☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער בלאט נגד דעת הרבנים

דער בלאט נגד דעת הרבנים

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5118

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 4:00 pm

· #160446
דער בלאט נגד דעת הרבנים
אזוי ווי נאר דא אין צימעס איז מען בארעכטיג זיך אויסצו ליפטערן מיט א ברייטקייט ווי יודען זענען אלס געווען געוואוינט ארויסצוזאגען מיט'ן גאנצען אמת וואס ליגט אויפען הארץ

העל'ך דא אויסגעבן די ווייטאג פון פילע שלומי אמוני ישראל איבער די חוצפה פון א שרייבערל וואס טוט גאר מלבש זיין זיינע אינטערעסען אין טון לטובת הכלל און מוטיגט שעדליכע אקטיוויטעטן
און טוט אוועקמאכען אן הכרעה וואס פילע גדו''י האבען אינטערגענימען נגד די פריוו צו אויפשטעלן קאסינא'ס אין די קעטסקיל'ס
file-16.jpeg file-10.jpeg

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 4:16 pm

· #160450
כ'ווייס ניש למי החותמת ולמי הפסולים

אבער דאס אז א שרייבעריל וואס האט באקומען רשות כניסה אין א בלעטל זאל מאכען א דעת פון רבנים ללעג ולקלס איז אן אומדערהערטע עזות, ס'ניש דער ערשטער און לעצטער מיסטעיק פינעם בלאט
אבער פארט פאדערט עס א אבזערוואציע צו זעהן מי הם העומדים בראש פון אזא פירערשאפט

פאריז » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 4:28 pm

· #160454
ווי האסטע געזען אינעם עדיטאריעל א מיינוג ווי אזוי מען זאל פאקטיש גיין וואטען?

און ווי האסטע געזען א מיינוג פון גדולי הרבנים ווי אזוי מען זאל וואטען? חוץ א צעטיל בלי שם פון התאחדות און א מיינוג פון י.מ. סופר

צום לעצט, ווען ביסטע צירוק געקימען פון אויסלאנד?

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 4:35 pm

· #160458
ס'געווען אין אלע צייטונגען און די בתי מדרשים זענען געווען באקלעבט מיט חתימות פון פילע רבנים וואס זענען מחייב מצביע צו זיין נגד די געמבלינג פלאן

פאריז » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 4:45 pm

· #160463
נאר,,פרייליך
ס'געווען אין אלע צייטונגען און די בתי מדרשים זענען געווען באקלעבט מיט חתימות פון פילע רבנים וואס זענען מחייב מצביע צו זיין נגד די געמבלינג פלאן

מען הערט שוין עפעס, פילע רבנים האבן איין מיינוג, אנדערע רבנים האבן א שצווייטע מיינוג,
דא איז נישט רחוב יואל, און יעדער זאל טיען לויט ווי זיין רב האט אים געהייסען.

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 4:48 pm

· #160466
נו פ''ו ברענגט ניש דער בלאט שרייבער די רבנים וואס הייסען טון ווי ער דער אנאנימער שרייבער הייסט טון זאל'ר נאר ברענגען דעת שולזון איז 'ס אויך קראנטער ווי סתם א בן בלי שם

אדרבה פאריז ברענגט דא אראפ אלע רבנים המחייבים להצביע בעד וכנגד

פאריז » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 4:51 pm

· #160468
עס פעלט נישט אויס אהערציברענגן די רבנים, יעדער ביי זיך אין קהלה אדער אין ביהמ"ד ווייסט וואס עס איז די דעת פון זיין רב.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 5:08 pm

· #160477
אינעם עדיטאריעל שרייבט ער עטליכע מאל אז יעדער זאל פאלגן זיין רב, און ער שרייבט בלויז 'דעת בעלי בתים', נישט דעת תורה.

און איך גיי דיר מגלה סוד זיין: אסאך רבנים וואלטן גערן געזאגט דאס וואס דער בלאט שרייבט, נאר דער פראבלעם היינט איז - ווי שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט דא - ס'איז א סירקל וואס גייט אהין און צוריק. די רבנים וואלטן געקענט מתיר זיין און מסביר זיין אסאך זאכן אילולי די פארשאלטענע סיקריקים וואס לאזן נישט "משנה זיין" קיין זיז כ"ש, און יעדער רב וואס פסק'ענט עפעס אנדערש ווי זייער עקסטרעמער שכל ווערט מבוזה ומושפל בחוצות וברחובות העיר מיט פאשקעווילן און טאוולען און מחאות, ממילא זאגן די רבנים, שב ואל תעשה עדיף, זיי זענען ממש ווי אין א תפיסה, און דעריבער מוזן די שעפעלעך פאלגן די פסק פון די "רבנים הגאונים" שליט"א, ווייל ועשית ככל אשר יורוך, כאטש מען רעגט זיך אויף די רבנים פארוואס דארף מען אלץ מחמיר זיין, און אזוי חוזר חלילה דרייט זיך דער סייקל ווייטער ארום און ארום.

אין אזא פאל דארף מען האבן א דרייסטן נחשון וואס דערשרעקט זיך נישט פון די שיקאנירונגען, און מיט אביסל עזות דקדושה רופט מען אויס הויך אויפן קול דעם דעת הקהל, און כדי מען זאל נישט טון מיט זיי וואס פנחס האט געטון צו זמרי, וויקלט מען עס איין אז דאס איז נאר 'דעת הקהל', אבער יעדער זאל פאלגן זיין רב... אבער די אמבטיא רותחת איז שוין געווארן אפגעקילט, און דער געוואונטשענער דעמעזש איז DONE, און צעביסלעך הייבן די רבנים אן ארויסצוקריכן פון די לעכער, ווייל זיי זעהען אז זיי האבן סופפארט פון 'שלומי אמוני ישראל', און נאר אזוי קען מען אנקומען צום תכלית הנרצה.

