☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נפטר געווארן הרבנית מ'בעלזא ז"ל

נפטר געווארן הרבנית מ'בעלזא ז"ל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5110

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:12 am

· #160268
נפטר געווארן הרבנית מ'בעלזא ז"ל
יעצט מוצאי שבת איז פארגעקומען אין א"י די לוי' פון הרבנית חנה רוקח, די לעצטע רביצין פון הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זצוק"ל.

ווי איך הער זענען פארגעקומען צוויי לוויות, איינס אין בני ברק און איינס אין ירושלים. איך בין נישט זייער באקאנט, אבער איך ווייס אז במשך די יארן איז געווען כמה פעמים וואס די בעלזער האבן זיך מיט איר צוריבן, און געהאט צוטוהן מיט איר איבער פארשידענע עניינים, זי האט קינדער און אייניקלעך, און ווי איך פארשטיי זענען זיי בעה"ב פונקטליך איבער ווי עס זאלן זיין די לוויות, אבער ווי עס זאל נישט זיין, איז זי געווען א היסטארישע פרוי, זייענדיג די אשת חבר פון דעם מלאך ה' צבאות, וועלכער איז לויט כמה גדולי ישראל געווען דער לעצטער וועלכער איז נאך אריין אין דעם גדר פון תלמידי תלמידיו פון דעם בעל שם הק' און דעם אמת'ן דרך החסידות, הרה"ק דער בעלזא'ער רב זצוק"ל.

איך ווייס נישט פונקטליך אבער לכאורה האט זי שוין געדארפט צו זיין ארום הונדערט יאר אלט.

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:42 am

· #160280
98 יאר אלט. א בילד ווי זי פראוועט חנוכה לעכט.
bel4.jpg

zurich » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:59 am

· #160293
זי האט קינדער?
מיט וועים האט זי חתונה געהאט נאכדעים?

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 2:03 am

· #160295
זי האט קינדער מזיוג ראשון, און זי האט נישט חתונה געהאט נאכאמאל.

דא האסטו שיין באשריבן, מיט בילדער:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=60947&cat=6&scat=42">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=6 ... =6&scat=42</a>

היימישער ליטוואק » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:11 am

· #160372
פארוואס מ'בעלזא? וואס איז דער שטראך נאך דעם מ'?

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:59 pm

· #160415
היימישער ליטוואק
פארוואס מ'בעלזא? וואס איז דער שטראך נאך דעם מ'?


ווייל בעלזא איז נישט קיין לשה"ק ווארט (אריין אין שפראך אשכול)

היימישער ליטוואק » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 2:40 pm

· #160421
so?

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 2:45 pm

· #160427
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/140579">viewtopic.php?p=140579#p140579</a><!-- l -->