☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ביקשו רחמים!

ביקשו רחמים!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5165

לעמיל » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:07 am

· #161791
ביקשו רחמים!
פאר די וואס מאכען ביזנעס און טשיינע איז שוין זיכער אויסגעקומען צו הערען די נאמען ר׳ אהרון לויבער ני״ו וואס די אלע וואס קומט אויס צו זיין דארט שבתים זענען זיך מחיה מיט די פולע אש״ל וואס ער שטעלט צו, און זיין הויז איז די חסידישע סטעשיאון פאר די אלע וואס פארען אהין!
ליידער האט זיין געטרייע אשת חייל וואס מאכט יעדעם זיך פילען ווי ביי זיך אינדערהיים געכאפט א סטראוק לעצטע וואך דאנערשטיג און זי גייט יעצט אריבער א שווערע אפיראציע איז בעיט מען די עולם צו מתפלל זיין פאר האישה החשובה רייזל בת ברכה מלכה לרפואה שליימה בתוך שאר חולי ישראל
והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים

@YiddishNews: China: Tefillos needed for Riza Bas Rochel Malka hospitalized in critical condition, askunim overseeing her medical needs

לעמיל » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 1:59 pm

· #161829
חסדי השם כי לא תמנו!
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה אז די אפיראציע איז ב״ה אריבער מיט גרויס סוקסעס און זי האט שוין אפי׳ גערעדט מיט די ארומיגע
ביטע ווייטער מתפלל זיין פאר א גענצליכע רפואה רייזל בת ברכה מלכה פאר א גאנצע רפואה!

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:00 pm

· #161830
לידיעה ר' אהרן לויבער איז פון די בעלי בתים פון נר מצוה.

לעמיל » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:03 pm

· #161832
רויטע וואנצעס
לידיעה ר' אהרן לויבער איז פון די בעלי בתים פון נר מצוה.

דו מאכסט א טעות זיין ברודער ר׳ נתן לויבער איז די בעל הבית פון נר מצוה נישט ר׳ אהרן

ליפא » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 4:09 pm

· #352270
📎 IMG-20161011-WA0076.jpg