ממילא האלט איך אז כל הכבוד, עס קומט זיך זיי קרעדיט פארן אריינטאנצן אינעם הייסן וואנע און מאכן גרינגער פאר די רעסט אף אס, אני כשלעצמי וואלט זייער געוואלט אז די קעטסקיל גזירה זאל בטל ווערן. אויסער מאכן א חילול ה' אין וואלמארט איז שוין נישט פאראן צופיל סיבות צו פארן, ודי בזה.

פאריז » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 5:22 pm

· #160482
שמעקעדיג, גוט געזאגט. אויב איך מעג צולייגען, כבוד רב @נאר,,פרייליך וואס האט בארעכטיגט דאס ווארפן פארשקעווילען קעגן אדמור מתו"א שליט"א פאר זיין נישט זאגען פינקליך ווי אזוי ער האט געוואלט איז דער לעצטע וואס עס זאל בעטען צו זען דעת הרבנים פון א אנדערע מיינוג.

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 5:23 pm

· #160483
מהיכי תיתי אז ווען מ'האט א פראבלעם מיט א געגנט וואס ציט אריין אין גרויסע פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות איז שוין הותרה את הרצועה עס צו פארפלייצען מיט'ן ארגסטען שטעלט אייך פאר ס'איז פאראן א מעגליכקיט אראפצולאזען א אטאם אויפען שטח ה'קעטסקילס וואלסטו געהאט א הו''א צו גיין וועלן בעד דעם אטאם ארויסשיס?אדער אז איינעם העט בייפאלען צו פארפלייצען וומ''ס מיט בתי זונות וכו' משום ה'רשעי עמינו וואס טרייבען ארויף די פרייזען העסטו געבן דיין פינגער אפשטימונג פאר א באנדיט וואס פאלט אים איין איינע פון די קראנקהאפטיגע משוגעת'ן??באמת אין אזא וועלט ווי לעגאליזירען חוקי תועבה וכל מעשה ארץ כנען וכו' איז נעבעך אלעס א סברא און גאנגבארער געדאנקען גאנגס'איז שוין העכסט טיף אינעם עיקבתא דמשיחא

שמעקעדיג
אינעם עדיטאריעל שרייבט ער עטליכע מאל אז יעדער זאל פאלגן זיין רב, און ער שרייבט בלויז 'דעת בעלי בתים', נישט דעת תורה.

און איך גיי דיר מגלה סוד זיין: אסאך רבנים וואלטן גערן געזאגט דאס וואס דער בלאט שרייבט, נאר דער פראבלעם היינט איז - ווי שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט דא - ס'איז א סירקל וואס גייט אהין און צוריק. די רבנים וואלטן געקענט מתיר זיין און מסביר זיין אסאך זאכן אילולי די פארשאלטענע סיקריקים וואס לאזן נישט "משנה זיין" קיין זיז כ"ש, און יעדער רב וואס פסק'ענט עפעס אנדערש ווי זייער עקסטרעמער שכל ווערט מבוזה ומושפל בחוצות וברחובות העיר מיט פאשקעווילן און טאוולמהיכי תיתי אז ווען מ'האט א פראבלעם מיט א געגנט וואס ציט אריין אין גרויסע פראבלעמען ברוחניות ובגשמיות איז שוין הותרה את הרצועה עס צו פארפלייצען מיט'ן ארגסטען שטעלט אייך פאר ס'איז פאראן א מעגליכקיט אראפצולאזען א אטאם אויפען שטח ה'קעטסקילס וואלסטו געהאט א הו''א צו גיין וועלן בעד דעם אטאם ארויסשיס?אדער אז איינעם העט בייפאלען צו פארפלייצען וומ''ס מיט בתי זונות וכו' משום ה'רשעי עמינו וואס טרייבען ארויף די פרייזען העסטו געבן דיין פינגער אפשטימונג פאר א באנדיט וואס פאלט אים איין איינע פון די קראנקהאפטיגע משוגעת'ן??באמת אין אזא וועלט ווי לעגאליזירען חוקי תועבה וכל מעשה ארץ כנען וכו' איז נעבעך אלעס א סברא און גאנגבארער געדאנקען גאנגס'איז שוין העכסט טיף אינעם עיקבתא דמשיחאען און מחאות, ממילא זאגן די רבנים, שב ואל תעשה עדיף, זיי זענען ממש ווי אין א תפיסה, און דעריבער מוזן די שעפעלעך פאלגן די פסק פון די "רבנים הגאונים" שליט"א, ווייל ועשית ככל אשר יורוך, כאטש מען רעגט זיך אויף די רבנים פארוואס דארף מען אלץ מחמיר זיין, אזוי דרייט זיך דער סייקל ווייטער ארום און ארום.

אין אזא פאל דארף מען האבן א דרייסטן נחשון וואס דערשרעקט זיך נישט פון די שיקאנירונגען, און מיט אביסל עזות דקדושה רופט מען אויס הויך אויפן קול דעם דעת הקהל, און כדי מען זאל נישט טון מיט זיי וואס פנחס האט געטון צו זמרי, וויקלט מען עס איין אז דאס איז נאר 'דעת הקהל', אבער יעדער זאל פאלגן זיין רב... אבער די אמבטיא רותחת איז שוין געווארן אפגעקילט, און דער געוואונטשענער דעמעזש איז DONE, און צעביסלעך הייבן די רבנים אן ארויסצוקריכן פון די לעכער, ווייל זיי זעהען אז זיי האבן סופפארט פון 'שלומי אמוני ישראל', און נאר אזוי קען מען אנקומען צום תכלית הנרצה.

