ויהי אחרי הוואלן במאנסי-בואו חשבון
אזוי ווי איך ארבעט אין מאנסי, אין איך האלט מיט וואס גיט פאר, ויל איך ר אדורך שמעסן. אדרבה ירא הקהל וישפוט:
איך פיל אז די עסקנים זענען באגאנגען א געפערליכע עוולה.
1. צובאטיטלן עד דעי 'טרועריג ארימטע אנטי סעמיט' 'אכזריות'דיגע רשע' איז נישט אויסגעהלטן.
2. זיי זענען פארווייטאגט אויף וואס איז געשעהן מיט ראקלענד, פארוואס איז ער א רשע?
3. היינט אין מקוה שוהל, איז די עולם געוועהן אזוי פארווייטיגט אויף די עסקנים.
4. לדעתי דארף מען לייגן אין די צייטונגן א פיוס פאר עד דעי.
ואין לי פנאי להאריך
אין חדש תחת השמש.
כ'פארשטיי נישט צו די מאנסי פאליטיק אבער פאר די לעצטע צוואנציג יאר ווען האסט נאר געעפענט א צייטונג בעפאר וואלן אין מאנסי, האסטו געטראפן די זעלבע סארט רעטאריק. יענער איז דער גרעסטער אנטי סעמיט. א היטלער, א המן, ער גייט אונז פארביטערען דאס לעבן אזאנס איז נאך קיינמאל נישט געווען. לא תעמוד על דם ריעיך. ממש שטותים און הבלים און גראבע גרויליגע שקרים. יא מ'גייט נאכפארן די געלע באסעס. קאמאן. פארוועמען פארקויפסטו די לאקשען.
אמת אז אין קרית יואל און אין ווילי אד"ג זאגט מען אויך אלעמאל ווי וויכטיג ס'איז ארויסצוגיין שטימען, אבער מען גייט מער מיטן אמת. דער עולם דערהערט זייער גיט אז מיר ברויכען אנצוהאלטן אונזער בלאק וואוט און יעדע שטימע איז וויכטיג אן שרייען אז היטלער איז שוין אויפן טאפן זי בריק. ווייסט איינער ווער דער חכם בראש איז דארטן אין מאנסי אויב ווייסט איר, זייט אים מעורר.
שאלה ליודעים
פארוואס האט סענלארענס געוואנען אבער פריעד נישט? האט דער היימישער עולם "צושפאלטען" די שטימעס און נישט געשטימט אראפ די דעמאקראטישע ליניע?
ווי איך פארשטיי איז פריד געלאפן פאר די גאנצע קאונטי וואס נעמט אריין סך מער נישט אידן
אין מיין אפיניען איז די דורכפאל אין מאנסי א תוצאה פון די שוידערליכע דיקטאטורשופ וואס טוט זיך דא אפ דורך "עסקנים". עס איז נישט קיין אייסעלעיטעט פאטש, נאר עס ווייסט אויף די ביג פיקטשער פון מאנסי בכלל.
מאנסי יודן זענען שוין פעד-אפ מיט די בריה וואס רופט זיך עסקנים
צו ס'זאל זיין בנוגע די אינטערנעט אסיפה ווי יעדער האט געמוזט גיין ווייל די עסקנים האבן געהייסן.
צו ס'זאל זיין די וועד האישור ווי יעדער מוז געבן 25 דולר ווייל אויב נישט האסטו נישט ווי צו לייגן דיינע קינדער
צו ס'זאל זיין די מייקראסקאפישע נאכקוקונג נאך יעדע פרוי אויב זי דרייווט און אויב נישט. און אויב יא צו פארביטערן איר לעבן.
ווי האט מיר א יונגערמאן געזאגט: איך האב געפלאנט צו גיין וואטען, ווען איך האב געזען אז די מוסדות הייסן גיין, האב איך דיסיידעד אויב זיי הייסן טוען זיי עס ווייל זיי ווילן מיך קאנטראלירן. די העק וויט איט, איך גיי נישט! ועל כלל גדול יצא!
אז די "עסקנים" וואס חוץ צו משוגע מאכן ס'לעבן קענען זיי גאארנישט זענען בראש די מערכה צו גיין שטימען, פארוואס זאל א מענטש אין היס רייט מיינד גיין?
ודי למבין:
די זעלבע עסקנים פון אינטערנעט זענען מחליט פאר וועם מ'דארף גיין שטימען?
די ווארט עסקנים על הכלל כלו יצא אלע זענען אומגעקרוינטע אידווידיאלן וואס אונטערדרעקן דאס רוב פאר די אייגענע אינטערעסע...
ודי למביןדי ווארט עסקנים על הכלל כלו יצא אלע זענען אומגעקרוינטע אידווידיאלן וואס אונטערדרעקן דאס רוב פאר די אייגענע אינטערעסע...
וואס זענען די מאנסיער עסקנים אנדערש ווי די זעלבסט געקרוינטע עסקנים אין ווילי אדער ב"פ א.א.וו.????
כ'קען נישט די ווילי עסקנים, די מאנסיע קען איך יא. גאנץ מעגליך אז ווילי איז די זעלבע סוטיאצי'.
הירשל ציגודי למבין:
די זעלבע עסקנים פון אינטערנעט זענען מחליט פאר וועם מ'דארף גיין שטימען?
וואסי פשט אן עסקן? איינער וויל נישט גיין ארבעטן ווערט ער אן עסקן. דאמאלס האט ער גענוג צייט זיך צו זארגן פאר'ן באשעפער כביכול. צו ער וועט ח"ו נישט גיין באנקראט. און אויכעט פאר כלל ישראל. 🙄
אויף קול מבשר איז דא אן אינטערוויאו מיט אסעמבלי מען בנציון ווידער. ווי ער זאגט איז די קאונטי אסעמבלי וויטוי פראאף. לויט אים קען עד דעי גאהר נישט טוהן ווייל רוב פון די אסעמבלי איז נישט אינטערסירט צו שטערן די היימישע אידען.
אויב אזוי פארוואס האבן די עסקנים געמאכט אזא געוואלד? האבן זיי נישט געוואוסט אז אלעס וואס עד דעי זאגט קען ער סייווי נישט טוהן? תיקו!!! 😕 😕 😕
דארפסט נישט צוקומען צו קיין תיקו...
זיי נישט מטריח אליהו הנביא פאר שטותים.