☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ענגלישע שרייבער אין שטיבעל

ענגלישע שרייבער אין שטיבעל

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5079

אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:29 am

· #159586
ענגלישע שרייבער אין שטיבעל
שוין צענדליגע מאל וואס איך האב מיך אנגעשטויסען אין תגובות געשריבען אויף די ענגלישע שפראך דא אין שטיבעל. איינער פארשטייט וואס ליגט אונטער דעם? די שרייבער פון די ענגלישע מאמרים און תגובות זענען דאך זיכער פליסיג אין דעם אידישען שפראך, והא ראיה אז זיי ליינען און קאמאנטירן אויף אידיש געשריבענע אשכולות. וואס אויב אזוי נייגט זיי צו שרייבען אויף ענגליש אין די צייט וואס ניינטי ניין פוינט ניין פראצענט פון די ניקס זענען מעדיף אידיש?
אויב איז דער תירוץ אז סקומט זיי סך הכל אן גרינגער צו שרייבען אויף ענגליש, וואס איז די סיבה אז האבן אויך געווענליך ענגלישע ניקס? איז דאס אויך צו שווער צו שרייבן איין ווארט (אדער צוויי) אין אידיש?
אויב קענט איר מיר מסביר זיין (בעיקר טאקע עטס ענגליש שרייבענדע ציבור), וואלט איך עס שטארק מכיר טובה געוועהן.

בערל_פרוכטבייסער » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:43 am

· #159588
לכאורה ווען מען שרייבט פונ'עם סעלפאון (שא' שריי נישט, מ'רעדט פון א געפילטער'טן) איז גרינגער אויף ענגליש

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 8:45 am

· #159599
מן הסתם קומען זיי פון אמעריקע.

gergele » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 8:52 am

· #159601
Then please EXPLAIN HOW to get my computer to type YIDDISH.......Thanx

נאה דורש » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:29 am

· #159649
I have just written 2 new posts in hebrew on my computer and to honest with you it took me 3 times as long as it would of taken if I would of written it in English and here is why

I used to type much faster Hebrew but since I started to work and all the emails and communications are in English I lost it and it takes me much longer to type something up in Hebrew. also since I speak a lot of English actually at my work I only speak English and only write English I have a better way to express what I want using English when I write, but when I speak Its still easier for me to talk in Yiddish but writing is not the same as speaking

and that is the main reason why I almost never write here because I know that it does not have the same feel to read something in English in the middle of a discussion when the whole discussion is on Yiddish even I don't like it so that's why I am holding back of writing but I hope that one day I will start writing more in Yiddish so I will be able to take part in the discussions

but as far as the nik goes that is something that even I couldn't figure why some use English lettering for it

נאה דורש » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:34 am

· #159650
gergele
Then please EXPLAIN HOW to get my computer to type YIDDISH.......Thanx



1) go to the control panel
2) choose Clock Language and Region
3) choose region and Language
4) keyboards and languages
5) change Language
6) add
7) find Hebrew
8) then click on keyboard and check the box
then ok then make sure you click apply

יאיר » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:37 am

· #159653
קאווע טרינקער
מן הסתם קומען זיי פון אמעריקע.

וואו אין אמעריקע רעדט מען דער סארט דיאלעקט וואס די שרייבערס דא נוצן?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:39 pm

· #159708
אטטענשן ר' נאה דורש וכל מאן דבעי למידע: איך קען ב"ה אויסדרוקן געדאנקען (עקספרעסס איידיעס, בלע"ז) סיי אין אידיש, סיי אין ענגליש אן קיין ספעציעלע שוועריגקייט. נאר דער עיקר טעם פארוואס איך האב אריגינעל ארויסגעשריבן מיין צונאמען (ניק, בלע"ז) מיט ענגלישע בוכשטאבן (געדענק מיר זענען נישט קיין אנאלפאבעטן) האט צו טוען מיט'ן אופן וויאזוי כ'האב מיך באגעגנט מיט דעם קאווע שטיבל. ס'איז געווען אויף א ספאנטאנעם אופן. איך האב שוין געהערט איבער דעם וואונדערליכן וועבסייט וואס הייסט קאווע שטיבל פאר א לאנגע צייט. נאר איין טאג, בלעטערנדיג אויף א געוויסן אידישן בלאג, האב איך פלוצלינג געזעהן דעם לאגא פון קאווע שטיבל.איך האב אומר ועושה באשלאסן זיך איינצושרייבן דא אין ק"ש. און אין די קורצע צייט האב איך נישט אוספייעט (באוויזן) צו רעסעטן מיין קאמפיוטער אויף אידישע אותיות. נאך א טעם (ווער ס'איז נאך נישט באארד) איז ווייל אין יענע תקופה האב איך צומאל געהאט צוטריט צו א קאמפיוטער וואס האט נאר געקענט שרייבן ענגליש. 😎 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:46 pm

