וקרא שמו בישראל... וועלכע נאמען זאל איך געבן?
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5162
וקרא שמו בישראל... וועלכע נאמען זאל איך געבן?
סאיז מיר געבוירען געווארן א אינגעלע בשטומ"צ און אנשטאט זיך פרייען מיט א רוהיגקייט דריי איך מיך ארום פארלוירן, נישט קענענדיג אויפקומען מיט א שיין פאסיגע נאמען פארן רך הנולד. די ברית איז ממשמש ובא, ואני אנה אני בא.
'נעמען געבן' איז א פראבלעם וואס פלאגט א גרויס חלק פון כלל ישראל. ביי די גוים איז נישט דא אזא פראבלעם וויבאלד סאיז נישט איינגעפירט צו 'דייקא' געבן א נאמען נאך א זיידע, רבי וכדומה, אזוי אויך פרוכטבארען זיי זיך נישט אזוי פיל ווי אונז תורה טרייע אידן און ברויכען סך הכל געבן צוויי (אדער זעלטן אביסל מער) נעמען.
אונז אידעלעך פלאגט אבער דער פראבלעם זייער. ממילא דער ערשטער קינד, נו, הולכין אחר האם. דער צווייטער דריטער און אפילו פערדער איז אויך נישט שווער צו טרעפען זיידעס און באבעס אדער רביס צי ראשעשיבעס נאך וועם צו געבן. אבער וואס טוט מען ווייטער ווען מען לויפט פשוט אויס פון נעמען?! סתם געבן א נאמען א קיין 'נאך וועמען' קען שאטן פאר שידוכים, געבן נאך די אבות הקדושים סטעמפעלט אייך אפ אלס גר. איז וואס ברויך מען טוען? אפשר זאל איך רופן דאס קינד 'פעסימיסט'?!
סדא וואס געבן נאך צדיקים וואס די יאר צייט געפאלט און טאג פון געבורט אדער טאג פונעם ברית. אדער אפילו פון פרשה פון די וואך
קודם מזל טוב, דער באשעפער זאל העלפען דאס קינד זאל וואקסען אן ערליכער איד,
לגבי א נאמען, געב א נאמען וואס די האסט ליב, ס'מיז נישט זיין דוקא נאך איינעם, האסט א נאמען וואס געפעלט דיר, געב עס, ס'שאדט נישט פאר שידוכים.
ברוכים תהיה, חבקוק.
לגבי דיין הצעה, דו ווייסט דאך יא אז אין אונזערע קרייזן טרעפט מען נישט אז איינער זאל געבן א נאמען אן קיין פארוואס; יעדער גיבט נאך איינעם. גראדע, דו פון אלע דארפן דאס צו וויסען די בעסטע- כמיין, נאך וועמען הייסן די אלע חבקוק'ס אויב נישט נאך אייך, חבקוק הנביא?
איך האב א חבר וואס געבט א נאמען וואס ער וויל, נאכדעם זיכט ער אויף א זיידע,
באמת, פין וואס האסטע מורא, געב וועלכע נאמען די ווילסט אין פארטיג, טאמער איינער פרעגט נאך וועלכע זיידע ענפער אז די קינד איז אליינס די זיידע, קיינער גייט דיר נישט פארשטיינערען, אדער טרעף עפעס א צדיק וואס הייסט אזוי ווי די נאמען וואס די ווילסט געבען אין שוין קענסטע זאגען אז די קינד הייסט נאך אים, פראבלעם געלייזט,
געבן נאך זיידע א נאמען זאגט שינאווער רב איז א סגולה פאר אריכות ימים.
חוץ מזה איז עס בכלל מצות כיבוד אב ואם ווייל זיי פרייען זיך אז מ'איז מכבד זייערע עלטערן מיט רופן א נאמען (ווען וועסט זוכה זיין און זיין אן אלטער איד וועסטו פארשטיין די קורת רוח דערפון).
און פון זיידעס לויפט מען נישט אזוי שנעל אויס, דו האסט צוויי זיידעס פיר עלטערזיידעס אכט עלטערעלטערזיידעס זעכצן עלטערעלטערעלטערזיידעס מיט באבעס האלסטו שוין ביי 32, צוזאמען מיט דיין ווייבס זייט האלסטו שוין ביי 64, און דאס איז נאר דריי דורות העכער דיין זיידע...
