☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ארגאניזאציעס וואס פארדינען אונזער רעספעקט און סופארט
ארגאניזאציעס וואס פארדינען אונזער רעספעקט און סופארט
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5131
רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:26 am
· #160907
ארגאניזאציעס וואס פארדינען אונזער רעספעקט און סופארט
אין די סעריע פון פאזעטיווע אשכולות: (קרעדיט: @שמעקעדיג)
גנדי » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:29 am
· #160909
ייווא
http://www.yivoinstitute.org/
רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:33 am
· #160911
ORA
http://www.getora.org/
http://www.youtube.com/ORAgunot
ORA איז א ארגענעזאציע וואס העלפט עגונות באקומען א גט אויף א לעגעלע אופן. ס'איז געווען אסאך שמוץ לעצטענס וועגן די וואס האבן געטוהן מעשים אשר לא יעשו. די ארגענעזאציע טוט אבער למעשה מיט געבן חיזוק און פראקטישע עצות פאר די עגונות. אויב פעלט אויס וועלן זיי אפילו ארגאנעזירן פראטעסטן. איך זיך נישט אריין צו קריכן אין דעם גאנצן נושא צו די פרויען/מענער זענען גערעכט וכו' וואס פארנעמט שוין בלעטער על גבי בלעטער דא אין ק"ש, נאר אזוי סאך ארויסצוברענגן, אז ס'איז אויך דא עסקנים וואס טוען צו די זאך לעגאל און בדרך התורה צו העלפן די צובראכענע פרויען.
די לעצטע פאר יאר האבן זיי שוין ערלעדיגט 200 גיטין!!!!
א קליפ פון א פראטעסט:
אוהב דעת » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:35 am
· #160912
http://www.yu.edu
רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:39 am
· #160915
OUR PLACE איז א ארגענעזאציע וואס פאלט נישט אונטער איין קאטיגאריע. ס'איז נישט קירוב, הצלה, ביקור חולים, אדער א ישיבה, ס'איז אלע פון דיע און נאך. איך האב גארנישט מיט זיי, איך בין נאר אריינגעפאלן ביי זיי אויף Ave. M אפאר יאר צוריק און נשתומם געווארן פון זייער ארבייט.
ס'דא אסאך וואס האבן ליב צו רעדן און רעדן און רעדן פון די טייערע צובראכענע אידישע קינדער וואס זענען ארויסגעפאלן פונעם סיסטעם. טייל רופט מען שקצים, אנדערע רופט מען דראפ אוטס, און אויף אנדערע האט מען שוין געשטעלט מציבה און ארייגעקריצט מיט גרויסע שווארצע אותיות OTD.
OUR PLACE טוט צו די זאך, זיי האבן א לאקאציע אין פלעטבוש וואס איז אפן פאר די טייערע בחורים. די בחורים קומען פון יעדע בעקגראנד מ'קען נאר טראכטן. מ'געט זיי צו עסן, קאלוזש קארסעס, טעהראפי, א געשמאקע gym, מוזיק קלאסן און נאך צענדליגע סערוויסעס. מ'קען זיי רופן 24 שעה א טאג פאר חיזוק, הילף אדער עמירזשינסי. איך קען נישט אלע עסקנים דארט, נאר איינער חיים גלאנץ קען איך אויפן נאמען, א בארא פארקער וואס געבט זיך איבער בלב ובנפש פאר זיי.
איך בין מורדיג נתפעל געווארן ווען איך בין דארט געווען, הלוואי וואלט איך זיי געקענט באווארפן מיט געלט זיי צו העלפן סערווין די איבער טויזענט (!) בחורים און מיידלעך זיי העלפן א יאר. (זיי האבן ערגעץ א לאקאציע פאר מיידליך.) זיי גייען שוין אן יארן שטיל, לעצטענס פאנדרעזען זיי אקטיוו צוליב גרויסע שניטן און די סיטי בוזשעט פאר נאנ-פראפיטס.
