קינדערישע שאלות און חכמה'לעך
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5105
קינדערישע שאלות און חכמה'לעך
קעניינע הארע. קליינע קינדער קענען אמאל פרעגן גוטע קשיות, אדער מחדש זיין דברים נפלאים.
זאל די אשכול זיין מיוחד פאר דעם.
1) טאטי: פארוואס שטייט אין פסוק ויתרוצצו הבנים, און נאכדעם שטייט זיי זענען געבוירען געווארן. ס'וואלט קודם געדארפט שטיין אז זייי זענען געבוירען געווארן, און נאכדעם אז זיי האבן זיך געשלאגן ?
די לייק פאר דיין קינד, נישט פאר דיין ווייב..... 😂
קאווע טרינקער1) טאטי: פארוואס שטייט אין פסוק ויתרוצצו הבנים, און נאכדעם שטייט זיי זענען געבוירען געווארן. ס'וואלט קודם געדארפט שטיין אז זייי זענען געבוירען געווארן, און נאכדעם אז זיי האבן זיך געשלאגן ?
זאג אים, אין מוקדם ומאוחר בתורה.
אדער נאך א פשט, זיי זענען געווען ווי נולד מאוחר 🙂
3) טאטי, כ'האב געשניטן די נעגל פון מיין "פיס", כ'דארף וואשן מיין "הענט"?
מיין קינד פרעגט זיין מאמע אראפקומענדיג פון די באס "האסט א סורפרייז פאר מיך עפעס אנדערש ווי טאטי אדער א קיש?"
יעקב האט געלערנט 14 יאר אין ישיבת שם ועבר. מיין יונגל פרעגט מיר ווי אזוי איז מעגליך אז שם (בן נח) ועבר האבן אויפגעשטעלט א ישיבה בעפאר מתן תורה? מילא די אבות האבן משיג געווען די תורה אפילו עירובי תחומין, אבער וואס האט מען געלערנט אין יענע ישיבות פאר קבלת התורה?
זעהט אויס פרשת נח האט דיין אינגל נישט צוגעלייגט קאפ צו די רש"י מכאן שלמד נח תורה.
מיין יונגל פרעגט מיר דעם שבת, "ווי אזוי האט יעקב געקענט אזוי פארשעמען לאה און זאגן מה זאת עשית לי הלא ברחל עבדתיך וגו'?" זיין הערצעלע איז נעבעך אויסגעגאנגן פאר לאה.
שפעטער פארציילט ער מיר אז ער האט געפרעגט זיין רבי היתכן ביי זלפה שטייט נישט ותהר נאר עס שטייט גראד "ותלד זלפה"? די רבי האט אים געענטפערט אז היות זלפה איז נאר געווען א שפחה איז זי נישט געווען גענוג חשוב פארדעם שרייבט נישט די תורה ביי איר ותהר. יעצט אבער, לערנענדיג מיט מיר האט ער באמערקט אז ביי בלהה שטייט יא ותהר, איז דאך הדרה קושיא לדוכתה?
(די רביס מיינען טאקע אז מען קען בולשיטן קינדער?)
הוגה, דאס באלאנגט אין אן אשכול איבער די "חכמות" פון די מלמדים....
הוגהמיין יונגל פרעגט מיר דעם שבת, "ווי אזוי האט יעקב געקענט אזוי פארשעמען לאה און זאגן מה זאת עשית לי הלא ברחל עבדתיך וגו'?" זיין הערצעלע איז נעבעך אויסגעגאנגן פאר לאה.
שפעטער פארציילט ער מיר אז ער האט געפרעגט זיין רבי היתכן ביי זלפה שטייט נישט ותהר נאר עס שטייט גראד "ותלד זלפה"? די רבי האט אים געענטפערט אז היות זלפה איז נאר געווען א שפחה איז זי נישט געווען גענוג חשוב פארדעם שרייבט נישט די תורה ביי איר ותהר. יעצט אבער, לערנענדיג מיט מיר האט ער באמערקט אז ביי בלהה שטייט יא ותהר, איז דאך הדרה קושיא לדוכתה?
(די רביס מיינען טאקע אז מען קען בולשיטן קינדער?)
פארוואס האט ער נישט געענטפערט דעם אמת אז זי איז געווען קליין ? [און וועגן דעם אויטאמאטיש נישט חשוב.. בלא בלא בלא] משא"כ בלהה.