געווען אויך גוטע אידן וואס ווען מ'האאט זיי געפרעגט האבן זיי געעפנט א חומש און געקוקט פרשת השבוע. די וואך איז דא יעקב מיט די שבטים היבש א גרויסער אויסוואל - ווידעראום איז געווען וואס האבן געזאגט אז פארקערט מ'זאל נישט געבן נאך גאר פריערדיגע נאר נאך לעצטערע צדיקים, ס'א סוגי' ארוכה יעדער לויט זיין דרך .
אז מ'גיבט נאך א זיידע גייט מען נישט Wראנג
כבין סתם אזוי נייגעריג ווען סהאט זיך אנגעהויבען די נעמען געגעבאכטס נאך זיידעס און צדיקים. אין די תורה זעהט מען נישט אזא זאך.
פארוואס גיבט מען נישט קיין נעמען אזוי ווי אמאל, צום ביישפיל, 'סיסעק'- "כי ב-סיסעקשין משיתיהו"?
מז"ט!
אויב דו מיט דיין ווייב זענען מסכים צו געבן די נאמען סיסעק אפטימיסט/אפטימיסט סיסעק ווער לאזט דיר נישט?
אפטימיסט: דעיס אליין (אז זו ביסט צוטראגן) ווייזט אז דו האסט נישט דעם ריכטיגן נאמען. אן אפטימיסט איז מלא שמחה און ער האט נישט קיין דאגה אין די וועלט. נאר אזוי ווי דער מצב איז איצט וועט מען דיין זון אויפרופן "יעמוד פעסימיסט בן אפטימיסט". ווען דו געסט איהם אויכעט א נאמען "אפטימיסט", דאמאלס וואלט מען חושד געוועין אז ר'איז א גר. שטעל דיך פאר, "יעמוד אפטימיסט בן אפטימיסט" דאס איז פונקט אזוי ווי מ'זאל זאגן "אברהם בן אברהם". 😂 🙄
בדידי הוא עיבדא, ביי מיין יונגסטן זין ווען כאב עם א נאמען געגעבן האב איך עם געגעבן נאך א איד וואס כאב זייער געוואלט אז מיין א קינד זאל נאך עם הייסען, ביי דע פריריגע קינדער האט זיך עס נישט איינגעגבן, אדער איז געווען א מיידל אדער האט מיין טאטי עדער מאמע געהאט דין קדימא, אבער ביי דעם זין האב איך שוין קיינעם נישט געפרעגט (א חוץ מיין פרוי) דע משפחה האט געהאט טענות אבער איך האב מיך געהאלטן ביי מיינס, וואס זאל איך אייך זאגען? דע משפחה איז ב"ה שטאלץ מיט דעם זין, ק"ה ער איז דער געלאנגענסטער אין דע גאנטצע משפחה, צי וועגן נאמען איז ער אזוי? ווייס איך נישט, אבער געשאט האט עס ב"ה נישט,
דייטלפון זיידעס לויפט מען נישט אזוי שנעל אויס, דו האסט צוויי זיידעס פיר עלטערזיידעס אכט עלטערעלטערזיידעס זעכצן עלטערעלטערעלטערזיידעס מיט באבעס האלסטו שוין ביי 32, צוזאמען מיט דיין ווייבס זייט האלסטו שוין ביי 64, און דאס איז נאר דריי דורות העכער דיין זיידע...
דאס גופא מאכט טאקע אן דעם פראבלעם. יעדע צווייטע נאמען וואס איך וויל געבן, קען איך נישט ווייל עפעס א זיידע הייסט אזוי. יתכן אז איר זענט פון די עדת המזרח, אבער ביי אונז ווייס הויטיגע פירט מען זיך נישט צו געבן נעמען וואס לעבעדיגע זיידעס טראגן.
ב"ה. א גוטע בשורה צו הערן אז ביי ענק אין די משפחה האבן די עלטער-עלטער זיידעס און באבעס אריכות ימים ונשים. 😂 😃 🙂 😉 😮
נישט ממש. נאר די פאר זיידעס הייסען אויך נאך זייערע זיידעס, בלייבט איבער א גאר קליינע אויסוואל פון נעמען. עניוועי, די ברית איז אט אט דא און איך האב נישט מושג פון וואו די ישועה וועט קומען. אנא ה' הושיעה נא.
אנא ה' הצליחה נא! אנא ה' עננו ביום קראנו!!!
