Re: ליעסן vs. קויפן- פיינענסן
זר זהבקויפן איז ביליגער ווייל די וויהיקעל בלייבט דיינס!
דארפסט אבער פארשטיין אז א קאר איז נישט ווי א דירה, א דירה בלייבט געווענליך מיט די זעלבע ווערט, קיין חילוק צו עס איז דורך 10 צו 20 צו דרייסיג יאהר פונעם קויפן, אדרבה עס שטייגט אין שטייגט וואס א יאהר עס גייט דורך, ביי א קאר איז אבער פונקט פארקערט , וואס א יאהר עס גייט דורך טראסקעט די ווערט אבער נישט סתם, סיי די מאדעל ווערט פארעלטערט אין סיי אז נאך עטליכע יאהר הייבט דער קאר אן גיין פייפן אין ביסט סטאק מיט א טייערן נאכנישט אויסגעצאלטן קאר, איינער וואס פארט אסאך לאנג דיסטענס האט נישט קיין ברירה אין מיז קויפן, אבער סתם אזוי לכאורה לוינט נישט