דייטל
פארוואס האט ער נישט געענטפערט דעם אמת אז זי איז געווען קליין ? [און וועגן דעם אויטאמאטיש נישט חשוב.. בלא בלא בלא] משא"כ בלהה.
ווייל דאס איז אויך נישט דעם אמת. איך האב פשוט געלערנט מיט מיין זון די רש"י וואו עס שטייט דעם אמת'דיגע תירוץ אז איר הריון האט זיך נישט אנגעזעהן. For God's sake, וועלכע יונגל ווייסט נישט אז א מאמע איז טראגעדיג פאר זי האט א בעיבי?
הוגהדייטל

רש"י איז מסביר אז ווייל זי איז געווען קליין קרי אינג האט זיך די הריון נישט אנגעזען. משא"כ בלהה איז געווען גרעסער און עלטער האט זיך עס יא אנגעזען.
סאו זאג איך, אז ער איז א נאר ווייל ער קען זאגן דעם אמת אז די סיבה איז איר קליינקייט, און נאכדעם זאל ער צולייגן וואסערע פירוש ער וויל...
כ'האב געוויזען מיין אינגעל (8) ווי אלי בעער זינגט זיין ויהיו רחמיך...
"טאטי, וויאזוי קען אזא מינע מענטש מאכן אזא הייליגע ניגון? "......
קאווע טרינקערכ'האב געוויזען מיין אינגעל (8) ווי אלי בעער זינגט זיין ויהיו רחמיך...
"טאטי, וויאזוי קען אזא מינע מענטש מאכן אזא הייליגע ניגון? "......
איך פארשטיי ממש נישט פארוואס אזא קלוגע יונגערמאן ווי דיך זאל וואזען זיין קינד לכתחילה א מוזיק ווידיאו, טאמער האט ער דיך געפאקט וואטשען עפעס אין ער וויל וויסען וואס די וואטשסט האסטו שנעל געמישט אין דאס איז געווען די איינסיגסטע האלב נארמאל זאך, שוין... אבער לכתחילה??????
שטילע אינגערמאןקאווע טרינקערכ'האב געוויזען מיין אינגעל (8) ווי אלי בעער זינגט זיין ויהיו רחמיך...
"טאטי, וויאזוי קען אזא מינע מענטש מאכן אזא הייליגע ניגון? "......
איך פארשטיי ממש נישט פארוואס אזא קלוגע יונגערמאן ווי דיך זאל וואזען זיין קינד לכתחילה א מוזיק ווידיאו, טאמער האט ער דיך געפאקט וואטשען עפעס אין ער וויל וויסען וואס די וואטשסט האסטו שנעל געמישט אין דאס איז געווען די איינסיגסטע האלב נארמאל זאך, שוין... אבער לכתחילה??????
זיי דיך בעסער מסביר ביטע. וואס איז די פראבלעם מתחילה? ס'איז דא פרויען דארט?
איך בין אויפגעוואקסען אין א היים ווי גרוביס סי די איז געווען מותר, איין נאכט האט מיין טאטע ארויס געווארפען די אלע סי די, כמיין איך קען רואיג זאגען אז סע מיך געווען לייכטער צו לערנען אין תלמוד תורה נאך א נאכט וואס כהאב געשפילט מנאפעלי ווי איידער וואטשען אויפן קאמפיוטער
איך בין אויפגעוואקסען אין א שטוב ווי אפילו צו די באבובע פלעיס האט מען נישט געמעגט גיין. ממילא, ווי דער רמב"ם זאגט, כדי דאס מתקן צו זיין מוז מען דאס אויסבייגן אויף להיפוך ממש, האפענטלעך וועלן די אייניקלעך שוין זיין נארמאל...
אויב ווילסטו טאקע וויסן פארוואס כ'האב דאס אויפגעשפילט, נאדיר, פרייטאג צו נאכטס ביים סעודה האמיר פראבירט צו אראפלייגן דעם "ויהיו רחמיך" ולא עלתה בידינו, ע"כ האב איך דאס אויפגעשפילט כדי לשבת הבאה זאל דאס ראקן...
