☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » dos equis

dos equis

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5137
בלאט: 1 2 3

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:15 am

· #161162
dos equis
איך האב משוגע ליב די קאמפעניס עדווערטייזמענטס
איך וועל פאוסטען זייערע עדס
מקען דא אויפקומען מיט אייגענע
האטס פאן!!!!

1) קובא אימפארטירט סיגארס פון אים
2) מאסקיטאס זאגען זיך אפ פון עם בייסען
3)ווען ער סלייסט צוויבל וויינען זיי
4)ער איז די עמערזענסי נומער אפילו פאר זיינע שונאים
5)ווען ער גייט שווימען ערשיינען דאלפינס
6) ווען ער גייט bowling ווארפט ער דע באל over hand
7) ער קען איידענטיפייען UFO'S
8) ער דארף נישט שמייסען, מיט א ווינק עפענט זיך די Piñata
9) ער קען רעדן ספאניש אין רוסיש
10) ער האלט נישט פון אויווען gloves
11) ער האט אינסייד דזאוקס מיט קאמפליטלי פרעמדע מענטשען
12) ער האט איינמאל צוגעגליכען סוקסעספעלי עפלס מיט אראנדשעס
13) ער האט שוין געוואונען די lifetime achievement award צוויי מאל
14) ער שרייבט פערפעקט מיט די רעכטע און לינקע האנט
15) ער האט איינמאל געהאט awkward מינוט נאר צו וויסן וויאזוי ס'פילט
16) זיינע טיפס זענען עמעזינגלי 100%
17) ער וואלט נישט געהאט א פראבלעם צו ווייזען זיין feminine זייט אויב ער וואלט געהאט
18) זיין בלוט שמעקט פון פערפיום
19) אויף זיין ביזנעס קארד שטייט נאר "il call you "
20) זיין סיריעל ווערט קיינמאל נישט saggy ס'בלייבט קריספי ביז ער איז גרייט צו עסן
21) זיין פאספארט דארף נישט קיין בילד
22) זיינע העמעדער ציקנייטש זיך נישט קיינמאל
23) ווען ער גיט דיירעקשענס קען מען נישט ווערען פארלוירען און מ'קומט אן 5 מינוט פריער
24) זיינע בריווען דארפען נישט קיין סטעמפס אנצוקומען
25) אז ער פראסקעט דיך אין פנים דארפסטו זיך איינהאלטען פון אים זאגען שכויעח
26) איינמאל ווען ער איז ארום געפארען ארום די וועלט האט ער געטראפען א שארט קאט
27) שנארערס געבען אים געלט
28) נישט קיין חילוק וואס די וועטער איז, זיין אטעם קענסטו נישט זען
29) מ'זאגט אז ער האט געטראפען די fountain of youth אבער ער האט נישט געטרינקען פון עס ווייל ער איז נישט געווען דארשטיק
30) די פאליס פרעגען אים אויס נאר ווייל ער איז אינטערעסאנט
31) ווען ער דרייווט ארויס זיין קאר פון די דילערשיפ גייט עס ארויף אין value
32) ווען ס'רעגענט איז עס ווייל ער טראכט וועגען עפעס וואס איז טרויעריג

זיי קריעטיוו מאך דיין אייגענע ליין...

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:19 pm

· #161213
ער איז א הייסע ארויני און א הייסע זאלי

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:21 pm

· #161215
[ציטאט אראפגענומען]

קענסט די עדס פון dos equis?

דענקער » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:42 pm

· #161220
ער האט פאראלעל גע'פארק'ט א טרעין.

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:30 pm

· #161317
ער קען אלע שפראכען אינקלאדינג 3 שפראכען וואס נאר ער קען

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:33 pm

· #161321
ער האלט אין איין טרעפן 100 דאללער בילס אין הויזען'ס, אפילו אויב ס'נישט זיינס

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:34 pm

· #161322
די עקספרעס טרעין סטאפט פאר אים

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:35 pm

· #161323
זיין שאקעל מיטן קאפ ענדיגט מלחמות

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:36 pm

· #161324
זיין קאליר איז פערפעקט אפילו אין B&W פיקטשערס

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:38 pm

· #161325
בינען ברענגען אים האניג

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:39 pm

· #161327
שווארצע קעץ ברענגען אים גוטע מזל

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:41 pm

· #161328
זיין פיקטשערס איז ווערט א טויזענט אנדערע פיקטשערס

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:42 pm

· #161329
גרויסע מחמירים עסן זיין חמץ פאר אפיקומן

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:43 pm

· #161330
ער ווייסט די story behind the story

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:48 pm

· #161332
ער טרעפט א טויזענט דאללער ווערט אתרוג א שעה פאר די זמן און צאלט $2

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:50 pm

· #161335
ער קען די 8כטע און די 9טע נאטען

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:55 pm

· #161338
אנדערע מענטשען'ס boomeranges קומען צוריק צו אים

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:56 pm

· #161340
די joke איז קיינמאל נישט אויף אים

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:56 pm

· #161341
ער טרעט נישט אויס נאך שמו"ע. ער שטופט די גאנצע שול פאראויס.

