » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:43 pm

· #162095
נאך איין זאך!
ס'זאל הענגן פרוכת'ן צווישן איין קאפל און דער צווייטער...

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:07 pm

· #162318
דער (פינטעל) איד


נאך העפטיגע מיטינגען אין שטירמישע דעבאטירינגן מיט רבנים, שלום בית מענטשן, אין דאקטוירים ווילן מיר מודיע זיין פארן חשובן ציבור אז אנגעפאנגן קימענדיגע וואך וועלן מיר מסדר זיין מסיבת איש ואשתו יעדער מיטוואך נאכט.

לכאורה איז דינסטאג נאכט מער א פאסיגע נאכט פאר דע פראגראם.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:10 pm

· #162319
אפטעמיסט
דער (פינטעל) איד


נאך העפטיגע מיטינגען אין שטירמישע דעבאטירינגן מיט רבנים, שלום בית מענטשן, אין דאקטוירים ווילן מיר מודיע זיין פארן חשובן ציבור אז אנגעפאנגן קימענדיגע וואך וועלן מיר מסדר זיין מסיבת איש ואשתו יעדער מיטוואך נאכט.

לכאורה איז דינסטאג נאכט מער א פאסיגע נאכט פאר דע פראגראם.

דו ביסט א----- חסיד? פונ'ם רעבי'ן ר'----- פון ----?! פרעיג מיך נישט פון ווי איך ווייס! אזוי איז משמע פון דיין תגובה! 🙄

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:15 pm

· #162334
כהאב נישט קיין שמץ של מושג פון וועלכע רבי דו רעדסט.

shefele » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:27 pm

· #162617
עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות (שבת קיח.- פסחים קיב.)

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:26 am

· #170787
אזא פנים וואלט געהאט איש ואשתו
📎 אבות ובנים.jpg

BAL TSHIVA » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:31 am

· #178675
😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃 😃