☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זוך אקציע נאך ר' ליפא ברייער

זוך אקציע נאך ר' ליפא ברייער

102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5107
בלאט: 1 2 3

דייטל » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:08 am

· #160336
אה מ'הערט שוין ענדליך עפעס דברים של טעם.

ייש"כ בשם ואן פארן נעמען די מיה. ר' ליפא'ס חסד איז שטוינענד...

און ס'הייבט זיך נישט אן ער איז נישט צומזיקט.

דער (פינטעל) איד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:10 am

· #160337
נאר וואס ?

בשםואין » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:11 am

· #160338
10-4 פאר נישט צומזיקט

דייטל » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:13 am

· #160339
דער (פינטעל) איד
נאר וואס ?

ער איז אין א שווערע מצב און זקוק לרחמי שמים.
מ'ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס יא. אבער צייכענעס זעט מען נישט אויף אים.

אזוי הייסט עס יעצט...

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:16 am

· #160341
סאיז קיינעמס נישט שילד אז סנאך דא מענטשען וואס נעמען ערענסט וואטסעפפ מעסעדזש.
יעדער אינגערמאן האט א רעכט צי שפעקעלירן, און שיקן זיינע שפעקעלאציעס פאר ווער סאעז אינטערסיערט דערין.
פאר וואטס עפפ האט אויך יעדע מעשה געהאט זעקס גירסאות.
ביז ווילאנג מיר האבן נישט קיין אמתא מידיע ריפארטס, וועט דאס אזוי זיין.
וויאזוי ווייס איך אז אפאר עסקנים האבן מחליט געווען, משום כבודו נישט צי פארציילען דעם אמת? כרעד נישט פון די יעצטיגע מעשה, כרעד בכללוית.

דייטל » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:17 am

· #160342
שפעקולאציעס אויף בד"ה גיבסטו אויך רעכט ?

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:19 am

· #160343
כווייס נישט

דייטל » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:20 am

· #160344
דער (פינטעל) איד
Just in:
פאליציי האט אים נעכטן נאכט געטראפן אינגאנצן צו שטאכן אין קווינס היינט איז מען ארום געגאנגען אין אלע האספיטאלס זוכן און מהאט געטראפן איינעם אן א נאמען און מהאט אידענטיפייד אז סאיז אים

קול מבשר זאגט מ'האט אים געטראפן דאנערשטאג נאכט.
זעט אויס אז מ'האט נישט גענומען ערנסט זיין אפוועזנהייט אין די ערשטע טאג בפרט ווען ער איז געווען אונטערוועגנס. ווען יא, וואלט שוין געווען אן איבערקערעניש פרייטאג.

דייטל » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:20 am

· #160345
ירחם המרחם

zurich » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 3:22 am

· #160346
השם ירחם

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 6:57 am

· #160350
דייטל
שפעקולאציעס אויף בד"ה גיבסטו אויך רעכט ?


רעכט נישט, אבער א גוטע זאך איז עס דאך, ווייל אזא שמועה איז דאך א סגולה אויף אריכות ימים.

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 7:18 am

· #160351
קען איינער אנצייכענען וואס - כ'דענק נישט ווער - האט געשריבען נאכען געפונען א פארלוירן קינד אין קרית יואל, אז ס'האט נאך קיינמאל נישט פארסירט אז די זיכעריי האט זיך געענדיגט צוליב די "וואלענטירן".

והוא הדין הכא.

סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:17 am

· #160360
גוט!!, קוק וואס א קאפי קען אנמאכען!!....
image.jpg

סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:23 am

· #160362
בילדער פון די זוכעריי
image.jpg image.jpg

סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:26 am

· #160363
איך מיין אז ער איז טאקע דא באהאלטען??!!.....
image.jpg

סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:29 am

· #160364
בילדער פון די מצב אין שפיטאל!!
די קארדינעטיר פון שומרים יענקי איצקוויטש מיט משה נתן בראווער פון הצלה אויפען סצענע,
פארשטייציך יוסעלע פליט איז אויך דארט געווען...
image.jpg image.jpg image.jpg

סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 9:55 am

· #160366
קאווע טרינקער
קען איינער אנצייכענען וואס - כ'דענק נישט ווער - האט געשריבען נאכען געפונען א פארלוירן קינד אין קרית יואל, אז ס'האט נאך קיינמאל נישט פארסירט אז די זיכעריי האט זיך געענדיגט צוליב די "וואלענטירן".

והוא הדין הכא.

@קאווע טרינקער
קוק פון דא און ווייטער די גאנצע מחלוקת איבער די נושא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/137092">viewtopic.php?p=137092#p137092</a><!-- l -->

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:17 am

· #160374
נולד מאוחר
סאיז קיינעמס נישט שילד אז סנאך דא מענטשען וואס נעמען ערענסט וואטסעפפ מעסעדזש.
יעדער אינגערמאן האט א רעכט צי שפעקעלירן, און שיקן זיינע שפעקעלאציעס פאר ווער סאעז אינטערסיערט דערין.
פאר וואטס עפפ האט אויך יעדע מעשה געהאט זעקס גירסאות.
ביז ווילאנג מיר האבן נישט קיין אמתא מידיע ריפארטס, וועט דאס אזוי זיין.
וויאזוי ווייס איך אז אפאר עסקנים האבן מחליט געווען, משום כבודו נישט צי פארציילען דעם אמת? כרעד נישט פון די יעצטיגע מעשה, כרעד בכללוית.

אז דו פארשטייסט נישט די גרויסע עוולה פון די אלע שפעקעלאציעס ביסטו טאקע נולד מאוחר. און מען קען זיין א 'ווילי יאנטשי' אפילו אויב מען וואוינט אין בארא פארק עס איז די מהות האדם וואס מען רעכנט.

פאריז » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:58 pm

· #160414

פרישער » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 10:56 pm

· #160589
דערווייל איז דו לעצטע קאנפירמד מעשה, אז מען האט גלייך געוויסט זיין נאמען און געבארט טאג, דו אי עם עס, האט געזעין זיין לייסענס, דער וואס האט געריפן דו ניין עלעווען האט אינטער אויספארשינג געזאגט אז ער האט בייגעוואוינט ווי ר' ליפא לאזט איבער דעים קאר, און פאלט אוועק, דעיס איז פארגעקימען גענוי פינף מיניט נאך צוועלעף דאנעשטיג אויפדערנאכט, ער איז געזעין געווארן לעצט איידער ער איז ציזאם געפאלן און וואן סטאפ קאשער אביסל נאך עלעף דרייסיג, ווען עס איז דא רעסיט ווי ער איז ארויס פון דארט, צו ער איז דערשלאגן געווארן איידער ער איז אנגעקימען צים פלאץ ווי ער איז ציזאמגעפאלן, איז נישט קלאר, און איז נישט אויסגעשלאסן, שטארק מעיגלעך, אבער נאך נישט זיכער, ער איז א דורך א אפעראציא נאך פרייטאג אין שפיטאל אין קווינס דארט ווי מען האט אים געפינען, עס איז א טראמע צענטער, און איז אין גיטע הענט.

דו פלא איז, אז מען האט געזיכט ר' ליפא מיט פאליציי און דו זעלבע צייט וואס און שפיטאל האט מען קלאר געוויסט ווער ער איז, נאר קיינעם האט נישט געקימערט געוואויר צו ווערן צו אפשר זיכט מען איינעם מיט דעים נאמען מאזעס ברייער.

עס בלייבט איבער צו ווינטשען אים א רפואה שלימה במהרה, מען זאל ווייטער מתפלל זיין פאר דעים גאלדענעם אינגערמאן, ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, מחיה זיין צעינליגע הינדערטער נפשות מידי יום ביומו.