זייער זייטל: https://www.ourplaceny.org/index.html
זייער יוטוב טשאנעל: http://www.youtube.com/user/OurplacenyD ... ture=watch
berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 12:04 pm
· #160929
רויטע וואנצעס: איך האב שוין געווארט פאר אזא אשכול א לאנגע צייט: איין אזא ארגאניזאציע וואס פארדינט זיכער איעדנ'ס רעספעקט איז משביע. נישט געקוקט אויף די לשון הרע'ס וואס מ'רעדט (די רעדערס, די ליצני הדור,. די אומפארגינערס.) אלס איינער וואס האט אבזערווירט א טייל פון די אפעראציע פון דער נאנט קען איך זאגן אז זיי שטעלן צו הערליכע סעודות, טעגליך, אריינגערעכנט שבתים און יו"ט פאר נצרכים, בדרך כבוד. נישט נאר סתם כבוד. נאר כבוד מלכים (פאר בני מלכים), ס'איז גארנישט קיין גוזמא. ווייל א חוץ די הויכע קוואליטעט פון די מאכלים ווערט עס סערווירט אין אן אטמאספער פון העכסטן רעספעקט. א שטייגער ווי מ'באדינט די געסט אין א גרויסן האטעל. ספעציעל דארף ארויסגעהויבן ווערן דער סארווירער (וועיטער, בלע"ז), א שפאנישער בחור, וועלכער באציט זיך צו איעדן כאילו ער וואלט געווען אן אנגעלייגטער גאסט. מיט אזא איידלקייט וואס מאכט די מענטשן פארגעסן פון די סיבה פארוואס זיי זענען בכלל אנגעקומען אהין. צווישן זיי איינזאמע, עלטערע מענטשן (מענער און פרויען, וועלכע זענען אפגעטיילט מיט א מחיצה.) משולחים פון ארץ ישראל, וכדומה. אלס א באסדרייווער אין א שכינות'דיגע ישיבה איז מיר אויסגעקומען צו אבזערווירן דעם הלוך ילך פון די גאס. און אויך עטליכע מאל אין א באזוך אינ'ם זאל.
רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 12:29 pm
· #160944
אז מ'רעדט פון די חשובע ארגאניזאציע משביע, דארף מען דערמאנען דעם מייסד פון משביע, הרה"ח ר' מרדכי מאנדלבוים שליט"א. דער איד איז א בעל חסד שאין כדוגמתו, ער העלפט די קרעצידיגע ווי די בארדיטשעווער וואס קיינער וויל נישט אנקוקען. זיין אהבת ישראל און אהבת הבריות (יא ער וועט העלפן א גוי אויך) איז סאמטינג ספעשעל. ר' סענדר ראפאפארט האט גענומען די קליינע משביע איידיע און געמאכט פון דעם א power house. אשרי חלקם!!!
רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:34 pm
· #192316
איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!
עסקן בדברים » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:46 pm
· #192321
http://lemaanachai.org
Strongly endorsed by rabbi Natan Slifkin
ברסלבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:50 pm
· #192324
רויטע וואנצעס
איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!
בדידי הוה עובדא ביי די לעצטיגע שנייען מיט פאט-האלס אויף אלע ראדס, האב איך געכאפט א פלעט אינמיטן די FDR, א חברים מעמבער איז אהינגעקומען פון ווימ'ס און מיר ארויסגעהאלפן ווי א מלאך מושיע.
מי כעמך ישראל!
