☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וויאזוי ווערט מען א ידען?

וויאזוי ווערט מען א ידען?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #508

ידען » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 6:47 pm

· #3497
וויאזוי ווערט מען א ידען?
ווי אזוי ווערט מען א ״ידען״?

איך האב געוואלט מאכן א עקסטערע אשכול פאר די נושא אבער איך מוז מיך האלטן צו מיינע אייגענע ווערטער אז דער אשכול איז פאר קורצע סחורה און אויב ווערט א לענגערע שמועס וועט מען אפטיילן...

איך האב שוין געשריבן אז מיין ניק איז טאקע ״ידען״ אבער עס מיינט נאר ווייל דאס וויל איך ווערן, אבער איך האלט נישט אז איך בין שוין טאקע ווערט צו האבן דעם נאמען.

מיין שאלה ״וואס כ׳וויל וויסן״ איז, ווי קומט מען אן דערצו? ווי אזוי באקומט מען די אלע ידיעות?

איך בין אין דעם פורום שוין זייט אנההייב און דא זענען דא אזעלעכע דא וואס איך שעם מיך צו שטיין מיט זיי אין ווארט, זיי ווייסן א ים פון אינפארמעישאן און איך פייגער צו וויסן אביסל מער.

עני עדווייס?

לייענען אסאך ווייס איך אז ס׳העלפט אבער איך לייען און איך זע דאך אז ס׳העלפט אויף כפרות... אפשר לייען איך נישט די גוטע סחורה?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 6:49 pm

· #3499
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ליינען אליין איז נישט גענוג, ס'פעלט זיך אויס נאך צוויי הויפט יסודות, און דאס זענען: 1) האבן א שטארקע תשוקה און דורשט צו וויסן און פארשטיין 2) זיך גוט איינקריצן אין קאפ די זאכן וואס מען ליינט.

ידען » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:02 pm

· #3500
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נאמבער איינס האב איך דאך והראי׳ איך האב געשריבן דעם תגובה. וויזוי קריצט מען עס איין?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:07 pm

· #3503
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
בערך די זעלבע וועג וויאזוי מ'קריצט אריין תורה, אבער נישט אזוי עקסטרעם, דהיינו מוז נישט זיין בקול רם, דארף נישט חזרה מאה ואחד וכו'

ידען » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:18 pm

· #3508
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
3) לייענען קאווע שטיבעל...

Espresso » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:35 pm

· #3532
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ידען
3) לייענען קאווע שטיבעל...

א IQ העכער 160 קען אויך העלפן.

שרגא » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:40 pm

· #3536
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
Espresso
ידען
3) לייענען קאווע שטיבעל...

א IQ העכער 160 קען אויך העלפן.

דו לויפסט ביז דעם איי-קיו וואס מען שאצט אז איינשטיין האט געהאט? די דורכשניט איז ארום 100.
צו וויסן דארף מען פשוט איין זאך: וועלן וויסן. אמת'דיג וועלן. ואידך פירושא זיל גמור.

Espresso » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:59 pm

· #3542
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שרגא
דו לויפסט ביז דעם איי-קיו וואס מען שאצט אז איינשטיין האט געהאט? די דורכשניט איז ארום 100.
צו וויסן דארף מען פשוט איין זאך: וועלן וויסן. אמת'דיג וועלן. ואידך פירושא זיל גמור.

הגזמתי צו אילוסטרירען א נקודה.

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 30, 2012 12:10 am

· #3545
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שרגא
דו לויפסט ביז דעם איי-קיו וואס מען שאצט אז איינשטיין האט געהאט? די דורכשניט איז ארום 100.
צו וויסן דארף מען פשוט איין זאך: וועלן וויסן. אמת'דיג וועלן. ואידך פירושא זיל גמור.

אז מ'רעדט שוין איז דא אסאך מענטשען מיט אן ענליכן איי קיו וואס האבן נישט דערגרייכט וואס איינשטיין האט דערדרייכט, זעט אויס ס'האט נישט נאר מיט קאפ. למשל קווינטין טארענאינא איז געשאצט אויף 160 באך, מאצארט און ביטהאווען געשאצט 165 בנימין נתניהו 180 (דז'ארדש עיטש דאבעליו בוש 98 ששששש...) ברוך שפינאזע 175 ניוטאן און גאלילעא האבן געהאט סאך העכערע איי קיו ווי איינשטיין (185-190) און זיי האבן נישט אויסשרייבן די רעלאטיוויטעט טעאריע אויף פאפיר אין א קליין אפיס נאר פון אפאר טראכטן עקספערימענטן (thought experiment). איינשטיינס ספעציליטעט איז נישט אז ער איז געווען א Genius.

