☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א פעטיציע צו מנשה'לע

א פעטיציע צו מנשה'לע

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #509

chasid » זונטאג אפריל 29, 2012 6:42 pm

· #8629
א פעטיציע צו מנשה'לע
טייערע אידן, איר האט זיכער באמערקט אז אונז האבן דא לעצטנס באקומען א חשובע גאסט, דער משמח אלוקים ואנשים הנקרא מנשה לוסטיג שליט''א
אונז האבן זיך אלע פארגעשטעלט אז ס'גייט זיך אנפאנגען צו גיסן זיינע וועלט בארימטע געשרייבעכצער, אז דער עולם וועט זיך קאטשען פאר געלעכטער אין די אויסגעגאסענע קאווע...
און למעשה, הערט מען אינגאנצען אנדערע זאכן.............

לכן וויל איך בעטן דעם עולם מען זאל מגיב זיין דא מיט עטליכע ווערטער צו אויסדריקן אונזער געבעט:
מנשה, גוטע סחורה ביטע!

אפשר וועט ער זיך צוהערן צום בקשת רבים

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 29, 2012 6:45 pm

· #8632
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.

אוי טאטי » זונטאג אפריל 29, 2012 6:55 pm

· #8634
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
עס איז נישט אזוי שלעכט כ׳מיין מען דארף דאך עים לאזן זיך אביסל אויסבלאזן וועגן דעים אויך!

אבער מנשהלע פארגין אונז אביסל פין דיינע זיסווארק אויך אביסל אונז ווארטן שוין אזוי לאנג דערויף! דעליווער אונז עפעס א קנאקעדיגס!
שכח!

ידען » זונטאג אפריל 29, 2012 7:20 pm

· #8647
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
שמואל הלוי
אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.

מנהלים

איינער האט זיך אריינגעכאפט און נוצט שמואל הלוי׳ס ניק שלא ברשות. איך קעניש גלייבן אז שמואל הלוי זאל אזוי שרייבן.

Whoever it is, ווען מע נוצט די ווארט ״אנדערע זאגן״ וויל מען אז מע זאל מיינען אז דא רעד זיך פון א גרויסער עולם, מוז אבער נישט זיין.

איך בין זיכער נישט פון דעי. איך האב הנאה פון מנשה׳עלע פון אלע זיינע זאכן, ווען ער מאכט די זיסע קליפס, און ווען ער שרייבט אזוי שיין, און יא, אויך ווען ער לייגט פאר די סקווירא זייט, און יעדער וואס וויל קען אים אפפרעגען, און שרייבן אנדערש.

פינטאו » זונטאג אפריל 29, 2012 7:43 pm

· #8668
דערווייל, האט מיר נאר זיין חתימה געמאכט שמייכלען. (כה דברי מנשה'לע לע לע לא לא קיש קיש.) האט ער לצערי דאס שוין אויך געטוישט.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:48 am

· #8800
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
גלייבט מיר, איך טוה חליש'ן יעדן טאג אנצוהייבן א נושא כדרכי וכטבעי, אבער כ'האב א נאטור זיך צו מתווכח זיין, ממילא שטופט דאס אוועק מיין נאטור פון פאנטאזיע און סאטירא מאמרים.
אבער ס'שטייט אויפן אגענדע, און אדרבה, לאמיר הערן רבותי וועלכע נושא נאך, קען מען באשרייבן, כ'האב אייגענע אבער כ'קען באשטיין צו הערן אפשר וועט מיר עס גיבן א אפעטייט.

אגב, איינע פון מיינע פוהלע סלאגאנען איז, 'ווען דו זאלסט וויסן ווי איך לאך, וואלסטו זיך נישט אזוי אויפגערעגט, און אפשר דווקא יא..

יידל » מאנטאג אפריל 30, 2012 8:58 pm

· #9009
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
מנשה'לע ערפילט די פעטיציעס בקשה: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/8995">viewtopic.php?p=8995#p8995</a><!-- l -->

קרעקער » מאנטאג אפריל 30, 2012 9:18 pm

· #9021
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
לייג ארויף דיינע קליפס איינס ביי איינס

קרעקער » מאנטאג אפריל 30, 2012 9:20 pm

· #9023
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
אויכט וויל איך דיך אנטראגען צי מאכען א הימשך (SEASONS) פין די שבת טיש קליפ די האלטס נאך פאר קודיש קענסט מאכען די פיש דיפס און דערביי אנפראסקענען דו קינדער אוי וועלען מיר זיך ראולען פאר געלעגכטער

איך בון מקנא דיין עולם הבא פארען משמח זיין אזויפיל יודען

א איד » דינסטאג מאי 1, 2012 3:30 pm

· #9206
Re: א פעטיציע צו מנשה'לע
גם אני מצטרף לפעטיטציע הגדול

א איד

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:12 pm

· #143649
שרייבן מוז איך.. אז איר גלייכט נישט מיין גערעדעכץ דא, [אנדערע גלייכן עס יא] דאן זייט מגיב אויף מיינע מעמוארן, וועל איך זיך פארטון מיט יענס.. חח

ידען » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:38 pm

· #143665
מנשה לוסטיג
שרייבן מוז איך.. אז איר גלייכט נישט מיין גערעדעכץ דא, [אנדערע גלייכן עס יא] דאן זייט מגיב אויף מיינע מעמוארן, וועל איך זיך פארטון מיט יענס.. חח

וואס? ווער גלייכט נישט?