היסטאריקער » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:31 pm
· #192344
און וואס איז מיט "חסד"
בד״א, די איינציגע ארגאנעזאציע וואס קיין איינער מאכט נישט קיין געלט דערפון, עס באשטייט נאר פון וואלאנטירן
מ גפני » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:34 pm
· #192346
היסטאריקער
און וואס איז מיט "חסד"
בד״א, די איינציגע ארגאנעזאציע וואס קיין איינער מאכט נישט קיין געלט דערפון, עס באשטייט נאר פון וואלאנטירן
די זעלבע איז מיט גמ"ח הצלה קרית יואל
חביבי » מאנטאג מערץ 24, 2014 2:50 pm
· #192350
אלעס פיין אין ווויל אבער ׳׳ נא באדי ביטס ׳׳ חסד איך קען א אינגערמאן וואס גייט נישט צים ארבעט פאר ער האט געמאכט א טרופ פאר חסד אלע זייערע מעמבערס זענען דא לשמה פשוט אין גראד צי טוען א טובה פאר א צווייטע איד אן קיין שום פאבליסעטי קיינער ווייסט נישט קיינער זעט נישט אבער ער זיצט יעצט אין טרעפיק אויפן F D R אלעס כדי צי פארגרינגערען פאר די חולי ישראל אין זייערע משפחות,
אין ניין מיין נישט אז זיי פארן נאר לאקעל צי מענהטען אין צירוק זיי פארען אויף וועסטשעסטער האספטאל א מעשה פון 2 שעה אין אזוי ווייטער צי אלע האספעטאלס אפי׳דע וואס זענען אין דרויסען פין געגענט אין זיי האבען אויך מעמבערס וואס פארען פער צוויי דרייווערס צי אנדערע סטעטס ווי למשל שקאגיא, מעין אא׳׳וו
אין געדענקט אלעס לשם מצוה אן קיין געלט אין קיין שום עטענשאן אין פאבליסעטי
מי כעמך ישראל
היסטאריקער » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:28 pm
· #192364
מ גפני
היסטאריקער
און וואס איז מיט "חסד"
בד״א, די איינציגע ארגאנעזאציע וואס קיין איינער מאכט נישט קיין געלט דערפון, עס באשטייט נאר פון וואלאנטירן
די זעלבע איז מיט גמ"ח הצלה קרית יואל
גמ״ח הצלה האט א פאנדרעיזינג אפאראט ווי מענטשן פארדינען געלט אויף קאמישען, חסד האט דאס אויך נישט
berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:10 pm
· #192378
ברסלבער
רויטע וואנצעס
איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!
בדידי הוה עובדא ביי די לעצטיגע שנייען מיט פאט-האלס אויף אלע ראדס, האב איך געכאפט א פלעט אינמיטן די FDR, א חברים מעמבער איז אהינגעקומען פון ווימ'ס און מיר ארויסגעהאלפן ווי א מלאך מושיע.
מי כעמך ישראל!
דו ביסט 100% גערעכט. נאר איך גיי דא פארציילן א מעשה וואס איז געשעען צו מיר נאך פאר די חבירים ארגאניזאציע איז געבוירן. אין א פרייטיג נאכמיטאג בין איך ארויסגעפארן פון מיין שטוב אין ב.פ. קיין מאנסי צו א משפחה שמחה. (שבת שבע ברכות). אויפ'ן פאליסעידס פארקוועי, גלייך נאכ'ן סונאקא געז סטעישן האב איך געכאפט א פלעט טייער. אינמיטן מאכן אלע הכנות ארויפצודזשעקן מיין קאר און ארויסנעמען דעם ספעיר טייער פון טראנק, קומט פלוצלינג אן א איד, שוין אנגעטון שבת'דיג, סוט ענד טיי. ער קומט צו צו מיר און זאגט. "איך זעה אז דו האסט א פלעט. אפשר קען איך העלפן"? איך האב איהם באדאנקט און געזאגט אז איך קען מיר ב"ה אן עצה געיבן אליין. אבער ער האט זיך גע'עקשנ'ט אז איך זאל איהם לאזן טון די ארבעט. ער האט זייער שנעל ארויסגענומען דעם ספעיר און געטשענדזשט די טייער ממש כהרף עין. איך האב איהם באדאנקט און געפרעיגט זיין נאמען. אין א מינוט איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. ופרח לו איש האמת. איך בין ב"ה אנגעקומען קיין מאנסי 15 מינוט פאר'ן זמן שב"ק. נאך שבת האב איך געטשעקט די פאון בוקס פון די גאנצע ספרינג וואלי/העיווערסטרא געיגנט און געפרעגט מענטשן וועלכע וואוינען דארט. קיינער האט נישט געהערט אזא נאמען.