ממילא האלט איך אז כל הכבוד, עס קומט זיך זיי קרעדיט פארן אריינטאנצן אינעם הייסן וואנע און מאכן גרינגער פאר די רעסט אף אס, אני כשלעצמי וואלט זייער געוואלט אז די קעטסקיל גזירה זאל בטל ווערן. אויסער מאכן א חילול ה' אין וואלמארט איז שוין נישט פאראן צופיל סיבות צו פארן, ודי בזה.

לשיטתך יעדער שרייבערל בלאט/צייטונג/איד

איז באפולמעכטיגט צו מאכען צושפאט און צונאר ווען רבנים קומען ארויס מיט א קריאה אפצוהאלטען א פראבלעם??

שמעקעדיג די ווייסט אויך אז אלולי עפעס געשעפטליך צווישען אינדיג און אנדערע וואלטען זיי ניש געמאכט די זאכען איז צו וואס לייגסטו אריין זוינע טיפע כוונות אין זיי

א חוץ אז איר זענט א באצאלטער פראפאגאנדירער פאר זיי

נאר,,פרייליך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 5:35 pm

· #160491
פאריז
שמעקעדיג, גוט געזאגט. אויב איך מעג צולייגען, כבוד רב @נאר,,פרייליך וואס האט בארעכטיגט דאס ווארפן פארשקעווילען קעגן אדמור מתו"א שליט"א פאר זיין נישט זאגען פינקליך ווי אזוי ער האט געוואלט איז דער לעצטע וואס עס זאל בעטען צו זען דעת הרבנים פון א אנדערע מיינוג.

חלילה
עתידין ליתן את הדין די אלע וואס זענען מבזה רבנים ואדמורי''ם אויף אזא מיאוס'ר און פרעכער אופן

מיסטער מענטש » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 5:38 pm

· #160492
נעבעך

שרייב נאכאמאל "מבזה רבינם"

מיט גרעסערע אותיות

און סוועט ווערן א מציאות

בדוק ומנוסא

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 8:11 pm

· #160544
יעדע מאל וואס איך שרייב אין צימעס האב איך צום סוף חרטה. בדוק ומנוסה. איך ציה צוריק און איך האב גארנישט געזאגט.

איך האב סך הכל נאר צוגעשטימט צו די ווייטאג פון טויזענטער עניים ואביונים וועלכע קענען נישט אפפארדן די זומער עקספענסעס. ונאר,,פרייליך,,הטוב,,יכפר,,

ודי למבין » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:27 pm

· #160566
דער פראבלעם איז אז די רבנים זענען די וואס מאכן די געלט פון די באנגעלאוס. איז אוודאי וועלן זיי איבער דרייען א וועלט אז די קאסינאס זאלן נישט צושטאנד קומען. די גזירת הזומער האלט ביים דראנג, די קאסינאס זעט אויס ווי א ישועה מן המים, דער אייבישטער זאל העלפן ס'זאל דורכגיין גרינג און גלאטיג, און כלל ישראל וועט אפאטעמען...

ראש המדברים » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:31 pm

· #160667
ביסטו א היפאקריט
דער איד האט גארנישט דערמאנט וועגן די טעמע נאר צו באקומען די ארמערי אויף איין נאכט די 10 עמודים מיט די חרמות וקונמות איז נישטא נאר ווייל דער גאווענער האט געסטראשעט אבער נישט מיט געלט נאר מיט א ארמערי אויף איין נאכט
אין די קול קורא וואס איז ארויס געקומען עת צרה הוא ליעקב איז נישטא אפילו איין חתימה פון א דיין ביי מהרי"י הגה"צ ר' משה פר"מ דומ"ץ מהר"א ב"פ און הגה"צ ר' בן ציון לאוב האבן ביידע גחתמעט אבער פון צד מהרי"י איז נישטא גארנישט

קומט א שרייבער און שרייבט א ריכטיגע ארטיקל וואס גראדע האב איך גהערט פון 2 גדולי ישראל וגדולי הרבנים והפוסקים וואס זענען עוסק מיט העלפן אידן ווי זיי דרוקן זיך ביידע אויס מיט אפענונג אז דאס וועט דורכגיין און די גזירת הקאנטרי וועט בטל ווערן.
אבער נאר א סיקריק ווי נאר פרייליך א היפאקריט איינער וואס טייטשט מה אהבתי וואס איך האב ליך תורתיך דאס איז די תורה קען נעמען די פען און שרייבען א ארטיקל

פאר ביטע צוריק אויף נאך א וואך אויף אויסלאנד

דענקער » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 12:47 pm

· #160670
איך זעה נישט דיין פראבלעם. ער זאגט דאך דברים של טעם!
אז דו קענסט, טענה איבער די אישו. נישט באהאלט זיך אונטער א מאנטל פון רבנים און שעלט אוועק.

נאטרוליסט » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:18 pm

· #160677
פרייליך איז גערעכט...

אמער, די מאווי סטודיא אין וויליאמסבורג האט דאך רח"ל געברענגט אזויפיל קרבנות. ווער ווייסט דען נישט וויפיל הונדערטער בחורים און אינגעלייט פרויען און מיידלעך זענען ליידער געווארן אקטיארן און אקטיארקעס. וויליאמסבורג איז געווארן א האליוואוד רח"ל, תועבת מצרים, ערוות הארץ.