שרגא » פרייטאג מערץ 30, 2012 1:35 am

· #3553
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
Espresso
שרגא
דו לויפסט ביז דעם איי-קיו וואס מען שאצט אז איינשטיין האט געהאט? די דורכשניט איז ארום 100.
צו וויסן דארף מען פשוט איין זאך: וועלן וויסן. אמת'דיג וועלן. ואידך פירושא זיל גמור.

הגזמתי צו אילוסטרירען א נקודה.

כ'פארשטיי.
נאר גראדע האט עס בכלל קיין סאך נישט צו טאן מיט איי-קיו. חריפות און בקיאות איז צוויי זאכן, און גראדע בכלליות זאגט מען אז די צוויי גייען נישט אינאיינעם. ווער עס איז א ידען נפלא, איז געווענליך נישט צו טיף אין קיין איין ענין און איז נישט פונעם פילאזאפישן סארט וואס קען זיך גרינטעווען און מפלפל זיין טיפער און טיפער. און ווייס ווערסא. קענסט עס זען בחוש און אויב וועסט אנאליזירן אידישע גאונים וועסטו זיי אויך געווענליך קענען אריינשטעלן אין איינע פון די צוויי, אפילו עס איז אוודאי דא יוצא מן הכלל, אדער איינער וואס איז נישט עפעס אויסערגעווענליך אין קיין איינס נאר עוורידזש אין ביידע.

יידל » פרייטאג מערץ 30, 2012 11:00 am

· #3575
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
געפילטע פיש
שרגא
דו לויפסט ביז דעם איי-קיו וואס מען שאצט אז איינשטיין האט געהאט? די דורכשניט איז ארום 100.
צו וויסן דארף מען פשוט איין זאך: וועלן וויסן. אמת'דיג וועלן. ואידך פירושא זיל גמור.

אז מ'רעדט שוין איז דא אסאך מענטשען מיט אן ענליכן איי קיו וואס האבן נישט דערגרייכט וואס איינשטיין האט דערדרייכט, זעט אויס ס'האט נישט נאר מיט קאפ. למשל קווינטין טארענאינא איז געשאצט אויף 160 באך, מאצארט און ביטהאווען געשאצט 165 בנימין נתניהו 180 (דז'ארדש עיטש דאבעליו בוש 98 ששששש...) ברוך שפינאזע 175 ניוטאן און גאלילעא האבן געהאט סאך העכערע איי קיו ווי איינשטיין (185-190) און זיי האבן נישט אויסשרייבן די רעלאטיוויטעט טעאריע אויף פאפיר אין א קליין אפיס נאר פון אפאר טראכטן עקספערימענטן (thought experiment). איינשטיינס ספעציליטעט איז נישט אז ער איז געווען א Genius.

איך האב אמא געהערט בשם א גרויסן פראפעסאר די פאלגענדע: איינער האט אים געפרעגט צו ער האלט נישט אז כלל ישראל האט פארלוירן א ריזן אוצר ווייל איינשטיין איז נישט געווען פרום (כוונת השואל היה אז אויב וואלט ער געווען פרום וואלט ער אודאי געוויס אויסגעשטיגן א ת"ח עצום). האט אים דער פראפעסאר ערקלערט אז איינשטיין'ס חידוש איז נישט אין שכל הישר און איז אויך נישט אין מחדש זיין חידושים. איינשטיין'ס עיקר כוח ליגט אין זיין יכולת זיך צו קענען גענצליך ארויסנעמען פון די שכל הישר, פון "common sense", און טראכטען פארקערט פון ווא דער שכל זאגט איז מאסגעבנד. איך קען נישט דעם רעלאטיוויטעט טעאריע ממילא האב איך נישט קיין אהנונג וואס דער פראפעסאר מיינט, אבער די וואס קענען דאס יא, פארשטייען אויך אז וואס איינשטיין האט מחדש געווען הייבט נישט אן צו שטימען מיט סברא אבער איז מוכרח לויט הארטע מאטעמאטישע חשבונות.

