☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5094

גוטע פינטעלך » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:18 pm

· #159939
ווי איז די בילד מיט די אויפשריפטען וועגן געטא?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:25 pm

· #159941
South Bronx

גוטע פינטעלך » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:43 pm

· #159947
איך האב געקלערט עס איז פאסיג פאר ווילאמסבורג, נאר וואס דען באנקסי האט זיך קודם דורך גערדט מיט יששכר כ"ץ ער האט עם מבטיח געווען אז די טויערן פון די געטא זענען שוין אויפגעבראכען, מער וועט קיינער נישט זיין 'סטאוק' דארטען....

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:16 pm

· #162130
איך וואלט יא געכאפט.

דייטל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:03 pm

· #162141
ווי גיבסט דאס אז מען זאל אים נישט אויפכאפן ? אפשר האבן די פאליציי געמאכט א יד אחת מיט זיינע געשעפטן ? כ'טראכט נאר..

דייטל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:55 pm

· #162155
פיין כעלעמער

איך כאפ שוין, ער ארבעט מיט סטענסילס,סאו די גאנצע מעשה נעמט אים אפאר סעקונדעס.

הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:03 pm

· #165416
א גוטע ידיד האט רעקאמענדירט די דאקומענטרי פילם Exit through the gift shop, איבער סטריט ארטיסטן בכלליות און בפרט באנקסי. ער איז אויך די פראדוצירער פון די פילם. די פילם צייגט די ארבייט און ווערק פון אפאר באקאנטע סטריט ארטיסטן. עס איז אינטערעסאנט און גאנץ פאני.

די פילם טוט אויך ברייט דעקן די סטריט ארטיסט פון לאס אנדזשעלעס Thierry Guetta - a. k. a. Mr. Brainwash.. ער איז געווארן א סטריט ארטיסט נאכן זיך דרייען און פילמען פאר לאנגע יארן די גרויסע סטריט ארטיסטן. ער האט אנגעהויבן מיטן אנפירקלן די ווענט מיט א סטענסיל-סטייל בילד פון זיך. ער האט געמאכט א ריזיגע גאלעריע עפענונג אין 2008 וואו ער האט געלייזט א מיליאן דאלער אין די ערשטע פאר טעג דורכן פארקויפן זיינע קרעפ (אין מיין אפיניאן).

א טייל פון זיין ארט איז פשוט נעמען א בילד און צולייגן עפעס א קלייניגקייט ווי לדוגמא א שווארצע פינטל. וואס איך האב ארויס גענומען פון דעם איז אז ארט איז נישט דוקא שיין ביי קאנצענזוס, נאר עס גייט ביי דעם אויך אן די כלל פון beauty is in the eyes of the beholder. עס איז נישט דא קיין כללים דערביי אזוי ווי אנדערע חכמות. א נער'ישע ווינט קען מאכן א שטיקל פלעסטיק בעג מיט דריי סטיקערס דערויף ווערד א מיליאן דאלער. והיינו טעמא ד'מאדערן ארט.


.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:11 pm

· #165419
א לינק צו די פולע מאווי.
<a class="postlink" href="http://www.dailymotion.com/video/xtua7w_exit-through-the-gift-shop_lifestyle">http://www.dailymotion.com/video/xtua7w ... _lifestyle</a>

פידלער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:14 am

· #229311
Banksy
מען האט געכאפט באנקסי!

<a class="postlink" href="http://nationalreport.net/banksy-arrested-identity-revealed/">http://nationalreport.net/banksy-arrest ... -revealed/</a>

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:22 am

· #229313
חח ביסט אויך געפאלן פאר די הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.

פידלער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:32 am

· #229315
איך אויך
חח ביסט אויך געפאלן פאר די הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.


Yes. I didn't realize it was a hoax.

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:35 am

· #229317
איך האב געליינט ביז די פיסקא אז מען האט ביין עם געטראפן טויזענטער פאלשע דאלארן ,יעדער מיט א טראפ שכל פארשטייט אז א ארטיסט וואס דרייט מיליאנען מאכט זיך נישט שמוציג די הענט מיט פאלשע וואלטן צו מאכן נאך אפאר פרוטות.

פידלער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:37 am

· #229318
איך אויך
חח ביסט אויך געפאלן פאר די הואקס וואס איז געגאנגן וויירל.


I see that one of the commentors is saying that the hoax is a hoax. According to this commentor, Banksy's lawyer is putting out these "hoax" articles trying to regain some of Banksy's mystery. Now who to believe?