וואס האלט די עולם. (אזוי ווי איך.) אז ס'איז געווען אלי' הנביא?! 😕 😎 😂 🙄 😃 🙂 😉 😳 😮 ❓ ❗
לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:22 pm
· #192383
berlbalaguleh
ברסלבער
רויטע וואנצעס
איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!
וואס האלט די עולם. (אזוי ווי איך.) אז ס'איז געווען אלי' הנביא?! 😕 😎 😂 🙄 😃 🙂 😉 😳 😮 ❓ ❗
געב מיר אביסל א דעסקריפציע ווי אזוי ער האט אויסגיזעהן וועל איך דיר ענטפערן. but I don't think so די האסט געשריבן טיי ענד סאוט לויט מיינע ידיעות גייט ער מיט א ספאדעק און סטראקעס
רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:28 pm
· #192389
ווען וועלט איז געווען וועלט איז דער בעל עגלה געווען אליהו הנביא.
berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:42 pm
· #192405
לית דין בר נש
berlbalaguleh
ברסלבער
רויטע וואנצעס
איך ווער משוגא פאר חבירים. שנעל, פראפעשענעל, און פרעגן נישט קיין פראגעס פ"וו, ווען, און ווי. די מייסד קאהן איז א צדיק, און אויך א געלונגענע פירער. אשריכם!
וואס האלט די עולם. (אזוי ווי איך.) אז ס'איז געווען אלי' הנביא?! 😕 😎 😂 🙄 😃 🙂 😉 😳 😮 ❓ ❗
געב מיר אביסל א דעסקריפציע ווי אזוי ער האט אויסגיזעהן וועל איך דיר ענטפערן. but I don't think so די האסט געשריבן טיי ענד סאוט לויט מיינע ידיעות גייט ער מיט א ספאדעק און סטראקעס
איך האב ערגעץ געליינט (אדער איך פאנטאזיר) אז אלי' הנביא באווייזט זיך צו א יעדן לויט זיין ווערט. ווי ס'זעהט אויס האביך נישט זוכה געוועין צו דעים אלי' הנביא מיט'ן ספאדיק און ברייטן גארטל. נאר צו דעם "מאדערן-ארטהאדאקס". אבער איך בין זייער שטארק צופרידן מיט איהם. 🙄 😂 🙂 😮
לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:47 pm
· #192411
berlbalaguleh
איך האב ערגעץ געליינט (אדער איך פאנטאזיר) אז אלי' הנביא באווייזט זיך צו א יעדן לויט זיין ווערט. ווי ס'זעהט אויס האביך נישט זוכה געוועין צו דעים אלי' הנביא מיט'ן ספאדיק און ברייטן גארטל. נאר צו דעם "מאדערן-ארטהאדאקס". אבער איך בין זייער שטארק צופרידן מיט איהם. 🙄 😂 🙂 😮
[/quote]
ווען ער גייט קומען אונז מבשר זיין די ענדגילטיגע בשורה גייט איינע פון אונז צוויי האבן א עדזשאסמענט
berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:56 pm
· #192420
לית דין בר נש
berlbalaguleh
איך האב ערגעץ געליינט (אדער איך פאנטאזיר) אז אלי' הנביא באווייזט זיך צו א יעדן לויט זיין ווערט. ווי ס'זעהט אויס האביך נישט זוכה געוועין צו דעים אלי' הנביא מיט'ן ספאדיק און ברייטן גארטל. נאר צו דעם "מאדערן-ארטהאדאקס". אבער איך בין זייער שטארק צופרידן מיט איהם. 🙄 😂 🙂 😮
ווען ער גייט קומען אונז מבשר זיין די ענדגילטיגע בשורה גייט איינע פון אונז צוויי האבן א עדזשאסמענט[/quote]
ניין. אויך די זעלבע מעשה. ווייל דער סאטמארער און ליובאוויטשער משיח קען דאך נישט זיין די זעלבע מענטש. דו קענסט דיך פארשטעלן אז אויפ'ן וועיג קיין ארץ ישראל וועלן זיצן די לעיקוואודער ראשי ישיבות שליט"א מיט זייערע קאלעגען פון חב"ד. דאס איז דאך אוממעיגליך. ווייל ביי די לעצטע אינטערנעט אסיפה (ס'הייסט פאר די אסיפה) ווען הרה"צ מהר"א מסאטמאר שליט"א האט זיי געפרעיגט אויב זיי האבן שוין גערופן ליובאוויטש צו די אזוי-גערופענע "אסיפת כלל ישראל". האבן די חשוב'ע ראשי ישיבה געענטפערט אז ליובאוויטש איז נישט א חלק פון כלל ישראל.... 🙄 🙄 🙄 😈 😈 😢 😞 😮 😲 😁
לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:05 pm
· #192432
berlbalaguleh
לית דין בר נש
berlbalaguleh
איך האב ערגעץ געליינט (אדער איך פאנטאזיר) אז אלי' הנביא באווייזט זיך צו א יעדן לויט זיין ווערט. ווי ס'זעהט אויס האביך נישט זוכה געוועין צו דעים אלי' הנביא מיט'ן ספאדיק און ברייטן גארטל. נאר צו דעם "מאדערן-ארטהאדאקס". אבער איך בין זייער שטארק צופרידן מיט איהם. 🙄 😂 🙂 😮
ווען ער גייט קומען אונז מבשר זיין די ענדגילטיגע בשורה גייט איינע פון אונז צוויי האבן א עדזשאסמענט
ניין. אויך די זעלבע מעשה. ווייל דער סאטמארער און ליובאוויטשער משיח קען דאך נישט זיין די זעלבע מענטש. דו קענסט דיך פארשטעלן אז אויפ'ן וועיג קיין ארץ ישראל וועלן זיצן די לעיקוואודער ראשי ישיבות שליט"א מיט זייערע קאלעגען פון חב"ד. דאס איז דאך אוממעיגליך. ווייל ביי די לעצטע אינטערנעט אסיפה (ס'הייסט פאר די אסיפה) ווען הרה"צ מהר"א מסאטמאר שליט"א האט זיי געפרעיגט אויב זיי האבן שוין גערופן ליובאוויטש צו די אזוי-גערופענע "אסיפת כלל ישראל". האבן די חשוב'ע ראשי ישיבה געענטפערט אז ליובאוויטש איז נישט א חלק פון כלל ישראל.... 🙄 🙄 🙄 😈 😈 😢 😞 😮 😲 😁[/quote]
אויב גייען זיי דעמאלס נישט זיצען צוזאמען זיינען מיר אויף געהאקטע ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות
הוגה » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:12 pm
· #192438
לית דין בר נש
ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות
אזעלכע דברי כפירה זענען נאך קיינמאל געשריבן געווארן אין ק״ש. איך בין מוחה!!!!
טעפל » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:13 pm
· #192441
וואס איז מיט כפיים?
מ'זאגט אז זיי העלפען גאר שטארק משפחות וואס מוטשענען זיך מיט מחלות ל"ע..
http://kapayim.org/
לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:18 pm
· #192446
הוגה
לית דין בר נש
ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות
אזעלכע דברי כפירה זענען נאך קיינמאל געשריבן געווארן אין ק״ש. איך בין מוחה!!!!
חס ושלום אז מען quote נאר א חלק תגובה זעהט מען אזוי אויס!!! איך שרייב אז אויב אלע פארטייען גייען נישט קענען זיצען צוזאמען ווען ער קומט גייט ער נישט קומען איך זעה נישט אין דעם קיין שמץ כפירה.
אני מאמין בכל יום שיבא!!!
berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 11:06 pm
· #192533
הוגה
לית דין בר נש
ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות
אזעלכע דברי כפירה זענען נאך קיינמאל געשריבן געווארן אין ק״ש. איך בין מוחה!!!!
איך אויך. נאר די גרויסע און הייליגע צדיקים וועלן מוזן האבן א שטארקע עטיטוד עדזשאסטמענט, כדי מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה. 🙄 😮 😢
רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:32 am
· #197929
עולם שנה נפש
ס'דא א ניק מיט'ן נאמען @עולם וואס טוט א גאנץ שנה פאר יענעמס נפש.
