☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ארמארי פאר זאליס: אויב מ'אסרט נישט קאסינא'ס

ארמארי פאר זאליס: אויב מ'אסרט נישט קאסינא'ס

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5097

נאטרוליסט » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 5:30 pm

· #159959
ארמארי פאר זאליס: אויב מ'אסרט נישט קאסינא'ס
עס איז היינט געווארן אפיציעל, די זאליס באקומען די ארמארי אין וויליאמסבורג, בתנאי אז "דער איד" וועט נישט שרייבן קיין ווארט קעגן די קאסינאו אפשטימונג.

די זאליס האבן ערליך געהאלטן ווארט. אין דער איד איז פאריגע וואך געווען 10 בלעטער. די וואך אבער... פתח שין. קיין איין ארטיקל, קיין רמז ורמיזה. אלעס ווייל די תורה הקדושה קומט "נאך" די ארמארי אין וויליאמסבורג.

מארגן וועט מען הענגען ריזיגע ליילעכער איבעראל... אבער דער שאדן איז געמאכט געווארן. אותי שלכת אחר גויך!

אויס מענטש » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:07 pm

· #159986
, סתם פאר אינטרעסאנקייט די ארונים האבן אויך באקומען דעם פארשלאג און האבן עס בקנאות דקדושה אפגעזאגט ?

אויס וועלט » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 1:46 am

· #160032
אינטערסאנט ווי אזוי די גאווערנער קען אוועקגעבן איינעמס א זאך טאמער מען גיבט זיי נאך די קאסינא'ס. #געשפרעכן #גיי-פארשטיי

כתר מלכות » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 7:41 am

· #160040
נאטרוליסט
עס איז היינט געווארן אפיציעל, די זאליס באקומען די ארמארי אין וויליאמסבורג, בתנאי אז "דער איד" וועט נישט שרייבן קיין ווארט קעגן די קאסינאו אפשטימונג.

די זאליס האבן ערליך געהאלטן ווארט. אין דער איד איז פאריגע וואך געווען 10 בלעטער. די וואך אבער... פתח שין. קיין איין ארטיקל, קיין רמז ורמיזה. אלעס ווייל די תורה הקדושה קומט "נאך" די ארמארי אין וויליאמסבורג.

מארגן וועט מען הענגען ריזיגע ליילעכער איבעראל... אבער דער שאדן איז געמאכט געווארן. אותי שלכת אחר גויך!


פאר ווער סווייסט נישט, עס דרייען זיך שמועות אז דער גאוונער איז דערביי צו אוועק געבען די ארמארי פאר קהילת מהר"א בתנאי אז זיי וועלן שטימען יא לטובת די קאסינאס, דעריבער האט חברינו @ נוטראליסט - כדי. צו פריווענטן די מוחאות און פארדאמונגען -אויפבאקען א מעשה שאין לו ידים ורגלים.
אגב, לפי די. אהרונים איז דער גאווענער זייער א קורצזיכטיגע מענשט, פאר זומער האט ער געגעבן די ארמארי פאר די אהרונים אויב וועלן זיי אויפגעבן די קעמפס ""בלויז" אויף ""איין "" יאר. און. יעצט איז ער גרייט עס צו פארבארן פאר די זאליס אויב וועלן זיי ""איין "" וואך נישט רעדן פון די קאסינאס. סאונד פאני, אריין אין פענע צום בלאט אפטיילונג.

זלמן זאפיר » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 11:11 am

· #160078
אן קיין שום בושה אין קלאס ביי די זאלי'ס

פארגעגאנע וואך איז אין דער איד הויפט העדליין ביי די רעזשוואלקע געווען דער איסור חמור פין סאכדעס בנוגע די קאסינאס
אין די וואך איז שא שטול איין גענימען א פול מויל מיט וואסער

אלעס ווייל דער גאווענער האט פרעזנדליך געסטארשעט משה פריעדמאן ביי א מיטניג וועגן די ארמארי

כתר מלכות » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 10:39 pm

· #160223
די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינאס אין די קעטסקיל. ליינט די גאסט עדיטאריעל אינעם בלאט דיע וואך. אומגלויבליך.

רוזעוולט » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 11:06 pm

· #160229
כתר מלכות, סארי באט דע אהרונים האבן קלאר אויסגערופן שבת צו וואויטן נאו אויף קאסינאס נאר דער יחיד אינדיג שטיצט עס פערסאנעל.