גוטע פינטעלך » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 9:59 am

· #160647
אויך געהערט פון קראנטע מקורות אז ער איז געווען דערנשטאג ביינאכט אין one stop kosher צו טון מעשה חסד פון פארטיילען עסען (טשולענט וכדומה).
כידוע האט ר' משה א כמו משביע קאך אין זיין קאר, א הכנסת אורחים אויף רעדלעך, עס איז שטענדיג אנגעפולט מיט עסען און ווען ער זעט א איד אין נויט ברענגט ער עם צו אביסל פיינע עסען, ווי אויך פארט ארום מהנה זיין אידען מיט זיינע עסען.

ווער עס ווייסט מער איבער זיינע מעשה חסד איז מכובד.

דייטל » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 10:04 am

· #160649
אינמיטן די עבודת הקודש
061913144015_479x1200.jpg

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 3:45 pm

· #160709
א אמת'ע זיסער איד.
עני אינפאו איבער זיין מצב
די בילד איז שוין מער קלאר???????

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:07 am

· #160900
OMG איך האף ס'איז נישט אמת. טוביה טוביה איך האף ביסט נישט אזוי משוגא.

פרישער » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 12:00 pm

· #160927
@אנאנים, איך וועל אנעמען דיין מעשה צווישן אלע אנדערע מעשות אלס פאלש, ביז דו וועסט האבן דיין מעשה קאנפירמד פון א קראנטע מקור.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 12:11 pm

· #160934
פרישער
@אנאנים, איך וועל אנעמען דיין מעשה צווישן אלע אנדערע מעשות אלס פאלש, ביז דו וועסט האבן דיין מעשה קאנפירמד פון א קראנטע מקור.

אבער למיחש מיהא בעי (נישט געשריבן אויף פרידיש.( מ'דארף איהם לכה"פ נעמען אויף אן ערנסטן פארהער(.

מ. גליקמאן » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 12:22 pm

· #160938
דאס דרייט זיך יעצט ארום.
"ק/פ פון פעמעלי; און שוין ווייטער שטעלט זיך ארויס די רשעות פון די פארווערדן די מעסעדזשעס אנע קראנטע מקור!
די מעשה פון דעם ספרדישן מיט די בילד פון איהם איז שקר וכזב עס האט נישט נישט קיין הענט און קיין פוס! ניטאמאל האט מען איהם אריינגענומען פאר קוועסטשענינג, עס איז בלויז רשעות פון אפאר גאסן אינגען וואס ווילן זיין אפדעיטעד.
ביטע פארווערד ווייטער די מעסעדזש אביסל אראפצונעמן דעם חרון אף."
ממילא @אנאנים ביטע פארמעק די בילד.

נולד מאוחר » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 1:16 am

· #161152
פליצלינג זענען מיר זייער פארן אמת . אויב ח''ן איז דא אוואטסעפפ רומער איז דאס עפעס אזא מין רשעות .
הלאו מיר זענען נישט אזוי סענסיטיו צי ליגענט.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 1:35 am

· #161154
ווענזעך ווי דער ליגענט שטייט איין. אויב איז א איד דער קרבן פון דיינע ליגיונות זאלסטע בעסער קערן, מה דעלך תענה לחבריך וכו

בשםואין » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 2:17 am

· #161155
נולד מאוחר
פליצלינג זענען מיר זייער פארן אמת . אויב ח''ן איז דא אוואטסעפפ רומער איז דאס עפעס אזא מין רשעות .
הלאו מיר זענען נישט אזוי סענסיטיו צי ליגענט.


דו ביזט ברעין דעיד אדער וואס?

וואס פארשטייסטו נישט?

טאמער טוט מען באשולדיגן איינעם אהן קיין באווייזן אז ער האט צושלאגן און בארויבט ר׳ ליפא׳נען איז דאך עס א רשעות שאין כמוהו.