עולם איז א איד, וואס איך קען נישט, אבער זיין הארץ און נשמה איז פיל מיט אהבת ישראל צו העלפן א צווייטן. יעדע מאל איך זעה דעם אשכול "מאיר אפרים טורנר בעט: העלפטס מיך באקומען א הענדיקעפ ווען" ווער איך נערוועז, שוין ווייטער... אבער עס דערמאנט מיר און מאנט פון מיר צו טוען חסד מיט א צווייטן איד.
ער לאזט נישט נאך, און פייניגט אונז יעדן טאג צו טוען פאר א צווייטן. ער שטויבט מיר אפ פונעם "זיך" פארטיקל מיט וואס איך בין באדעקט.
זאל די אייבישטער שענקן א רפואה שלמה מיט א דיסעבעלד עקסעסיביל ווען פאר מאיר אפרים. און הצלחה וברכה פאר אונזער חשובער ניק עולם וואס טוט טאקע אויף א וועלט מיט חסד, סיי מיט די פראיעקט און אזוי אויך מיט די קאלייטעס ארגענעזאציע.
ברסלבער » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:43 am
· #197932
רויטע וואנצעס
עולם איז א איד, וואס איך קען נישט, אבער זיין הארץ און נשמה איז פיל מיט אהבת ישראל צו העלפן א צווייטן. יעדע מאל איך זעה דעם אשכול "מאיר אפרים טורנר בעט: העלפטס מיך באקומען א הענדיקעפ ווען" ווער איך נערוועז, שוין ווייטער... אבער עס דערמאנט מיר און מאנט פון מיר צו טוען חסד מיט א צווייטן איד.
ער לאזט נישט נאך, און פייניגט אונז יעדן טאג צו טוען פאר א צווייטן. ער שטויבט מיר אפ פונעם "זיך" פארטיקל מיט וואס איך בין באדעקט.
ליידער האב איך נישט יעדן טאג געהאט געדולד צו וואטן, אבער היינט האט מיר רויטע וואנצעס אויפגעוועקט, און איך האב שוין ב"ה געוועלט.
עולם » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:35 am
· #197943
איך פיל פלאבריגעסטעד ווען כ'זעה ווי אזא איינער ווי @רויטע וואנצעס לויבט מיך דא...
אבער א גרעסערע שכח פארן אויפוועקן אזא איינעם ווי @ברסלבער און זיכער נאך אנדערע וועלן אים נאכטוהן און כאטש פאר די נעקסטע 10 פארבליבענע טעג און שטימען. ווי שוין געשריבן דא "ס'דא א טשאנס אז מיט אונזערע שטימעס וועט א צובראכענע בחור באקומען אזאך וואס וועט אים גרינגער מאכן זיין לעבן, און אונז נעמט עס ממש נאר א מינוט א טאג"
פלעין יודיש » דינסטאג אפריל 29, 2014 3:17 pm
· #197989
געמאכט א שהחיינו (אהן א שם ומלכות שטייטזיך)
היינט צום ערשטן מאל געשטימט 😃 😃 😃
berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:12 pm
· #270714
אנאנים: ייש"כ פאר אפדעיטן. איך האב נאר איבערגעגעבן מיינע איינדרוקן וועלכע זענען פארגעקומען מיט בערך אכט יאר צוריק.
ב.ד.וו. : איך האב געהערט אז דער מייסד פון די תומכי שבת פון בארא פארק און פלעטבוש, מר. הערשקאוויטש ע"ה האט טאקע בראשית דרכו געהאט אן אפפער פון די שטאטישע אינסטאנצן אז זיי וועלן איהם סובסידירן. און ער האט נישט מסכים געווען צו דעם. יעצט איז פארשטענדליך פארוואס. ווייל ווען מ'ווערט אן אפיציעלע ארגאניזאציע מוז מען זיך צו שטעלן אפילו צו אינשי דלא מעלי. למשל ווי נישט אידישע קליענטן פון דעם נידעריגערן עלעמענט און אנטיסעמיטן אויך. כדוגמת "משביע" לעצטנס...!