קאווע טרינקעראיך בין אויפגעוואקסען אין א שטוב ווי אפילו צו די באבובע פלעיס האט מען נישט געמעגט גיין. ממילא, ווי דער רמב"ם זאגט, כדי דאס מתקן צו זיין מוז מען דאס אויסבייגן אויף להיפוך ממש, האפענטלעך וועלן די אייניקלעך שוין זיין נארמאל...
אויב ווילסטו טאקע וויסן פארוואס כ'האב דאס אויפגעשפילט, נאדיר, פרייטאג צו נאכטס ביים סעודה האמיר פראבירט צו אראפלייגן דעם "ויהיו רחמיך" ולא עלתה בידינו, ע"כ האב איך דאס אויפגעשפילט כדי לשבת הבאה זאל דאס ראקן...
זייט נישט בייז אבער איך מיין די טאטע דיינע טוט קלוגער ווי די, נישט גיין צו די באבובער פלעיס איז טאקע עקסטרעים, אבער בעסער אזוי ווי פארקערט,
זעהסט דאך אז ס'איז אים נישט געלונגען!
איך חזר אזוי מיט מיין אינגעל די ברכת יעקב.
ידך בעורף אויביך... אין דער גענאק...
ער פרעגט מיר צו גענאק האט עפעס מיט knockout?
מיין יונגעל (7) זאגט מיר א תורה וואס ער האט געזאגט אין קלאס. פארוואס האט יעקב געזאגט, המלאך הגואל אותי יברך וכו' יוסף איז געקומען נעמען יעקב'ס ברכה נישט דעם המלאך הגואל'ס ברכה? נאר ס'שטייט אויבן אין רש"י אז נסתלקה שכינה פון יעקב, ממילא האט ער געדארפט די מלאך הגואל זאל בענטשען.
טאטי, מקוה USA איז אזא פאני ארגאניזאציע!
וואס דרייען זיי איבער אמעריקע מיט מקוה'ס?
איך בין געשוויגן ווי א פיש! וואס ענטפער איך? אלע צייטונגען און בראשורן שרייבן אזויפיל דערוועגן.
זאג אז ס'מיינט א פשוט מקוה ווי טאטי גייט מיט דע קינדער
און פאר דעם דרייעט מען איבער די ווועלט? און מען שרייבט כסדר יסוד קדושתן וטהרתן של ישראל?...
שפתים קישאקTM!
שמעקעדיגטאטי, מקוה USA איז אזא פאני ארגאניזאציע!
וואס דרייען זיי איבער אמעריקע מיט מקוה'ס?
איך בין געשוויגן ווי א פיש! וואס ענטפער איך? אלע צייטונגען און בראשורן שרייבן אזויפיל דערוועגן.
כ'האב ערקלערט מיין זון אז אמעריקא איז ליידער געפאלען אין די אנדערע געגנטער צוליב נישט גיין אין די מקוואות ער''ש
אין די נשים ערב יו''כ
די הודעות איבער ערב יו''כ האסטו שוין יא מסביר געווען
און די ריזיגע פלאקאטען פינעם נייעם וויליאמסבורגער טהרה האסטו שוין מסביר געווען??
שבת צופרי וועקט זיך מיין ווייב אויף און זי הערט ווי מיין פרי-סקול מיידעלע זינגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל א ניגון וואס זי האט די וואך געלערנט אין שולע, וועגן די אידישע מיידלעך אין מצרים ווי זיי האבן אלעמאל געטראגן גענוג לאנגע און ברייטע קליידער צו באדעקן זייערע קניען און זיין צניעות'דיג, וכו'. מיין ווייב גייט אריין אין איר צימער און מיין טאכטער זאגט, "ווייסט פארוואס איך זינג עס הויך? ווייל איך וויל אז די בערקאוויטשס (שכנים) זאלן עס הערן. מיין טיטשער האט געזאגט אז מיידלעך וואס זענען נישט careful אז די קניען זאלן זיך קיינמאל נישט אויפדעקן זענען שולדיג אז משיח קומט נאך נישט. איך וויל אז זייער שרי (6 יאר אלט) און רבקי (4 יאר אלט) זאלן הערן די ניגון ווייל זיי זענען נישט אלעמאל careful און זייערע קניען קען זיך אמאל אויפדעקן."