די ערליכע עסקנים האבן ביטער געווארענט. די רבנים האבן געשריבן מעכטיגן קול קורא'ס. די בתי מדרשים ווענט זענען געווען פול מיט פלאקאטן, וועלכע האבן געשריגן און אלאמירט אבער די ליצים האבן זיך אויסגעלאכט. ויצא העגל הזה.

shem-tov » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:22 pm

· #160679
ס'לאזט זיך נישט גלייבן די חוצפה און לעכערליכקייט פון די עדיטאריעל. כ'האף אז דער בלאט וועט האבן שכל און צושרייבן אז ס'איז געווען א באצאלטער אנאנס פון א פראפערטי אונער. יעדע נקודה דארטן קען מען אפפרעגען הונדערט מאל. אני לכשעצמי און נאך אסאך יודן זעהן אין די קעטסקילס ממש א ישועה מן השמים ווי יודישע קינדערלעך וועלן זיך נאך ארויסציען און ס'וועט וואקסן און בליען ביז משיח'ס טאג.הונדערטער מייל אויף די לענג און דער ברייט פון וויסטע שטחים איז ב"ה אוועילעבעל און צו אונזער מזל איז עס אן אומבאלימפערטער געגנט פון וואס די גוים שטייען ווייט. א שמאלערראוד ארויף וואס זומער איז עס א פארקינג לאט און ווינטער איז עס באורד מיט טראפיק. ס'האט נישט קיין ביעטש. ס'איז ווייט פון אלעם. ס'האט אפי' נישט קיין סענטער ווי א סטריפ, קיין עירפארט, קיין אנפאנג און קיין סוף.

קום זיך דער יצה"ר מיט א קאסינאו פלאן, יעצט ווער ס'ווייסט אביסל קאסינאו נייעס, ווי אני הקטן און דאלאנד טראמפ... איז בכלל נישט באזארגט פון די קאסינאוס אין סאליווען קאונטי. עס וועט זיך במילא קיינמאל נישט אויסארבעטען מחמת כמה סיבות וואס איז באקאנט. דא קען קיין אטלאנטיק סיטי נישט ווערן און קיין וועגאס זיכער נישט, ס'קען נאר אריינכאפן נאך אפאר יודישע נפשות צום תהום וואס הייסט אדיקשען צו געמבלינג ל"ע. און דער צרה איז גאר א גרויסע צרה, ווי האט מען נישט מורא אז א האלבע ישיבה וועט דארטן אפזיצן און פושן קוואדערס אין סלאט מאשינען, אדער אפשימלען ביים בלעק דשעק טישן אדער ביים ראלעט באלי אדער ביים פויקער מושב זקינים (די געמבלערס ווייסן וואס כ'מיין).

אבער יהי איך שיהי' צו קומען און אוועקמאכן אונזער עתיד און אונזער הוה מיט אונזערע געמבלינג און יודישקייט פראבלעמן מיט אזא ביליגקייט איז שוין חוצפה. ווילסט נישט פארן קיין קעמפ. פאר נישט, די שטאט ווערט סיי ווי פולער פון יאר צו יאר, אבער פאר מאנכע איז דאך דאס זייער איינציגע וואקאציע אויף וואס זיי לעכצן שוין א גאנץ יאר און וואס טוט זיך וועגן די וואוילזיין פון די קינדער. און איך רעד שוין נישט פון גיין אקעגן רבנים ועסקנים און כ'רעד שוין נישט פונעם חוליל השם אז חסידישע יודן שטיצן הפקירות

מצב הדור » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:24 pm

· #160680
געהערט פינקט היינט פין עטליכע עקסטרימיסטן בני יואלס אז שמאול האט זייער גוט געטין
ער זאגט גאר אן אמת ווארט

מצב הדור » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:28 pm

· #160682
shem-tov
ס'לאזט זיך נישט גלייבן די חוצפה און לעכערליכקייט פון די עדיטאריעל. כ'האף אז דער בלאט וועט האבן שכל און צושרייבן אז ס'איז געווען א באצאלטער אנאנס פון א פראפערטי אונער. יעדע נקודה דארטן קען מען אפפרעגען הונדערט מאל. אני לכשעצמי און נאך אסאך יודן זעהן אין די קעטסקילס ממש א ישועה מן השמים ווי יודישע קינדערלעך וועלן זיך נאך ארויסציען און ס'וועט וואקסן און בליען ביז משיח'ס טאג.הונדערטער מייל אויף די לענג און דער ברייט פון וויסטע שטחים איז ב"ה אוועילעבעל און צו אונזער מזל איז עס אן אומבאלימפערטער געגנט פון וואס די גוים שטייען ווייט. א שמאלערראוד ארויף וואס זומער איז עס א פארקינג לאט און ווינטער איז עס באורד מיט טראפיק. ס'האט נישט קיין ביעטש. ס'איז ווייט פון אלעם. ס'האט אפי' נישט קיין סענטער ווי א סטריפ, קיין עירפארט, קיין אנפאנג און קיין סוף.