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:43 am

· #229319
באנסקי פארשטייט צו PR פונקט אזוי גוט ווי צו ארט. די מער ער איז די נייעס די מער וועליו זיין ברענד איז ווערד.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:49 am

· #256038
באנקסי טראגט אייך אויף א קורצע (2 מינוט) עקסקלוסיוו ווידיאו טאור!
<a class="postlink" href="http://www.banksy.co.uk/index5.asp">http://www.banksy.co.uk/index5.asp</a>

בן נריהו » מוצ"ש פעברואר 28, 2015 11:26 pm

· #256316
אין "עזה" אפירגעקומען, דער באנסקי!
א פיינע אנטיסעמיט, דער באנסקי, שיינט ער צו זיין.
📎 26artsbeat-banksy2-articleLarge.jpg

נופת צופים » מאנטאג מערץ 2, 2015 8:23 am

· #256629
באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
דא האסטו זיין ווידיא וואס ער האט געמאכט וועגן עזה. ער טענה'ט ער איז אנגעקומען דארט דורך די טונעלן פון עגיפטן. יא, אן אנטיסעמיט שיינט ער צו זייןyoutube]http://youtu.be/3e2dShY8jIo[/youtube] .o]

פידלער » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:54 am

· #297519
די לעצטע אינישעטיוו פון באנקסי - אן אנטי אמיוזמענט פארק!

בילדער:
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/slideshow/2015/08/20/arts/international/banksys-dismaland/s/banksy-ss4.html?smid=pl-share">http://www.nytimes.com/slideshow/2015/0 ... d=pl-share</a>

ארטיקל:
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2015/08/24/arts/design/banksys-dismaland-in-england-its-a-strange-world-after-all.html">http://www.nytimes.com/2015/08/24/arts/ ... r-all.html</a>

ישראל קאפקע » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:11 pm

· #312040
אין א טרויעריג בארימטע פליטים לאגער אין פראנקרייך. סטיוו דזשאבס עלטערן זענען געווען סירישע אימיגראנטן.
📎 IMG_20151211_140833.jpg

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 7:40 pm

· #312062
ישראל קאפקע
אין א טרויעריג בארימטע פליטים לאגער אין פראנקרייך. סטיוו דזשאבס עלטערן זענען געווען סירישע אימיגראנטן.

נעבעך: מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות...אנא ממך. געפון עפעס א קאנעקשן וויאזוי די פארשאלטענע ציונים ימ"ש די מערדערליכע צה"ל זענען שולדיג אין דעם פליטים פראבלעם. (כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד)...ששש...אין אונזערע אנטי-ציוניסטיש אנטי-אידישע קרייזן שמועסט מען אז די פארשאלטענע ציונים פון מדינת ישראל שטייען אונטער די ארגאניזאציע אייסיס. זאג עס נישט הויעך. הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות קענען עס נאך הערן. און זיי וועללן עס באשרייבן אין זייערע צייטונגען!...ן

פליקער » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:23 pm

· #312072
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

גר ותושב » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:49 pm

· #312078
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
פליקער
בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

דאס טאקע באדערט עים אז ביי יעדע נייעסל וכדומה קומען אפאר קרום קעפ און לייגען אן די שילד אויף די ציונים אפילו עס קומט טאקע נישט אריין דארט אויף דעים אויף מאכט ער ליצנות פון זיי און טאקע ווי עס קומט נישט אריין ברעינגט ער אראפ די נושא.

פליקער » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:51 pm

· #312079
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
גר ותושב
פליקער
בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

דאס טאקע באדערט עים אז ביי יעדע נייעסל וכדומה קומען אפאר קרום קעפ און לייגען אן די שילד אויף די ציונים אפילו עס קומט טאקע נישט אריין דארט אויף דעים אויף מאכט ער ליצנות פון זיי און טאקע ווי עס קומט נישט אריין ברעינגט ער אראפ די נושא.

Oh no
דאס איז סתם א אבסעסיע פון וואס עס איז כדי זיך אפצישאקלען.

גר ותושב » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:53 pm

· #312080
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
דאס איז א קעיגן זייטיגע אבסעסיע אקעיגן מענטשען וואס האבן אן אבסעסיע אקעיגן די ציונים

ירא שמים » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:58 pm

· #312082
באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
יעצט פעלט זיך נאר אויס א דריטע רינג פון די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די ציונים (זעסט בערל אלס די ציונים׳ס שולד ווען נישט זיי וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם) ,
איין שאלה נאר בערל מילא ש.ב. סופר מיט מרגליות קען איך פארשטיין דאס איז דאך זייער פרנסה… אבער דו וואס האסטו פון דעם?

