אין אן
אינטרעסאנטער אינטערוויו אין דער דעילי ביסט רעדט ר' וואדי ארום זיין נייער פילם "כישוף ביי די לבנה שטראל", ווי אויך וועגן זיין ליבשאפט פאר מדינת ישראל און זיין מיינונג איבער די היינטיגע קאנפליקט אין עזה צווישען די אראבער און די אידען.
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט
צו ליינען, אז דער דירעקטער, טראץ זיין א גענצליכער פרייער אטעאיסטישער איד, און קיינמאל האבען באזוכט אין ארץ ישראל, רעדט שטארק וועגן זיין אהבה פאר די אידישע מדינה דארט.
ער לייגט אראפ אז די אידען זענען אנגעקומען דארט נעבאך נאך א האלאקוסט, און די אראבער האבען כלשונו "זיך נישט אויפגעפירט שיין צו זיי". זיי וואלטען זיי ווען געמעגט מכבד זיין זאגען דא האט איר א שטיקל לאנד צו וואוינען לאמיר פראבירען צו לעבן בשלום. למעשה האבען זיי זיי נישט אנגענומען אין די משפחה פון מיטל מזרח לענדער, און זיך צושלאגען מיט די אידען.
וואדי זעהט נישט קיין גרויס האפענונג פאר שלום, ער פארציילט אז פון ווען ער איז צוואנציג יאר אלט פארציילט מען אלץ אז אט אט וועט קומען די שלום, אז די נעקסטער דור וועט שוין נישט פארמאגען אזא האס און וועט משלים זיין, אבער למעשה קומט דאס קיינמאל אן.