קום זיך דער יצה"ר מיט א קאסינאו פלאן, יעצט ווער ס'ווייסט אביסל קאסינאו נייעס, ווי אני הקטן און דאלאנד טראמפ... איז בכלל נישט באזארגט פון די קאסינאוס אין סאליווען קאונטי. עס וועט זיך במילא קיינמאל נישט אויסארבעטען מחמת כמה סיבות וואס איז באקאנט. דא קען קיין אטלאנטיק סיטי נישט ווערן און קיין וועגאס זיכער נישט, ס'קען נאר אריינכאפן נאך אפאר יודישע נפשות צום תהום וואס הייסט אדיקשען צו געמבלינג ל"ע. און דער צרה איז גאר א גרויסע צרה, ווי האט מען נישט מורא אז א האלבע ישיבה וועט דארטן אפזיצן און פושן קוואדערס אין סלאט מאשינען, אדער אפשימלען ביים בלעק דשעק טישן אדער ביים ראלעט באלי אדער ביים פויקער מושב זקינים (די געמבלערס ווייסן וואס כ'מיין).

אבער יהי איך שיהי' צו קומען און אוועקמאכן אונזער עתיד און אונזער הוה מיט אונזערע געמבלינג און יודישקייט פראבלעמן מיט אזא ביליגקייט איז שוין חוצפה. ווילסט נישט פארן קיין קעמפ. פאר נישט, די שטאט ווערט סיי ווי פולער פון יאר צו יאר, אבער פאר מאנכע איז דאך דאס זייער איינציגע וואקאציע אויף וואס זיי לעכצן שוין א גאנץ יאר און וואס טוט זיך וועגן די וואוילזיין פון די קינדער. און איך רעד שוין נישט פון גיין אקעגן רבנים ועסקנים און כ'רעד שוין נישט פונעם חוליל השם אז חסידישע יודן שטיצן הפקירות

עס וועט במיילה זיין אין ני יארק דעיס די שעלה איז נאר ווען און ווי די חשש אז ס'קען נאר אריינכאפן נאך אפאר יודישע נפשות צום תהום וואס הייסט אדיקשען צו געמבלינג ל"ע.
איז במיילה דא ווייס איך נישט וואס די פארפירסט אזוי???

זלמן זאפיר » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 1:59 pm

· #160687
סתם א ליצנות וואס די רבנים שרייבן ( ליידער )

רוב פין די חותמים האבן שוין סיי ווי גע'אסר'ט דע איד מיט דער בלאט אין זיי אדערווייטייזן דארט יעדע וואך

ס'גוט פאר זייערע ביזענס אז מען זעהט אז זיי לעבן פין צייט צי צייט געבן זיי ארויס חתימות

נאר,,פרייליך » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 2:36 pm

· #160693
זלמן זאפיר
סתם א ליצנות וואס די רבנים שרייבן ( ליידער )

רוב פין די חותמים האבן שוין סיי ווי גע'אסר'ט דע איד מיט דער בלאט אין זיי אדערווייטייזן דארט יעדע וואך

ס'גוט פאר זייערע ביזענס אז מען זעהט אז זיי לעבן פין צייט צי צייט געבן זיי ארויס חתימות

ריכטיגער בלאט סעמפל

שמעקעדיג וואס קריכסטו זוי טיף אין זייערע כוונות דא האט איר דעם אמת'ר און ריכטיגער באדייט פון זייערע כוונות

זלמן זאפיר » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 2:40 pm

· #160694
ווען אריבער 60 רבנים האבן אונטער געשריבן אויף די כבוד פינעם ראש בית דין פין די עדה החרדית
האסטו געשריבן אז זיי זענען רשעים אין שקצים

דיר טוט וויי די רבנים ? שקרן !

ריכטיגער אתרא קדישא סעמפל
סוקריקים וואס קריכסטו זוי טיף אין זייערע כוונות דא האט איר דעם אמת'ר און ריכטיגער באדייט פון זייערע כוונות

שרייבער » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 3:09 pm

· #160703
shem-tov
ס'לאזט זיך נישט גלייבן די חוצפה און לעכערליכקייט פון די עדיטאריעל. כ'האף אז דער בלאט וועט האבן שכל און צושרייבן אז ס'איז געווען א באצאלטער אנאנס פון א פראפערטי אונער. יעדע נקודה דארטן קען מען אפפרעגען הונדערט מאל. אני לכשעצמי און נאך אסאך יודן זעהן אין די קעטסקילס ממש א ישועה מן השמים ווי יודישע קינדערלעך וועלן זיך נאך ארויסציען און ס'וועט וואקסן און בליען ביז משיח'ס טאג.הונדערטער מייל אויף די לענג און דער ברייט פון וויסטע שטחים איז ב"ה אוועילעבעל און צו אונזער מזל איז עס אן אומבאלימפערטער געגנט פון וואס די גוים שטייען ווייט. א שמאלערראוד ארויף וואס זומער איז עס א פארקינג לאט און ווינטער איז עס באורד מיט טראפיק. ס'האט נישט קיין ביעטש. ס'איז ווייט פון אלעם. ס'האט אפי' נישט קיין סענטער ווי א סטריפ, קיין עירפארט, קיין אנפאנג און קיין סוף.

קום זיך דער יצה"ר מיט א קאסינאו פלאן, יעצט ווער ס'ווייסט אביסל קאסינאו נייעס, ווי אני הקטן און דאלאנד טראמפ... איז בכלל נישט באזארגט פון די קאסינאוס אין סאליווען קאונטי. עס וועט זיך במילא קיינמאל נישט אויסארבעטען מחמת כמה סיבות וואס איז באקאנט. דא קען קיין אטלאנטיק סיטי נישט ווערן און קיין וועגאס זיכער נישט, ס'קען נאר אריינכאפן נאך אפאר יודישע נפשות צום תהום וואס הייסט אדיקשען צו געמבלינג ל"ע. און דער צרה איז גאר א גרויסע צרה, ווי האט מען נישט מורא אז א האלבע ישיבה וועט דארטן אפזיצן און פושן קוואדערס אין סלאט מאשינען, אדער אפשימלען ביים בלעק דשעק טישן אדער ביים ראלעט באלי אדער ביים פויקער מושב זקינים (די געמבלערס ווייסן וואס כ'מיין).