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 3:42 am

· #312115
גר ותושב
פליקער
בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

דאס טאקע באדערט עים אז ביי יעדע נייעסל וכדומה קומען אפאר קרום קעפ און לייגען אן די שילד אויף די ציונים אפילו עס קומט טאקע נישט אריין דארט אויף דעים אויף מאכט ער ליצנות פון זיי און טאקע ווי עס קומט נישט אריין ברעינגט ער אראפ די נושא.

גר ותושב: יישר כח. ממש דאס איז עס. דו האסט יורד (אדער עולה) געווען לסוף דעתי. ביי אונז ציונים זאגט מען בולל. און ביי אונז ערליכע אידן זאגט מען קולע געווען אל השערה...! געטראפן אין ציעל. איך אליין האב עס נישט געקענט אזוי גוט מסביר זיין. ס'איז נישט קיין אבסעסיע מיט ציונים. פונקט פארקערט די פעולות און אומ-סענסיטיוויטעט פון געוויסע פארשוינען ( מלשון פרשנדתא) וועלכע זוכן צו באשולדיגן די ציונים אין אלץ אין דער וועלט. אט דאס באדערט מיך. ווען אין די זעלבע צייט פארגעסן זיי אז די גויים די אנטיסעמיטן האבן זיי (די אזוי-גערופענע קנאים) פונקט אזוי שטארק פיינט ווי זיי האסן דעם גרעסטן ציוניסט. און זיי וועלן איהם נישט געבן א טשענס צו דערקלערן אז ער איז קעיגן די מדינה. נאר זיי וועלן איהם תיכף הרג'נען. פונקט אזוי ווי דעם גרעסטן ציוני.
אבער איינער וועלכער איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג עיר הקדשה קען דאס נישט פארשטיין. (ראה תגובת פליקער לעיל(...!

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 3:46 am

· #312117
ירא שמים
יעצט פעלט זיך נאר אויס א דריטע רינג פון די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די ציונים (זעסט בערל אלס די ציונים׳ס שולד ווען נישט זיי וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם) ,
איין שאלה נאר בערל מילא ש.ב. סופר מיט מרגליות קען איך פארשטיין דאס איז דאך זייער פרנסה… אבער דו וואס האסטו פון דעם?

ירא שמים: איך מיין עס ערנסט. ווי די מעשה מיט די אידענע וועלכע איז געקומען צו דעם אהבת ישראל און זיך באקלאגט אויף איהר זון אז ער האט לעצטנס אנגעהויבן צו מאכן פארשידענע מאדנע תנועות מיט די הענט. האט איהר די רבי געזאגט...איך טוה דאך אויד אזוי...! האטציך די אידענע אנגערופן...אבער ער מיינסט עס ערנסט... 😂 🙄

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:34 am

· #312127
הלכה למעשה פון די אלע תגובות, איז באנקסי א ציוני?

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:35 am

· #312141
שמעקעדיג: אונז וועלן דאס איבערגעבן פאר די עקספערטן, זיי זאללן דן זיין צו ער איז א ציוני, אדער נישט. אבער דאס איז כו"ע מודי אז ער איז א גרויסער ארטיסט...!

איסר האטלקי » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 9:42 am

· #413985
ס'איז נישט זיכער אז באנקסי אליין האט עס געטון (אפשר יעצט שוין יא, אנהייב איז נישט געווען זיכער). אויב יא - זאגן זיי, דארף עס יעצט זיין ווערד מער פון 1.4....

קל וחומר » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 9:57 am

· #413987
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
באנקסי האט שוין צו-באקומען איבער א מיליאן נאכפאלגער אויף אינסטאגראם, זינט דעם עפיזאד.

הויזן טראגער » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 10:03 am

· #413988
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
פארוועם האט ער געמאכט די פעינטינג און וואס איז זיין פראבלעם אז עס ווערט פארקויפט ?

קל וחומר » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 10:50 am

· #413989
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
בחוזק יד הוציאנו ה' ממצרים

הוגה » זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:51 am

· #414816
איך פרוביר צו כאפן וואס זיין מטרה דא איז. וועם פרובירט ער צו שטעלן אין פלאץ? וואס פאר א לעסאן וויל ער אויסלערנען און וועם?

קל וחומר » זונטאג אקטאבער 21, 2018 10:18 am

· #414819
Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט
זיין מטרה אונטער אלעם איז צו זיין עקסטרעם אייגנארטיג, אזוי ווייט ווי ס'קען גיין.

דערנאך איז דא מעסעגעס וואס ער וויל ארויסברענגן מיט זיין ארט. אפיציעל וויל ער נישט אז זיין ארט זאל פארקויפט ווערן...

(אגב, אסאך האלטן אז דאס איז א טיעם פון מענטשן, נישט בלויז א יחיד.)