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:59 pm

· #161344
ער דארף נישט ווארטען פאר גוטע זאכען צו געשען

ראקעט סייענס קומט צו אים נעטראלי

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 9:02 pm

· #161345
ער אנטפלעקט זיך צו אליהו הנביא.

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 9:03 pm

· #161346
ער איז קיינמאל נישט די צענטער, אבער זיין שאטען איז

יואליש » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 9:06 pm

· #161347
זיין תרגום האט טראפן.

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 9:07 pm

· #161348
זיינע ארטיקלען אויף ivelt ווערען געליינט ביי קאווע שטיבעל פאנאטיקער 😉 😉

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 9:10 pm

· #161349
יואליש
זיין תרגום האט טראפן.

ווען ער ליינט טוישען זיך די טראפען צו מעטשען זיינע מיסטעיקס

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 9:14 pm

· #161350
בחורים ווערן צווילדעוועט ביי חתונות ווען ער זינגט ניגוני ווערצבערגער

זאל_זיין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 9:26 pm

· #161355
א טאג נאך וואס ער האט זיך רעגיסטרירט אויף קאווע שטיבל האט ער געהאט 10,000 לייקס

גנדי » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 1:55 am

· #161392
ער פארפאסט קיינמאל נישט קיין סוף זמן קריאת שמע אפילו ווען ער שטייט אויף נאך חצות.

גנדי » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 1:56 am

· #161393
די רביס נעמען פון עם שריים.

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 9:06 am

· #161407
זיין יאנעווע אתרוג וואקסט אין מאראקא

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 9:12 am

· #161409
ער איז אייניג באליבט ביי OTD און ביי OTD

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 10:55 am

· #161419
ווען אן אומפאראויסזעינדער רעגן פאסירט האט ער פונקט דאן א שירעם צו די האנט

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 10:57 am

· #161420
ווען זיין רעפטל ברויט פאלט אראפ וועט עס דייקא נישט פאלן אויף די פוטער'דיגע זייט

גנדי » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:01 am

· #161422
די קנאבעל אין זיין בארד עפענט זיך קיינמאל נישט אויף...

דענקער » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:43 am

· #161429
רבינו תם לייגט זיינע תפילין.

דענקער » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:43 am

· #161430
די לבנה טאנצט פאר אים כשם שאני רוקד.

דענקער » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:46 am

· #161431
ער איז געבוירן מהול שוין נאכן הטפת דם ברית.

דענקער » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:47 am

· #161432
ביי זיין בר מצוה, האט ער אליינס אריינגעזינגען אינמיטן די פשעטל.

דענקער » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:49 am

· #161433
ווען זיין טאטע איז געשטארבן, איז ער געווארן רבי אויף ביידע צוטיילטע קהילות.

דענקער » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:52 am

· #161434
ער מאכט אווערנייט קארטאפל קוגל א האלבע שעה פארן זמן.

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:34 pm

· #161442
זיינע וואטסעפפ דזשאוקס זענען אייביג די אריגינעלע פאוסטס וואס ווערט געשיקט ווייטער

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:35 pm

· #161443
דענקער
ביי זיין בר מצוה, האט ער אליינס אריינגעזינגען אינמיטן די פשעטל.

ביי זיין בר מצוה זינגט מען אריין די רעסט פונעם פשעטל

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:37 pm

· #161444
ער איז קאנסידערט רשכבה׳ג אין סטמר בעלז און אין חב׳ד

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:38 pm

· #161445
אפילו סטמר גייט צו בחירות ווען ער איז אויפן בעלעט

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:47 pm

· #161448
אין חבד איז ער משיח, אין בעלז זאגט ער די שטייעדיגע תורה זיצענדיג, אין סטמר איז ער די רב פון אלע זיבען פראקציעס, ביי נטורי קרטא איז ער קאנסידערט א אראבער, מאיר כהנא האט עם זייער ארויפגעקוקט, סיי רב קוק און סקמר רב שרייבען זיך שיינע בריווען מיט אים, רב שך און ליובאוויטשער רבי האבען אים געהאלטען פאר א צדיק...

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:56 pm

· #161450
ער האט קיינמאל נישט טראפיק אויף די FDR

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 12:59 pm

· #161451
זיינע פעיסבוק סטאטוסעס איז RETWEETED אויף וואטסעפפ

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 1:18 pm

· #161453
ער טראגט זיין משפחה פון.אכט קינדער חוה׳מ האלטען מיט זיין סמארט קאר

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 1:20 pm

· #161455
אין חבד זינגט מען צו אים "אתה ניצחתנו"

זאל_זיין » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 1:31 pm

· #161456
ער האט א אמשינאווע מנין אין די ברסלבע ביהמ׳ד
בלאט: 1 2 3