petergrifin » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:18 pm
· #270716
Re: ארגאניזאציעס וואס פארדינען אונזער רעספעקט און סופארט
אין מיין שכינות איז דא א משביע קיך ווי אסאך אידן גייען נאכאלץ אריין.)(ליידער) אפשר אין דיין געגנט עסן דארט נאר אנטיסעמיטן. [emoji57]
berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:31 pm
· #270720
petergrifin
אין מיין שכינות איז דא א משביע קיך ווי אסאך אידן גייען נאכאלץ אריין.)(ליידער) אפשר אין דיין געגנט עסן דארט נאר אנטיסעמיטן. [emoji57]
פיטער: ווען דו זעהסט די עלעמענטן וועלכע גייען אין די לעצטע צייטן אריין אין די משביע קיך אויף די פערצנטע עוו. אין ב.פ. וואלסטו געמיינט אז דו ביסט אין ווארשא אדער קראקא...!
רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:32 pm
· #270760
@berlbalaguleh
דער מייסד פון די תומכי שבת פון בארא פארק און פלעטבוש, מר. הערשקאוויטש ע"ה
ווען איז ער נפטר געווארן?
berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:37 pm
· #270761
רויטע וואנצעס
@berlbalaguleh
דער מייסד פון די תומכי שבת פון בארא פארק און פלעטבוש, מר. הערשקאוויטש ע"ה
ווען איז ער נפטר געווארן?
כ'געדענק נישט קיין פונקטליכן דאטום. מ'דארף ריסוירטשן...! איך בין אלס יונגערמאן געווען א וואלונטיר אין זיין ארגאניזאציע...!
רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:44 pm
· #270764
דער אלטע איד לעבט נאך. דו מיינסט זיין טאטע?
berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:52 pm
· #270769
רויטע וואנצעס
דער אלטע איד לעבט נאך. דו מיינסט זיין טאטע?
או.קעי. ער זעהט שוין אויס ווי אן אלטער איד. אבער ער איז נישט דער מיייסד. זיין טאטע איז געווען דער מייסד...!
יעקב מענטש » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:39 am
· #271211
חסד עולם יבנה
ס'איז דא אן ארגעניזאציע פון ווען יעדער איינער האט שוין געהערט דערפון, אבער איז נאך אלץ באשיידן, אן קיין גרויסע פאמפע, אן קיין פלאקאטען, אן קיין שכח'ס פאר דעם אדער יענעם, אבער טוט אויף א געוואלד, און ווער ס'האט שוין נהנה געווען דערפון קען מעיד זיין דערויף, און דאס איז די באקאנטע ארגעניזאציע "חסד",
חסד (איך קען נאר וויליאמסבורג, איך גלייב אז ס'איז די זעלבע אין אנדערע געגנטער) באשטייט פון אינגעלייט מידעל עידזש און אפי' אידן העכער די פינעף אין זעכציג, וואס טראגן אידן אין שפיטעלער, אהין אין צוריק, וויפיל מאל די דארפסט גיין, בלי שום תשלום גמול, און אלעס ווערט געטוהן מיט די העכסטע מאס געטרייעשאפט און פונקטליכקייט,
ביז אהער איז וואויל באקאנט פאר יעדן, אלץ א מיטגליד פון די ארגעניזאציע וואס מאכט טריפס פון צו צייט (ווען ס'איז אויפן וועג), האב איך צוטריט צו די סיסטעם ווי מ'קען זעהן געוויסע יחידים וואס ממש ס'גייט נישט דורך קיין איין טאג אן קאווערן אפאר טריפס, זאל עס זיין פינעווע פארטאגס אדער עלעף דרייסיג ביינאכט, זענען די מענטשען גרייט אפצוטראגן חולים ומשמשיהן וואו אימער, אמאל א וועג פון 25 מינוט און אמאל א וועג פון א שעה און אמאל א וועג פון דריי א האלב שעה!! "אלעס" ווערט געקאווערט,