אבער יהי איך שיהי' צו קומען און אוועקמאכן אונזער עתיד און אונזער הוה מיט אונזערע געמבלינג און יודישקייט פראבלעמן מיט אזא ביליגקייט איז שוין חוצפה. ווילסט נישט פארן קיין קעמפ. פאר נישט, די שטאט ווערט סיי ווי פולער פון יאר צו יאר, אבער פאר מאנכע איז דאך דאס זייער איינציגע וואקאציע אויף וואס זיי לעכצן שוין א גאנץ יאר און וואס טוט זיך וועגן די וואוילזיין פון די קינדער. און איך רעד שוין נישט פון גיין אקעגן רבנים ועסקנים און כ'רעד שוין נישט פונעם חוליל השם אז חסידישע יודן שטיצן הפקירות

מיין קהלה האט נישט געהייסן וואוטן נישט בעד און נישט כנגד, איך האב געקלערט צו גיין כנגד, אבער מה אעשה אז דערווייל האב איך נאכנישט געזען כמעט קיין איין נארמאלער רב אונטעשרייבן אקעגן, און פון די אנדערע זייט שטייען אזעלכע וואס זענען נגד כל הקודש אצלי און זאגן שטימען דערקעגן, יעצט בין איך שוין אין א דילעמא
קעגן רבנים? וועלכע רבנים? די חתימות אויף די קול קורא'ס וואס קומען ארויס קוקן מיר אויס ווי די קול קורא'ס קעגן חוקי תועבה, און ווי אמאל קעגן די סקול דיסטריקט, אדער וועגן התבודדות (ווער געדענקט נאך יענע קול קורא) עפעס א מין התערבות פון רבנים וואס לעבן מיט חתימות
קעגן עסקנים? וועלכע עסקנים? וועלכע ווילן זען מיין קהלה אין דער ערד?, די עסקנים פון מיין קהלה הייסן נישט יא און נישט ניין, ס'איז דא אנדערע עשקנים וואס האבן אסאך אייגענע אינטערעסן און זאגן מען זאל וואטן פאר נישט, יעצט שרייסטו אז מיינע עסקנים האבן אויך אייגענע אינטערעסן, מסכים, אבער מה אעשה, מיינע עסקנים האבן זייער אינטערעסע און אביסל אויך מיין קהלה'ס אינטערעסע ווידער יענע עשקנים האבן אייגענע אינטערעסע און אויך אינטערעסע קעגן מיין קהלה, נו וועם זאל איך פאלגן?
האט טאקע משה דוד נידערמאן ארויסגענומען א פאטענט נומער ביים אייבערשטן אז נאר מעג זיין א עסקן? ס'איז דא נאך עסקנים אויך, אפשר גייסטו קעגן רבנים עסקנים?

נאר,,פרייליך » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 4:05 pm

· #160713
זאפיר:
ביטע אייערע קרעמפן איבער אתרא קדישא זייט משמיע אינעם אשכול איבער'ן שוד המתים בבית שמש

נאר,,פרייליך » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 4:06 pm

· #160714
שרייבער

דאס'ז התינח פאר דיין פריוואטער באשלוס וואס צו טון

אבער גיין אין פובליק אפלאכען פון א סכנה וואס פילע רבנים און ערליכע מורי הוראה ובתוכם הגה''צ רבי בן ציון לאוב שליט''א מראשי וועד משמרת חומותיך ירושלים ועומד בראש מערכות ישראל המתנהלים ע''י ק''ק סאטמאר חתמ'ט דערויף און באשטעטיגט אז ס'איז א סכנה פאר'ן אידנטום דאס איז ביג טיים חוצפה והעזה

אפילו איר הרב שרייבער וואלט ניש געראטען אייערע שרייבערליך דאס צו טון אילולי מ'ברויך חנפ'ן דעם ארמארי דיעל נו? בעד בצע כסף הכל שריר והכל מותר?
קוקט עפעס אויס איר זענט גערעכט מיט אייער טענה אז ס'דערמאנט דעם פרשת ה'סקול

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 5:25 pm

· #160737
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז טאקע א שטארקע סיבה פארוואס איך טראכט אז מען זאל לאזן די קאנטרי ריין. אויב קען זיך אויסארבעטן אז א גאנץ יאר זאלן אידן זיך ארויסציען (אזוי ווי אין די נייע סאטמארע שטעטל) און לעבן רואיג, דעמאלס איז נישט קיין ספק אז מען זאל זאל וואוטן פאר ניין, אבער דאן ווערט בטל דער 'דעת בעל הבית', די טענה פון די טייערע קאנטריס, ווייל די וועלכע וואוינען דארט א גאנץ יאר וועלן אפקומען פיל ביליגער ווי די שטאטישע איינוואוינער.

עכ"פ דער קעפל פון דעם אשכול איז פארפירעריש. יעדער ווייסט אז איך זוך זיך נישט אנצונעמען פארן בלאט, אבער פארדרייען דעם אמת גלייך איך נישט. דער קעפל "דער בלאט נגד דעת הרבנים" איז פארפירעריש. דער בלאט האט קלאר געשריבן אז זיי שרייבן נישט קיין דעת הרבנים, און יעדער זאל פאלגן וואס זיין רב הייסט. יעדער ווייסט אז דעת בעה"ב איז אנדערש, און זיי האבן עס גענוג מאל ארויסגעברענגט אז די שונאים זאלן דאס נישט קענען נוצן פאר א טענה.