בעצם קומט צו וויינען אויף אזא מעשה. מען האט נישט געפונען עפעס בעסערס ארויסצולערנען פון די דאזיגע פרשיות אויסער די פאקט אז די אידישע מיידלעך האבן געוואטשט זייערע קניען? עס זענען דא אזוי פיל יסודות פון אידישקייט אין די פרשיות, אבער אנשטאט דעם נעמט מען די 4 יעריגע מיידל און מען שטאפט איר מיט די שטותים וואס זי פארשטייט סייווי נישט, און ווען זי וועט שוין פארשטיין וועט זי אויך איינזעהן די שקרים און די אגענדע. פרעה איז צניעות, שעבוד מצרים איז צניעות, יד השם איז צניעות, נביאות משה צניעות, יציאת מצרים און קריעת ים סוף איז צניעות, מתן תורה איז צניעות, וכו' וכו'. די סיבה פארוואס איך לייג די מעשה יא אין די שמייכל אפטיילונג איז ווייל איך האב מיך געלערנט צו לאכן פון אזעלכע מעשיות, און שלום מאכן מיט די ביטערע מצב. It is what it is, די שולעס זענען פארנומען א טייל פון די צייט מיט שטותים, אבער ברוך השם די שטותים זענען אזוי לעכערליך אז ס'כמעט אוממעגליך אז עס וועט לאזן א רושם, בעזר בשם.
.
די שטותים וועלן אפשר בעזר השם, און בעזר די עלטערען, נישט האבען א רושם. אבער דאס אויסלאזען אלעס אנדערש לכבוד דעם דאס איז פיל א גרעסערע פראבלעם.
לעיקוואדדי שטותים וועלן אפשר בעזר השם, און בעזר די עלטערען, נישט האבען א רושם. אבער דאס אויסלאזען אלעס אנדערש לכבוד דעם דאס איז פיל א גרעסערע פראבלעם.
ביזט גערעכט מיט דעם. און אויף דעם ארויף קומט אויך מיין שלום מאכן מיט די מצב, ווייל איינמאל מען ווייסט אז מען קען עס נישט עקספעקטן פון די מוסדות ווייסט מען כאטש אז עס פארלאנגט זיך צו טון די ארבייט אליינס. און לגבי אויסלאזן, פרעג היינט א יונג מיידל (אסאך עלטערע פרויען אויך) וואס זענען די ג' עבירות חמורות און אכציג פראצענט וועלן ענטפער "אינטערנעט, קאלירטע קליידער און סקירטס ווייניגער ווי 4 אינטשעס לענגער ווי די קניען". די עיקר פראבלעם איז נישט אזוי פיל אז מען האט צו געלייגט נייע עבירות ווי וואס מען האט ארויס גענומען. די זעלבע זאך דא, וואס לערנט מען 'נישט' איז די עיקר פראבלעם.
טאטי, פארוואס איז דא לעצטענס אזוי סאך גזירות ביי אידן? פארוואס שיקט נישט די אייבישטער קודם א רעגן-בויגן אז מ'זאל תשובה טוען?
איך זאג כסדר פאר מיין דריי יעריג אינגל אז מ'טאר נישט לויפן אין גאס חלילה, און אויך זאג איך אים כסדר נישט צו שרייען אזעלכע קולות אינדערהיים.
מעשה שהיה.
דעם שבת בשעת די סעודה זינג איך מיר אוועק, מיט מיין אינגל אויפן שויס.. ווען איך וואלט געהאט כח, וואלט איך געלאפן אין די גאסן.. ער האקט מיר איבער "טאטי מ'טאר נישט לויפן אין די גאס".. איך זינג ווייטער.. און איך וואלט געשריגן הויעך, שבת הייליגע שבת! "טאטי, מ'טאר נישט שרייען הויעך".
וואס זאג איך אים? 😃
הלכה ולא למעשה
יואבשטילע אינגערמאןקאווע טרינקערכ'האב געוויזען מיין אינגעל (8) ווי אלי בעער זינגט זיין ויהיו רחמיך...
"טאטי, וויאזוי קען אזא מינע מענטש מאכן אזא הייליגע ניגון? "......
איך פארשטיי ממש נישט פארוואס אזא קלוגע יונגערמאן ווי דיך זאל וואזען זיין קינד לכתחילה א מוזיק ווידיאו, טאמער האט ער דיך געפאקט וואטשען עפעס אין ער וויל וויסען וואס די וואטשסט האסטו שנעל געמישט אין דאס איז געווען די איינסיגסטע האלב נארמאל זאך, שוין... אבער לכתחילה??????