זעהסט אויס אזוי פארלוירן איך האב מורא ביים ברית ווען דע בעל תוקע וועט זאגן ויקרא שמו בישראל וועסטע שרייען אנא ה הושיעה נא און מוועט געבן דעם נאמען יהושע אדער הושע. וויאזוי זאל נאר זיין זאלסטע האבן אסאך נחת
כמעט יעדער עצה'ט מיר צו געבן דעם אלעמען באקאנטע 'יואל'. איך וואלט שוין איינגעגאנגן דערויף, אבער איצט קומט מיין בעסערע האלב און טענה'ט אז סוועט זיין שווער ביי שידוכים וויבאלד די דור פריער (ד"ה מיין גענעראציע) איז פארפלייצט מיט 'יואל'ס, און מוועט האבן א הארד טיים מיטן געפונען א שווער וואס הייסט עפעס אנדערש ווי 'יואל'. איזהו חכם הרואה את הנולד.
איזהו חכם הרואה את הנולד ? וואלט איך נישט גענוצט פאר דיר אז דו האסט נישט געטראכט פון א נאמען דע לעצטע 9 חדשים און זיך דערמאנט ווען סאיז שוין רואה א הולד...
דייטלגעבן נאך זיידע א נאמען זאגט שינאווער רב איז א סגולה פאר אריכות ימים.
berlbalagulehב"ה. א גוטע בשורה צו הערן אז ביי ענק אין די משפחה האבן די עלטער-עלטער זיידעס און באבעס אריכות ימים ונשים. 😂 😃 🙂 😉 😮
אפטעמיסטנישט ממש. נאר די פאר זיידעס הייסען אויך נאך זייערע זיידעס, בלייבט איבער א גאר קליינע אויסוואל פון נעמען. עניוועי, די ברית איז אט אט דא און איך האב נישט מושג פון וואו די ישועה וועט קומען. אנא ה' הושיעה נא.
חדא מתורצת בחבירתה, ווייל די זיידעס הייסן נאך זיידעס האבן זיי אריכות נשים.ודו"ק.
אפטעמיסטכמעט יעדער עצה'ט מיר צו געבן דעם אלעמען באקאנטע 'יואל'. איך וואלט שוין איינגעגאנגן דערויף, אבער איצט קומט מיין בעסערע האלב און טענה'ט אז סוועט זיין שווער ביי שידוכים וויבאלד די דור פריער (ד"ה מיין גענעראציע) איז פארפלייצט מיט 'יואל'ס, און מוועט האבן א הארד טיים מיטן געפונען א שווער וואס הייסט עפעס אנדערש ווי 'יואל'. איזהו חכם הרואה את הנולד.
וועט ער נישט זיין א איידעם ביי א סאטמארער.. מה כל הרעש?
עס זענען פארהאן אנטשטענדיגע סאטמארע אויך.
דער (פינטעל) אידאיזהו חכם הרואה את הנולד ? וואלט איך נישט גענוצט פאר דיר אז דו האסט נישט געטראכט פון א נאמען דע לעצטע 9 חדשים און זיך דערמאנט ווען סאיז שוין רואה א הולד...
כהאב געקלערט אז אפאר זיידעס וועלן שוין זיין אינעם עולם האמת און כוועל האבן א גרעסערע אויסווייל. אדערווייל לעבן זיי און לאכן.
אז דו הערסט אויף ניצן דעם ניק קען מען טאקע טוען אזוי ווייל מ'געט נישט נאך לעבעדיגע.
ניין, בשום פנים ואופן געב נישט נאך א זיידן וואס האט א פאני נאמען, בדידי הוה עובדא, גענוג צאמגעליטן מיט שפעט נעמען.
וואוינסט אין וויליאמסבורג געב ויואל משה, העט ער קענען אניידעם ווערן ביי א יואלי'ן
שעפטל קענסטו שוין נישט געבן ווייל ער איז צוריק לעבעדיג געווארן כ'האף אז דו האלטסט נישט שוין יעצט נאך די ברית און געגעבן פאר דאס קינד דעם נאמען שעפטל?.....
קענסט געבען עובדיה יוסף נאך הרב עובדיה, די ספרדים געבען שוין נישט ווייל ביי זיי געט מען נאך א לעבעדיגען.. (נאר דאס האט אונז אויסגעפעהלט אז מיר זאלען דארפען געבען נאך לעבעדיגע..)
שוין. כבין שוין אויפגעקומען מיט א נאמען פאר מיין אינגעלע. בלייבט מיר נאר איבער צו האפן אז די גבאים וועלן באשטעטיגן דעם נאמען. כקען נישט פונקטליך די רעגולאציעס, כהאף סאיז אוקעי.