איך האב צוגעזאגט נישט צו פארטיידיגן בפרט דא אין צימעס, ממילא וויל איך נישט מרחיב בדיבורי זיין, אבער נאך אלץ שפיר איך און כ'וועל עס זאגן אויפן שפיץ גאפל - יבא הישועה מכל מקום - אז עס דארף זיין א דרייסטער נחשון ארויסצוברענגען די אנדערע זייט. שמוע בין אחיכם. עס מוז זיך ענדיגן די צייטן וואס אפאר עסקנים אדער ראשי קהילה אדער צייטונג שרייבערלעך אדער פאשקעווילן-ווארפער טוען דעצידירן ואס/ווען/ווי אזוי מיר זאלן טראכטן, און אנדערש איז מען א כופר בעיקר. איך מעג טראכטן אנדערש, און איך מעג זאגן אנדערש, קאסינא'ס איז נישט קיין דאוריתא און נישט קיין דרבנן. לאז יענעם זאגן וואס ער האט צו זאגן, הער אויס זיין ווייטאג, ער רעדט בשם טויזענטער אנדערע אידן; אז דו האסט אים אפצואווענדן בטוב טעם ודעת, דאן אדרבה, אבער סתם קומען שרייען "נגד הרבנים" אן קיין זאכליכע תשובה און מיט די רבנים ווארט ביסטו מטהר את השרץ בק"ן טעמים דאן וועסטו בלייבן מיטן צונג אינדרויסן. צב"ש שם טוב אויבן האט ארויסגעברענגט זאכליכע טענות פארוואס קאסינא'ס איז נישט גוט, ווייל קאנטרי וועט ממילא פארבלייבן וכו', וכן אנאנים טענה'ט אז מען וועט וואוינען איבערן יאר, ועל זה אנו דנין, ווי 2 נארמאלע בעלי דין, יעדער זאגט זיינע דעות.

דער דרך פון נישט לאזן יענעם רעדן און אים דערשטיקן אונטער א קנאות מאנטל, איבלט שוין, און עס זאל נישט האבן קיין פלאץ ביי אונז, בפרט אין קאווע שטיבל, ווי יעדער האט א פרייען רשות הדיבור (ביז אפיקורסות). אז דו ביסט מחולק מיט יענעם, ענטפער יענעם שכל'דיג, כת"ח שמתוכחין זה בזה בהלכה און עס ווערט מקויים צום סוף ואת והב בסופה.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 8:50 pm

· #160793
פאריז
שמעקעדיג, גוט געזאגט. אויב איך מעג צולייגען, כבוד רב @נאר,,פרייליך וואס האט בארעכטיגט דאס ווארפן פארשקעווילען קעגן אדמור מתו"א שליט"א פאר זיין נישט זאגען פינקליך ווי אזוי ער האט געוואלט איז דער לעצטע וואס עס זאל בעטען צו זען דעת הרבנים פון א אנדערע מיינוג.

קיינער האט עס נישט בארעכטיגט. נאר ס'האט אזויפיל אויפגעטון אז ס'איז נתגלה קלונם געווארן פון די גאנצע באנדע מיט זייער ראש בראשם. זיי קענען זיך שוין מער נישט אהערשטעלן אלס פיינע, ערליכע, אומשולדיגע אידן. די חוצפה און די געמיינע לשונות מיט וועלכע זיי באנוצן זיך אקעיגן א רעבי'ן א מנהיג ישראל איז מעיד כאלף עדים אויף זייער גאנצן מהות. זיי זענען נישט מער ווי א באנדע חיות רעות וועלכע זענען עושה מעשה זמרי ומבקשים שכר כפנחס... נאר די גרעסטע שאד וואלט געוועין ווען דער עולם לאזט זיך נאר'ן פון זיי. 😈

נאר,,פרייליך » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 5:37 pm

· #161029
שמעקעדיג
[ציטאט אראפגענומען]

עכ"פ דער קעפל פון דעם אשכול איז פארפירעריש. יעדער ווייסט אז איך זוך זיך נישט אנצונעמען פארן בלאט, אבער פארדרייען דעם אמת גלייך איך נישט. דער קעפל "דער בלאט נגד דעת הרבנים" איז פארפירעריש. דער בלאט האט קלאר געשריבן אז זיי שרייבן נישט קיין דעת הרבנים, און יעדער זאל פאלגן וואס זיין רב הייסט. יעדער ווייסט אז דעת בעה"ב איז אנדערש, און זיי האבן עס גענוג מאל ארויסגעברענגט אז די שונאים זאלן דאס נישט קענען נוצן פאר א טענה.

וואס הייסט אז זיי אליין שרייבען אז זיי זענען ניש קעגן די רבנים??