שרגא » פרייטאג מערץ 30, 2012 12:08 pm

· #3595

קלאר אזוי. ווי קען סתם א מענטש זיך וואגן צו אפילו פרובירן שלעפן דעם מוח אין דעם ריכטונג פון "צייט איז נאר א רעלאטיווע זאך", "פלאץ איז נאר א רעלאטיווע זאך", "ליכטיגקייט איז נישט דוקא נאר א כוואליע, נאר באשטייט פון "שטיקלעך" און אויך אז עס איז די איינציגע זאך וואס האט אייביג איין און די זעלבע ספיד" און נאך אזעלכע ונהפוכ'דיגע, קאפ-ווייטאג'דיגע באגריפן.
פונדעסטוועגן איז קלאר אז ער האט אויך געהאט א קלארן דעת אויף אנדערע זאכן, ווי מ'קען זען ער איז געווען אריינגעטאן אויך אין פאליטיק און זע נאר זיינע פילע שיינע קוואטס.

ידען » מוצ"ש מערץ 31, 2012 10:05 pm

· #3639
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
זייער שיין. איך וויל געבן יעדן א ״לייק״ פאר די שיינע תגובות.

איך מיין אז מ׳קען שוין צוטיילן די תגובות אין א נייע אשכול.

שרגא » מאנטאג אפריל 2, 2012 11:58 pm

· #3854
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ידען
זייער שיין. איך וויל געבן יעדן א ״לייק״ פאר די שיינע תגובות.

תחלית הידיעה שלא נדע

דיין חתימה פון "תחלית הידיעה שלא נדע" האסטו גענומען צו אן עקסטרעם... תכלית קומט אויסגעלייגט מיט א כ', נישט א ח'. האסט אפשר בכוונה געוואלט מקיים זיין דעם ציווי במלוא מובן המילה 😉

ידען » דינסטאג אפריל 3, 2012 12:34 pm

· #3900
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
Lol

א פשוט׳ע טעות, אבער א גוטס...

ידען » דינסטאג אפריל 17, 2012 7:45 pm

· #5071
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שרגא
ידען
זייער שיין. איך וויל געבן יעדן א ״לייק״ פאר די שיינע תגובות.

תחלית הידיעה שלא נדע

דיין חתימה פון "תחלית הידיעה שלא נדע" האסטו גענומען צו אן עקסטרעם... תכלית קומט אויסגעלייגט מיט א כ', נישט א ח'. האסט אפשר בכוונה געוואלט מקיים זיין דעם ציווי במלוא מובן המילה 😉

שוין געטוישט חתימה. וואס זאגסטו צו דעם?

נאר ווען סע נישט גוט גיספעלט באמערקט מען עס? :/

לאדיך אפ » דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm

· #5074
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ידען
שרגא
ידען
זייער שיין. איך וויל געבן יעדן א ״לייק״ פאר די שיינע תגובות.

תחלית הידיעה שלא נדע

דיין חתימה פון "תחלית הידיעה שלא נדע" האסטו גענומען צו אן עקסטרעם... תכלית קומט אויסגעלייגט מיט א כ', נישט א ח'. האסט אפשר בכוונה געוואלט מקיים זיין דעם ציווי במלוא מובן המילה 😉

שוין געטוישט חתימה. וואס זאגסטו צו דעם?

נאר ווען סע נישט גוט גיספעלט באמערקט מען עס? :/

שרגא איזש שוין נישט היער געווען פאר א לאנגע צייט... אפשר שיק אים אין אישי א ביקור חולים קארטל...

ידען » דינסטאג אפריל 17, 2012 8:39 pm

· #5091
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לאדיך אפ
ידען
שרגא
ידען
זייער שיין. איך וויל געבן יעדן א ״לייק״ פאר די שיינע תגובות.

תחלית הידיעה שלא נדע

דיין חתימה פון "תחלית הידיעה שלא נדע" האסטו גענומען צו אן עקסטרעם... תכלית קומט אויסגעלייגט מיט א כ', נישט א ח'. האסט אפשר בכוונה געוואלט מקיים זיין דעם ציווי במלוא מובן המילה 😉

שוין געטוישט חתימה. וואס זאגסטו צו דעם?

נאר ווען סע נישט גוט גיספעלט באמערקט מען עס? :/

שרגא איזש שוין נישט היער געווען פאר א לאנגע צייט... אפשר שיק אים אין אישי א ביקור חולים קארטל...

וועגן דעם האב איך דאך געפרעגט 😉 איך וויל אים צוריקשלעפן

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 17, 2012 11:34 pm

· #5130
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די מדרגה וואס די גליסט איז א נאטור "זכרון"
Nothing you can really do.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:37 am

· #5150
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נולד מאוחר
די מדרגה וואס די גליסט איז א נאטור "זכרון"
Nothing you can really do.