זיי דיך בעסער מסביר ביטע. וואס איז די פראבלעם מתחילה? ס'איז דא פרויען דארט?
איך קען געבן א הסבר. אבער צו דעם מוז מען אריינגיין אין מאחורי... 😂 🙄
רויטע וואנצעסאיך זאג כסדר פאר מיין דריי יעריג אינגל אז מ'טאר נישט לויפן אין גאס חלילה, און אויך זאג איך אים כסדר נישט צו שרייען אזעלכע קולות אינדערהיים.
מעשה שהיה.
דעם שבת בשעת די סעודה זינג איך מיר אוועק, מיט מיין אינגל אויפן שויס.. ווען איך וואלט געהאט כח, וואלט איך געלאפן אין די גאסן.. ער האקט מיר איבער "טאטי מ'טאר נישט לויפן אין די גאס".. איך זינג ווייטער.. און איך וואלט געשריגן הויעך, שבת הייליגע שבת! "טאטי, מ'טאר נישט שרייען הויעך".
וואס זאג איך אים? 😃
אז טאטעס מעגן יא... וואס דען?
מיין 8 יאריגע פרעגט מיר דעם שבת, פארוואס ווען מען רוקט א פען אויף א פעיפער שרייבט דאס, און ווען מען רוקט דאס אויף די לופט שרייבט דאס נישט?
היינט זאגט מיר מיין זוהן ״טאטי, כ׳וויל די זאלסט ווערן א באס דרייווער״, כפרעג עיהם פארוואס ווילסטו דאס?
אזוי וועל איך קענען טוען אויפן באס וואס איך וויל,
גלייב מיר, די ווילסט נישט כזאל ווערן דיין באס דרייווער, ס׳איז די פערפעקט אזוי,
״ניין ניין כווייל זייער שטארק״
מיין קינד, די וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין, די ווילסט נישט כ׳זאל ווערן דיין באס דרייווער
אקעי, סאו פליז ווער די באס רבי
מיין פיר יעריג אינגל האט היינט מחדש געווען, אז די הינדלך וויינען ביי כפרה שלאגן, ווייל זיי ווילן נישט נעמען די עבירות.
מיין צען יעריג אינגל פרעגט מיר היינט דערשראקן: טראמפ וועט מיך צוריקשיקן קיין אותיופיה??
מיין זוהן פארציילט אז ס'איז אמאהל געווען צוויי קינדער אין חדר וואס האבן זיך שטענדיג געשלאגען איינער מיט'ן צווייטן. דער מלמד האט פראבירט שלום צו מאכען אבער ס'איז נישט געלונגען.
איין טאג האט דער מנהל זיי אריין גערופען און געפרעגט וואס איז פשט אין דער התנהגות? ענטפערן די קינדער: "אונז שפילן טאטי'ס און מאמי'ס!"
מיין זון זעהט א סיין "ברוך דיין האמת" הוי מי יתן לנו תמורתו!!
פרעגט ער מיך אויב עס האט א שייכות מיט כפרות שלאגן זה תמירתי..
Re: קינדערישע שאלות און חכמה'לעך
ערב יום כיפור ווען איך האב גערופען די קינדער זיי צו בענטשען זאגט מיר מיין קליינער יעצט גייסטו זיין א הייליגע טאטע
מיין כתה א' תכשיט וואס האט זייער ליב צו טוען מיט מיר עקסערסייז: טאטי, וואס איז שלעכט אז פרעה האט געמאכט די אידן ארבייטן שווער? ס'איז געווען גוטע עקסערסייז פאר זיי.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/12183">viewtopic.php?t=12183</a><!-- l -->
רויטע וואנצעסמיין כתה א' תכשיט וואס האט זייער ליב צו טוען מיט מיר עקסערסייז: טאטי, וואס איז שלעכט אז פרעה האט געמאכט די אידן ארבייטן שווער? ס'איז געווען גוטע עקסערסייז פאר זיי.
עקסערסייזען די רעכטן איז וויכטיגער.
איך בין געגאנגען עסן שבת בייטאג ביי מיין שווער און איך האב מיך אביסל פארזוימט, האט מיין קליינע שוועגערין געפרעגט מיין ווייב, "וואו איז דיין טאטע?". 😳 🙄