דער איד איז א צובראכענער אומשולדיגער איד מיט א ביטערע מזל, און איצטערט וועט קיינער מער נישט זיך אומקוקען אויף אים ווייל א נידערטרעטיגער רשע האט ארויפגעלייגט א נאס ליילעך אויף אים.

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:12 pm

· #161637
שוין ווידער שמועות

פרישער » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:20 pm

· #161638
עס איז נאך דערווייל נישט אמת

smartinof » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 12:05 am

· #161647
הערטס אויף מיך צו צורייסען דאס הארץ נאכט נאך נאכט שוין די גאנצע וואך וואס איך קען נישט פארמאכען קיין אויג

דייטל » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 1:41 am

· #161660
לאמיר באלאנסירן אביסל נארמאלע נייעס במקום וואס ס'דרייט זיך אזויפיל צודרייטע נייעס.

געהערט אז ער האט שטארק געדרוקט דאס האנט פון א באזוכער וואס מען וויל דאס אננעמען אלס א באווייז אז דער מוח רעספאנדט.
ער איז אריבער קיין מאונט סיינע און ערהוילט זיך ברוך השם, דער געשווילעכטץ איבערן מח איז אויך געווארן בעסער. מ'טראכט שוין פון אראפנעמען דאס רעספיראטאר בע"ה.
ער קען נאך נוצן תפלות. ס'וועט נישט שאדן.

אפילו ס'איז נישטא קיין שום באווייז עפעס זאל האבן פארגעקומען מיט אים, טראכט מען דאך אז עפעס האט פאסירט ווייל ער איז געווען מער צוקלאפט ווי סתם א קלאפ פון א פאל.
פון ווען ער איז געווען אין ראדני האלב צוולעף ביז די פרוי וואס האט אים אנגעבליך געזעהן פאלן האט גערופן פאר הילף איז געווען א קארגע צוואנציג מינוט וואס פעלט און מ'ווייסט נישט וואס און ווען האט פאסירט, ער איז אנגעקומען אין שפיטאל בערך צוועלפע.
מ'האט געמיינט אז ער האט נישט זיין סעלפאן וועגן דעם איז מען נישט געגאנגען בעטן ביי די קאמפעני זאל עס טרעקן. פערצופאל האט ער עס יא געהאט מיט זיך.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

דייטל » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 12:25 pm

· #161822
דער מצב איז סטאביל אבער איז געווען עטוואס בעסער פאריגע וואך, [איך רעד ברמז נישט צו געבן גאזאלין פאר פרישע וואטסעפפס... וד"ל] אידן, טראגטס אים אין זינען.

פרישער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:07 pm

· #162143
בד"ה ר' ליפא ברייער ע"ה

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:13 pm

· #162145
איך האלט עס נישט אויס

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:21 pm

· #162149
בד"ה
עס רייסט ביים הארץ!!!!!!!
די פלא איז עד לב השמים, וואס גייט דא מען האט נישט קיין שום אינפאו???????????????

דייטל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:58 pm

· #162157
באמת א ווייטאג.
ר' ליפא נעמט מיט מיט זיך אין קבר דעם מיסטעריעזן פארהוילעניש. וואס האט ווירקליך פאסירט מיט אים?????

נולד מאוחר » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:31 am

· #162168
די עסקנים ווייסען זיי מאכן א שוואג.
מוואלט שוין לאנג געהערט פון הייקונד אבראהם פארלאנגן אויספארשינג.
א שיסעריי און ווילי אדער א צדקה מאלאסטער איז געווען גרודער.

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:32 am

· #162175
נישט שיין צו רעדן פון די פארבארגעניש ווילאנג די בלוט איז נאך ווארעם

מ גפני » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:35 am

· #162193
גאנצל
נישט שיין צו רעדן פון די פארבארגעניש ווילאנג די בלוט איז נאך ווארעם

גאנצל די ווייסט און ווילסט נישט זאגן ביז ווילאנג די בלוט איז נאך ווארעם?