נישטא וואס צו טאן? כ'מיין אז מעקסי העלט האט עפעס דערפאר... אפשר אמעגא 3 אינאיינעם מיט "קאנצעטרעט"?...

שוין היינט דא עפעס אויף אלעמען. משוגע'נע וועלט. גאו פיגאר.

ידען » זונטאג אפריל 29, 2012 7:29 pm

· #8657
Re: וויאזוי ווערט מען א ידען?
א דאנק די מנהלים וואס האבן אפגעטיילט דעם אשכול. איך וועל נאך שפעטער צולייגן אהער וואס איך האב געטראכט, אבער דערווייל זעה איך אז שרגא׳ס תגובה דא קומט אין דעי אשכול.

שרגא » זונטאג אפריל 29, 2012 7:48 pm

· #8670
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שרגא איזש שוין נישט היער געווען פאר א לאנגע צייט... אפשר שיק אים אין אישי א ביקור חולים קארטל...

וועגן דעם האב איך דאך געפרעגט איך וויל אים צוריקשלעפן

זעסט, ס'איז געלונגען... יא, די נייע חתימה איז זייער שיין (נאר למען האמת, ווייס איך נישט צי דאס איז טאקע די אויסדערוועלטע תכלית, אדער ענדערש ווייל עס איז קיין אנדערע אויסוועג סייווי נישטא...

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אפריל 30, 2012 5:35 pm

· #8923
Re: וויאזוי ווערט מען א ידען?
ידען
ווי אזוי ווערט מען א ״ידען״?

איך האב געוואלט מאכן א עקסטערע אשכול פאר די נושא אבער איך מוז מיך האלטן צו מיינע אייגענע ווערטער אז דער אשכול איז פאר קורצע סחורה און אויב ווערט א לענגערע שמועס וועט מען אפטיילן...

איך האב שוין געשריבן אז מיין ניק איז טאקע ״ידען״ אבער עס מיינט נאר ווייל דאס וויל איך ווערן, אבער איך האלט נישט אז איך בין שוין טאקע ווערט צו האבן דעם נאמען.

מיין שאלה ״וואס כ׳וויל וויסן״ איז, ווי קומט מען אן דערצו? ווי אזוי באקומט מען די אלע ידיעות?

איך בין אין דעם פורום שוין זייט אנההייב און דא זענען דא אזעלעכע דא וואס איך שעם מיך צו שטיין מיט זיי אין ווארט, זיי ווייסן א ים פון אינפארמעישאן און איך פייגער צו וויסן אביסל מער.

עני עדווייס?

לייענען אסאך ווייס איך אז ס׳העלפט אבער איך לייען און איך זע דאך אז ס׳העלפט אויף כפרות... אפשר לייען איך נישט די גוטע סחורה?

אלס איינער וואס האט ליב צו וויסן, קען איך נישט זאגן וויאזוי מען ווערט א "ידען". רוב מענטשן "ווייסן" זאכן, יעדער אין זיינע זאכן וועגן וואס איז אים אויסגעקומען צו לייענען/הערן. א ידען איז בפשטות עמיצער וואס ווייסט זאכן וואס רוב מענטשן מיט וועמען ער פארקערט ווייסן נישט. א ש"ס-איד איז נישט קיין ידען אין כולל ש"ס.

די שאלה איז וואס דיין ציל איז: דער טיטל אדער שטילן דעם נייגער? אויב ס'איז דער טיטל, הייב אן לייענען מער איבער די טעמעס וועגן וועלכע מען רעדט אפט ביי די מענטשן צווישן וועמען דו דרייסט זיך. ווען מען רעדט אין שול איבער יענער טעמע, טראכט פון עפעס אן אומבאקאנטן פרט אין יענער נושא, און גיב עס אזא מהיכי-תיתי ווארף-ארויס פון ארבל; זאג עס מיט אזא רואיגער, נישט-עקסטאז טאן; און חידוש זיך דערביי אויפ'ן איבעריגן עולם הלמאי זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא "באקאנטע זאך". אויב דו קענסט די שטיקל אינפארמאציע איבערגעבן מיט אומגעווענליכע, "שווערע" ווערטער, איז געוואלדיג. ווער רעדט נאך אויב דו קענסט זיך דערביי "מוטשען" (ללא הצלחה) מסביר צו זיין דעם טיפן ענין פאר די פשוט'ע מוחות פון די אנוועזנדע - אך, דעמאלט ביזטו פארזיכערט מיט א שטול אויפן אויבנאן פון די ידענים!