בזמן וואס ''קיין איין'' רב א חוץ דער כותב ה'בלאט שטעלט זיך נישט ארויס בעד די גזירת ה'געמבלינג מיינט'ס אז דער כותב אליין באשליסט אויף א גזירה אז ס'איז גאר א ישועה

ולשיטת מורינו הרב שמעקעדיג איז דער בלאט ערלויבט צו שרייבען א דעת ''בעל הבית'' אז ס'איז גאר א טובה דער גזירת גיוס ווייל ס'העט פארטרייבען פילע שותו''מ ממדינת הציונית וואס איז א טובה לשלומי אמוני ישראל און אויספירען אז מיר רעדן חלילה נישט קעגן די רבנים

#היפאקרעטיזעם

נאר,,פרייליך » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 5:38 pm

· #161031
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב דיר אן עצה לאז דיך ניש פירען כאפ'דר שטארק אהן די נאז און שיק זיי ליפטערן

שוין העכסט צייט צו מייסד זיין א פאפיר פאר די אלע וואס לאזען זיך ניש פירען

נאר,,פרייליך » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 6:43 pm

· #161052
שמעקעדיג
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז טאקע א שטארקע סיבה פארוואס איך טראכט אז מען זאל לאזן די קאנטרי ריין. אויב קען זיך אויסארבעטן אז א גאנץ יאר זאלן אידן זיך ארויסציען (אזוי ווי אין די נייע סאטמארע שטעטל) און לעבן רואיג, דעמאלס איז נישט קיין ספק אז מען זאל זאל וואוטן פאר ניין, אבער דאן ווערט בטל דער 'דעת בעל הבית', די טענה פון די טייערע קאנטריס, ווייל די וועלכע וואוינען דארט א גאנץ יאר וועלן אפקומען פיל ביליגער ווי די שטאטישע איינוואוינער.

כ'פארשטיי דיר אינגאנצען ניש ניטאמאל מיט'ן דעת בעל הבית ביסטו קלאר ווייל די האסט'ך א צד אז די וואס העלן וואוינען דארט בעז''ה בקביעות העל'ן דערלייגען די הויזען מיט'ן וואוינען אינען וומ''ס'ער געטא

נו איז דאך דאס א חוצפה וזילזול נוראה אינעם דעת הרבנים אז דאס איז א גזירה וואס מיר ברויכען באקעמפן ווייל אפילו דער דעת בעל הבית האלט ניש אויס אז ס'זאל זיין א ישועה

נו וואס רעגט דיר אזוי דעם נוסח ''דער בלאט נגד דעת הרבנים''

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 7:39 pm

· #161061
אין א זייט געלייגט די בלאט פראבלעם

אין די עצם זאך ווי האט א גלות אריין צו רעדן ווי אזוי א גוי זאל אנפירן זיין ליידיגן טאג איך וואלט דאס אנגערופן התגרות ווייל ווען זיי גייען פארלירן גייען זיי שוימען פאר כעס און שעלטן דעם איד לאז דעם גוי טון וואס ער וויל און אז ס'וועט זיין א פראבלעם פאר אידן וועסטו זיך דעמאלס אראפ זעצן און דן זיין כדת מה לעשות

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 7:53 pm

· #161066
דאס איז נישט ריכטיג פונקט ווי דו האסט א ווארט צו שטימען פאר מעיאר וועם דיר געפעלט מעג א איד שטימען קעגן עפעס וואס ער וויל נישט

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:10 pm

· #161075
דער (פינטעל) איד
דאס איז נישט ריכטיג פונקט ווי דו האסט א ווארט צו שטימען פאר מעיאר וועם דיר געפעלט מעג א איד שטימען קעגן עפעס וואס ער וויל נישט

די גאנצע ווינט וואס מ'מאכט ביי מעיאר וואלן און די אלע בלאק וואויטס איז אויך נישט אזוי ניחא פאר יעדעם ס'איז דא אסאך פיינע אידן וואס האלטן אז דעס איז לפחות איבערגעצויגן דעם בענדעלע

אבער א זאך וואס האט צו טון מיט'ן גויס פרעזענליכע אינדזשוימענט און פארווייליגקייט זאלסטו אויך אריין רעדן וואס עפעס לאמיך לעבן ממין לעבן דיינע פראבלעמען און געברויכן זאלסטו זיך אן עצה געבן לאמיך אפ קריך אראפ פון מיינע אייועלט

פארשטייט זיך דאס איז נאר לשמועס בעלמא הדין אבער מסיח דעתי אצל דעת הרבנים ובפרט אצל דעת הרבנים שיש להם בעילות על באנגעלוי קאלניס

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 9:22 pm

· #161095
גאנצל, ביסט גערעכט ווען מען מישט זיך אריין סתם אזוי אינעם גויס לעבען, אבער דא איז דאך די רעדע איבער א ענין וואס גייט אונז אפעקטירן, טא פארוואס זאלן מיר נישט טארן אריינרעדן.
בד"וו הער איך אז רבי בנציון לאוב האט שוין פארקויפט זיין באנגעלאו קאלעניא און רבי משה דיין פון ב'פ פארהאנדלט ערנסט איבער א מכירה......

שרייבער » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:47 am

· #161165
אינטערעסאנט, פון ווי ווייסט דער כתר מלכות א מאנטריאלע זאלי פונקטליך וואס טוט זיך ביי ר' בנציון לאוב און ר' משה פר"מ?

כתר מלכות » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 9:02 am

· #161168
שרייבער, איך האב דאס געשריבען סארקאסטיש, זיך באציענדיג אויף גאנצלס ווערטער אז מען זאל פאלגען די רבנים וואס באזיצן באנגעלוי קאלעניס, דערויף האב איך געשריבן אז רבי בנציון לאוב און רבי משה פרמ פארקויפן שוין זייערע קאלעניס, ווי איינער זאגט וואס דרייסטו א קאפ מיט רבנים בעלי בתים פון קאנטריס, רוב פון די חותמים אנטקעגן האבן נישט קיין קאלעניס, א שטייגער ווי די צוויי אויבן דערמאנטע רבנים.