מ גפני » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:37 am

· #162194
בד"וו די גאס זאגט (נאכאמאל אומקראנטע מקורות) אז ער האט געהאט טענענטס אין קווינס, און וועגן דעם איז ער דארט געווען

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:13 pm

· #162285
זייער פאסיג דער אויסדרוק: "שוד ושבר"!
רבונא דעלמא כולא, דו נעמסט אונז אוועק די שענסטע און די בעסטע!!

מצב הדור » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:47 pm

· #162309
[ציטאט אראפגענומען]

קעהסט מיר עס ביטע אובערזעצען און מאמע לשון

מצב הדור » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:19 pm

· #162322
A popular charity worker was robbed and shot while handing out charity food boxes in the Williamsburg section of Brooklyn, New York, according to a report by Behadrei Haredim.

Just a week after Lipa Breuer, 64, was found seriously wounded on a street he died at a local hospital.

Breuer was a volunteer for a charity named “Shabbat Pekelach,” which distributed food for the needy on a weekly basis.

Breuer was reported missing by his family, and he was later found unconscious and beaten on a street. He was transported to a Queens hospital in serious condition.

Hospital officials said that Breuer was admitted into the hospital about an hour after leaving the charity organization’s storage facility with his car.

Police said that Breuer was robbed and shot while waiting for a traffic light to change. The suspect put the victim in the back of the car and drove off to Queens. When they arrived in Queens, the suspect dumped Breuer on the street. The suspect later abandoned the vehicle and fled with the food boxes.

Police are looking for the suspect, and so far, no arrests have been made.

Breuer was the manager of a large Satmar girls school named Bracha Sima, in Williamsburg for many years.

He also managed the popular Bracha Sima wedding hall. Four years ago, he retired and began volunteer work for several charity organizations.
<a class="postlink" href="http://www.yourjewishnews.com/2013/11/n30016.html">http://www.yourjewishnews.com/2013/11/n30016.html</a>

shem-tov » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 4:49 pm

· #162328
אבינו מלכינו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך
דאס הארץ צוגייט פאר צער און סווערט נאך שרעקעדיגער

נולד מאוחר » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:15 pm

· #162333
איז דאס א פארלעסליכע נייעס סייט?

smart » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:55 pm

· #162360
איך מיין אז בחרדי חרדים איז גאנץ א שוואכע מקור

שעפסעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:18 am

· #162634
די גאנצע ארטיקעל פון בחדרי איבער די נושא, איז אויסגעזויגן פון פינגער, לא דובים ולא יער, קיינער האט נישט געשאסן, אין עס איז נישט 100 פראצענט זיכער אז איינער האט אים עפעס געטאן.

ווען איינער וואלט אים געשאסן, אין די פאליציי ווייסן נישט ווער, וואלט געווארן ארויסגעשטעלט א ריווארד פאר אינפארמאציע איבער די ברוטאלע איבערפאל.

לויט ווי איך האב געהערט פון א נאנטע חבר זיינע, וואס איז געווענליך נישט פון די וואס זוכן צו מאכן א קאווער אפ, האט די שפיטאל צוערשט בכלל נישט געהאלטן אז מען האט אים צושלאגן, ווייל די קלאפ זיינע אין קאפ, וואלט געקענט פאסירן פון אומפאלן אויף די גאס אויף א שפיציגע שטיין, אייזן אדער צוים.

שפעטער איז געפונען געווארן קריצן אויפן ריקן, וואס דאס מאכט מער טראכטן אז ער איז יא געווארן צושלאגן, אבער דערווייל האבן די פאליציי נישט קיין שום אינפארמאציע אדער ליעדס אין די אויספארשונג.

דאס אז מען האט אים געשאסן אין קלאר א באָבע-מייסע...
בלאט: 1 2 3