אויב אבער ווילסטו שטילן דעם נייגער נאך אינפארמאציע, הייב אן מיט דער טעמע וואס אינטערעסירט דיך צום מערסטנס.

אין אלגעמיין, קען מען כמעט אייביג עפעס קונה זיין פון יעדן און ביי יעדן שמועס. אלץ וואס פעלט זיך אויס איז -- אויסהערן. איך וואלט דיך אויך געראטן נישט צו זוכן אריינצופיטן אינעם טיטל "ידען", ווייל דאס קומט מיט דער ריזיקע פון ווערן געפערליך "שטייף", נישט קענען הערן וואס אנדערע זאגן/דערציילן (אויס מורא אז ס'וועט אריינשטעלן א "דענט" אין דעם ידען-עגא), און ווייניגער געלעגנהייטן אנדערע זאלן דיר דערציילן זאכן (טראכטנדיג אז דו, ידען, האסט שוין זיכער דערפון געהערט!)

ידען » מאנטאג אפריל 30, 2012 6:44 pm

· #8952
Re: וויאזוי ווערט מען א ידען?
יו ביסטו גוט.

כעל דיר זאגן, מענטשן עפ״י רוב האבן ליב gossip און אויב ווייס איך אלע לשה״רס וועל איך זיין א ידען מיט נייעס...

איך בין אבער קראנק, ממש חולה מסוכן צו וויסן אלעס און מיין נייגער האט מיך שוין כמעט אומגעברענגט בלי שום גוזמא, סע ממש out of control, און ווען איך דריי מיך מיט מענטשן וואס שפייען ידיעות מיט knowledge אז איך פאל צאם פון קנאה, די זעלבע איז דא ווען איך דריי מיך דא און זעה אזעלעכע חברה וואס ווייסן פון אלעס (איך וויל נישט פורש בשמם זיין ווייל כאב מורא אפשר וועט זיך דער אויסגעלאזטער פילן געטראפן) און זאג מיר נישט אז google שטייט זיי אין די זייט און זאגט זיי אלעס אויס און דעיס שרייבען זיי...

עמער מסכם זיין, איך וויל די ידיעות פאר מיר ווייל מענטשן רעספעקטן סייווי נישט קיין סאך דעם ידען (מיך פערסענעל רעספעקט מען יא 😉 ) איך וויל נאר סע זאל קלעבן די זאכן אין מיר און איך בין אנגעהויפענט מיט סחורה און מיט encyclopedias אז איך מוז באלד צוקויפן א storage room...

יידל » מאנטאג אפריל 30, 2012 6:57 pm

· #8955
Re: וויאזוי ווערט מען א ידען?
אגב, אן אנציקלאפעדיע איז דירעקט נישט א פלאץ ווי קונה זיין ידיעות, טאקע ווייל דאס ענהאלט אזוי פיל ידיעות אויף כל מיני עינינם אז ווען דו הייבסט אן לייענען די צווייטער ענטרי האסטו שוין לאנג פארגעסן די ערשטע. אן אנציקלאפעדיע איז געשטעלט אויף צוויי זאכן: איבער'חזר'ן וואס מען ווייסט שוין און אלס הקדמה צו וואס מ'וויל וויסן. אויב ווילסטו וויסן עפעס, קויף א בוך וועלכער איז מסביר דעם נושא מיט א גרונטליכקייט און קלארקייט. ווען ביזט פערטיג מיטן בוך, גיי צום נעקסטן נושא - אבער נישט פאר דו ביזט אינגאנצן פערטיג!

שמואל הלוי » זונטאג יולי 15, 2012 8:59 pm

· #24394
נו ידען; ביסט שוין געווארן א ידען?

ידען » זונטאג יולי 15, 2012 10:25 pm

· #24414
שמואל הלוי
נו ידען; ביסט שוין געווארן א ידען?

😕 😐 🙄 🤓 ❓ 😳

סע זעהט דיר אויס אזוי?