יעקב מענטש » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:55 pm
· #271244
כולל ד'וויליאמסבורג
אין די היינטיגע וועלט ווי כלל ישראל מאכט מיט אויף חינוך ענינים אויף אן אופן וואס איז שוין לאנג נישט געווען, פארוואס פונקטליך דאס קומט איז אן אריכות פאר זיך, אבער די מציאות ווייזט אז די 'פעיס' מיט וואס א בחור גליטשט פון ווען ער מאכט זיך אויף די אויגן און קלעבט זיך צו, צי א שלעכט חברותא, ביז ער לאנדעט אויפן אפגרונד איז אסאך שנעלער ווי אמאל, שוין אפגערעדט פונעם פאקט אז אמאל איז ער געבליבן עפ"ר א אויסגעשפילטע לוזער, און ניטאמאל גענאסן פון זיין 'פרייע' לעבן, און היינט איז די ארגענעזאציעס ווי פיסטריט, וואס מאכן זיי באקוועם און געבן חיזוק ווייטער זיך אפצורייסן פונעם אידישען בוים, אלעס אונטער די שלייער פון 'פראוויידן עדיוקעישאן', וואס דאס איז גורם אז א באדייטענדע צאל וואס וואלטן ווען צוריקגעקומען, למחצה ולשליש ולרביע, בלייבן יעצט אינעם ס"מ'ס לאפעס,
איז זיכער נישטא קיין גרעסערע נחת רוח פארן בוכ"ע ווי די חשובע כולל וואס איז זיי מקרב, און זה לעומת זה שטעלט זיי צו א כשרע סאושעל ענווייראנמענט, מיט שיעורי תורה, ווי זיי קענען אריינקומען מיט די זעלבע בגדים וואס זיי זענען ארומגקראכן און שאול תחתית מיט וואס זיי וואלטן נישט אריינגעקומען אין סיי וועלכע אנדערע היימישע שול,
און עווענטועל טוען זיי שידוכים און שטעלן אויף ערליכע, כשרע שטובער, און קומען צו נאכט שיעורים און זייער כולל אין בארא פארק,
יעקב מענטש » פרייטאג מאי 1, 2015 2:51 pm
· #271724
תומכי שבת,
אמאל אינדערהיים ווען יאנקל שניידער האט חרוב געמאכט דעם בגד וואס זיין קאסטומער האט אים געגעבן צו פאררעכטן, און ער האט עס געמוזט באצאלן פון זיין טאש, האט ער און זיין משפחה געליטן הונגער, פשוט און פראסט, איך רעד שוין נישט אז אויף קומענדיגן שבת האט מען יויך נישט געהאט, נאר זיך ענדערש דערקוויקט מיט אן עקסטערן גלעזל ברוינפן און אינזין געהאט אז יהי רצון אז אלע תיקונים וואס וואלט געדארפט מתוקן ווערן מיט א פארציע יויך זאל דער באשעפער רעכנען 'כאילו' מ'האט עס געגעסן,
היינטיגע צייטן איז נישטא אזוי פיל שניידערס, און די רעגירונג שטעלט צו פאר נויטבאדערפטיגע פאמיליעס די מינימאלע געברויכן, מיט א שמוץ אריבער..., אבער אזוי ווי די פראגראמען זענען אויסגעשטעלט בעיקר פאר די גויאישע לייף סטייל וואו אלעס קאסט ביליגער, און ער קען בכלל זאט ווערן אויף א ביליגערן אויפן ווי דער איד, בלייבט דער אידישער נצרך מיט א שטיקל חלל וואס ער קען נישט דעקן. הגם די רעדע איז נישט ממש פון שטארבן פון הונגער, דאך פילט מען אינדערהיים דער מצב,
און דא קומט אריין די ארגענעזאציע 'תומכי שבת' וואס איז ארגינעל געגרינדעט געווארן דורך ר' מרדכי פאלאטשעק ז"ל, אבער איז היינט פארשפרייט און אסאך אידישע געגנטער, וואס זיי טוען אויסטיילן יעדע וואך אן אויסנאם א שיינעם שבת פעקל אנגעפילט מיט כל טוב וכי טוב, אלעס מיט די גרעסטע מאס רעספעקט, און פריוואטקייט,