מנשה לוסטיג » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 12:28 am

· #146944
ווען א חזיר ווערט א מבין, זאגט ער אויף חכמה ס'איז טיפשות..

boxcover » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:21 am

· #152922
מנשה לוסטיג
ווען א חזיר ווערט א מבין, זאגט ער אויף חכמה ס'איז טיפשות..

ווען א חזיר ווערט א חכם, זענען זיינע מבינות פשוט טיפשות

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:02 pm

· #153017
boxcover
מנשה לוסטיג
ווען א חזיר ווערט א מבין, זאגט ער אויף חכמה ס'איז טיפשות..

ווען א חזיר ווערט א חכם, זענען זיינע מבינות פשוט טיפשות

פון ווי נעמסטו דאס? פון אייגענע ערפארונג?

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:10 pm

· #153021
אוי ווי גוט האט @שמואל הלוי געזאגט בשעתו, דער האט געהאט א ווייטע בליק!
שמואל הלוי
אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.


א פרישע פעטיציע וועט איבערגעגעבן ווערן צו מנשה'ן:
דזשאוסט שאט דע וואטעווער אפ!!!

טעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:15 pm

· #153024
שעפטל
אוי ווי גוט האט @שמואל הלוי געזאגט בשעתו, דער האט געהאט א ווייטע בליק!
שמואל הלוי
אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.


א פרישע פעטיציע וועט איבערגעגעבן ווערן צו מנשה'ן:
דזשאוסט שאט דע וואטעווער אפ!!!

שעפטעלע נישט אזוי שארף!!

טעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:16 pm

· #153025
בדרך אגב ווייסט איינער וואס איז פשט פונעם קליפ וואו מנשה'לע טאנצט און יענער אריין, מנשה'לע אנטלויפט, דאס איז קלאר אז מנשה'לע פוצט גלייך אפ, אבער וואו איז דאס??

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:39 pm

· #153035
שוין אויסגעשמועסט אין צימעס.

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:42 pm

· #153037
שמעקעדיג
שוין אויסגעשמועסט אין צימעס.

כ'האב עס נישט געזען, שיק מיר די לינק

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:45 pm

· #153040
בענדזשאמין פרענקלין
מנשה נעני, אדורכליינעדיג דעם אשכול זעה איך גרויסע טענות אויףן סקווערע מהלך לגבי מאלעסטעשין בכלל, און מעשה-יוסי בפרט, דיינע תירוצים אויף די שאלות וואס מען פרעגט דיר איז שלא מן הענין לדוגמא 'געפילטע' פרעגט: ער האט זיך דאך פריוואט מודה געווען אויפן מעשה פארן בחור? ענפערסטו אז ווען איינער קומט אין קארט גלייבט מען אפילו עס איז נישט אמת וכו'.
לויט דעם שיג ושיח דא איז מיר איינגעפאלן א שיינע פרפראה: די וועלט פרעגט וואס איז פשט אין מנשה'ס אוואטאר קודם שטעקט אריין דעם קאפ אין די גרינע בושעס און נאכדעם שטעקט ארויס דעם קאפ וחוזר חלילה?
מנשה וועט אוודאי זאגן אז ער בייגט זיך אראפ דעם קאפ כדי נישט צו כאפן שטיינער און אייער פון די סאטמארע, אבער מיר זעט אויס אן אנדערע מהלך, קודם שטעקט מנשה ארויס דעם קאפ צו שיסן א סטעיטמענט, דערנאך בייגט ער זיך צוריק אריין און הערט נישט וואס מען ענטפערט, ואח"כ חוזר חלילה שטעקט זיך ארויס שיסט א פרישע מאמר, בייגט זיך נאכאמאל אראפ און הערט ווייטער נישט וואס מען רעדט צו אים, נו, א ווינדער אז נאכדעם זעט עס אויס ווי א שיח חרשים...

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/146870">viewtopic.php?p=146870#p146870</a><!-- l -->

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:52 pm

· #153044
מנשה לוסטיג
שמעקעדיג
שוין אויסגעשמועסט אין צימעס.

כ'האב עס נישט געזען, שיק מיר די לינק


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/152654">viewtopic.php?p=152654#p152654</a><!-- l -->

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:07 pm

· #153051
שעפטל
אוי ווי גוט האט @שמואל הלוי געזאגט בשעתו, דער האט געהאט א ווייטע בליק!
שמואל הלוי
אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.


א פרישע פעטיציע וועט איבערגעגעבן ווערן צו מנשה'ן:
דזשאוסט שאט דע וואטעווער אפ!!!

I did not force you to laugh and I have a right to speak, if you are not prone to it, eat your heart, I do not mind 'at all'

I'm back » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:13 pm

· #153052
ווער האט דאס געספעלט פאר דיר?

עסקן בדברים » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:08 pm

· #153348
ידען
שמואל הלוי
אנדערע אידן זאגן, לא מדובשך ולא מעוקצך.
איך קעניש גלייבן אז שמואל הלוי זאל אזוי שרייבן

שמואל הלוי האט נאר געזאגט אז ווילאנג ס' דא עוקצים דארף מען אויך נישט זיינע טובות. הכל מודים אז דבש אהן קיין עוקצים איז די בעסטע זאך

מנשה לוסטיג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 4:38 pm

· #153446
אכול דבש דייך

הירשל ציג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 4:46 pm

· #153449
ממין פעטיציע צו מנשה איז:

האלט דיר די פיסק פארמאכט און רעד נישט צו די מידיא !!!!!