Btw

דו ביסט נעלם געווארן דא לעצטענס און שרייבסט סאך ווייניגער, פון ווי זאלעך נעמען ידיעות ווען דו ביסט נישט לעבן מיר? 😐 😮

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 16, 2012 1:19 pm

· #24522
נו אלס 'ידען' ווייסטו דאך זיכער אז נישט אלעמאל ערלויבט די צייט

elter-zeide » מאנטאג יולי 16, 2012 2:23 pm

· #24554
קיין שרייבער בין נישט אין קיין ידן אוודאי נישט אבער א עצה צי זיין א ידן ווייס איך יא, דאס ערשטע! נישט דרייען זוך דא אין שטיבל, העיקר ווי מער יענעם אויס הערן, מכל מלמדי השכלתי זאגט דע משנה, אין מיט דע צייט וועסטי ווערן א ידן, אויב די ווילסט שוין אלעס וויסן וועסטי קייןמאל נישט וויסן,

יידל » מאנטאג יולי 16, 2012 8:02 pm

· #24790
elter-zeide
קיין שרייבער בין נישט אין קיין ידן אוודאי נישט אבער א עצה צי זיין א ידן ווייס איך יא, דאס ערשטע! נישט דרייען זוך דא אין שטיבל, העיקר ווי מער יענעם אויס הערן, מכל מלמדי השכלתי זאגט דע משנה, אין מיט דע צייט וועסטי ווערן א ידן, אויב די ווילסט שוין אלעס וויסן וועסטי קייןמאל נישט וויסן,

דאס ערשטע דארף מען וויסן די ריכטיגע אויסלייג פונעם ווארן ידען.
שלום עליכם רבי עלטער זיידע!

ידען » מאנטאג יולי 16, 2012 8:56 pm

· #24810
elter-zeide
קיין שרייבער בין נישט אין קיין ידן אוודאי נישט אבער א עצה צי זיין א ידן ווייס איך יא, דאס ערשטע! נישט דרייען זוך דא אין שטיבל, העיקר ווי מער יענעם אויס הערן, מכל מלמדי השכלתי זאגט דע משנה, אין מיט דע צייט וועסטי ווערן א ידן, אויב די ווילסט שוין אלעס וויסן וועסטי קייןמאל נישט וויסן,

זעהט מיר אויס ווי א סתירה. דא אין שטיבל הערט מען דאך אויס יעדן.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 27, 2012 11:26 am

· #29224
תכונות הנפש וואס פעלט אויס צו זיין א א ידען
שמואל הלוי
ליינען אליין איז נישט גענוג, ס'פעלט זיך אויס נאך צוויי הויפט יסודות, און דאס זענען: 1) האבן א שטארקע תשוקה און דורשט צו וויסן און פארשטיין 2) זיך גוט איינקריצן אין קאפ די זאכן וואס מען ליינט.

איך האלט אז ס'פעלט אויס צו זיין א שטיקל חקרן אויך. למשל. איך האב אייביג געוואלט וויסן פארוואס ווען אינער מאכט נערוועז א צווייטן אדער דרייט סתם א קאפ זאגט מען אים ":האק נישט אין טשייניק" . מילא. האק נישט אין קאפ פארשטיי איך. אבער ווי קומט א קאפ צו א טשייניק. נאר לפענ"ד שטאמט דאס פון רוסלאנד. איך האב ערגעץ געליינט אז אין רוסלאנד איז פארהאן א מנהג קדמונים, זיכער נאך פון צאר'ס צייטן, אז די שטאט געבט הייס וואסער אומזיסט. נאר יעדער דארף ברענגען זייער אייגענעם טשייניק.האט זיך געמאכט עטליכע מאהל וואס ס'איז געווען א לאנגע ליין. איין מענטש איז, פארשטענדליך געווארן "באורד" האט ער גענומען האקן אין טשייניק פאר לאנגווייליגקייט. האט איהם זיין שכן געזאגט "הער אויף צו האקן אין טשייניק" 😂

גאלד » פרייטאג יולי 27, 2012 2:57 pm

· #29325
איך האב שוין זייער אסאך געטראכט פון דעם "ווערן א ידען",

איך בין געקומען צו די פאלגענדע 2 החלטות,

1. מ'מוז געבוירן ווערן מיט די טאלאנט פון האבן א גוטן זכרון, איך האב שוין ריזיינט צו דעם מציאות אז דער אייבישטער האט מיך נישט געשאנקען מיט די בעסטע זכרון ממילא וועל איך לכאורה קיין גרויסער ידען קיינמאל זיין, נישט קשה

2. מ'מוז האבן א שטארקע אינטערעסע אין די זאכן וואס די ווילסט געדענקן, א זאך וואס די טרעפסט נישט אינטערסאנט, ווערט פארגעסן זייער שנעל, ווייל ס'קומט נישט נאכאמאל ארויף אויפן זכרון,