· #159712
נאה דורש
gergele
Then please EXPLAIN HOW to get my computer to type YIDDISH.......Thanx



1) go to the control panel
2) choose Clock Language and Region
3) choose region and Language
4) keyboards and languages
5) change Language
6) add
7) find Hebrew
8) then click on keyboard and check the box
then ok then make sure you click apply

דאס איז נישט אייביג א כלל. ווייל א סאך קאמפיוטערס זענען בכוונה באגרעניצט צו קענען שרייבן נאר אין ענגליש. צוליב די "רייכע" מעמארי וואס דאס פארלאנגט. "ריטש טעקסט" און דער דעסקטאפ איז שוין אנגעקומען צו דעם עק פון זיינע זיכרון מעגליכקייטן.

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:02 pm

· #159717
איין שטארקע סיבה איז מסתם, ווייל אלע קאמפיוטערס קומען דאך מעיקרא נאר מיט אן ענגלישע קיבארד, און אסאך מענטשן נוצן דעם קאמפיוטער נאר צו שרייבן און קאמוניקירן אין ענגליש, מילא קויפט נישט יעדער די יודישע סטיקערס פארן קיבארד.

gergele » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:56 pm

· #159734
Nueh Doresh.....
Koidem a Groysen Shkoach.......& will try later...

הוגה » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:36 pm

· #159743
מען קען אויך טייפען דורך א virtual Hebrew keyboard. גוגל עס.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:17 pm

· #159757
בערל_פרוכטבייסער
לכאורה ווען מען שרייבט פונ'עם סעלפאון (שא' שריי נישט, מ'רעדט פון א געפילטער'טן) איז גרינגער אויף ענגליש

שלום עליכם ר' בערל פרוכטבייסער. איר זענט אפשר א קרוב מיט בערל בעל עגלה?! 😂

zurich » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:38 pm

· #159807
דעיס אז די ניק איז אין ענגליש איז זייער פשוט, מען טרעפט קאווע שטיבל אין מ'מאכט א ניק רוב קאמפיוטערס אין סעלל פאנס איז איינגעשטעלט אין ענגליש מען דארף מאכן א 'פעולה' עס צו טשעינדזען צו יודיש פארשטייסט?

אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:02 pm

· #159811
ניין איך פארשטיי נישט. ווי איך קלער טוען רוב מענטשן עטוואס אריין טראכטן איידער זיי געבן זיך א ניק, און נישט "מען טרעפט קאווע שטיבעל און מ'מאכט א ניק". (יתכן אז דו פארשטייסט דאס נישט ווייל zurich איז טאקע א זינלאזע ניק, ואתך הסליחה.)

בערל_פרוכטבייסער » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:47 pm

· #159819
berlbalaguleh
בערל_פרוכטבייסער

שלום עליכם ר' בערל פרוכטבייסער. איר זענט אפשר א קרוב מיט בערל בעל עגלה?! 😂


א ברודער אבער דער פאטער אונזערע האט איבערגעלאזט געלט... ואידך פירושא זיל גיימער
ווי אר נאט אין טאלקינג טורעמס

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 2:53 am

· #159832
אפטעמיסט
ניין איך פארשטיי נישט. ווי איך קלער טוען רוב מענטשן עטוואס אריין טראכטן איידער זיי געבן זיך א ניק, און נישט "מען טרעפט קאווע שטיבעל און מ'מאכט א ניק". (יתכן אז דו פארשטייסט דאס נישט ווייל zurich איז טאקע א זינלאזע ניק, ואתך הסליחה.)

וואס עפעס א נאמען איז די בעסטע ניק!

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 10:55 am

· #159848
נישט יעדער כאפט אז ZURICH מיינט זרח. עס הערט זיך ענדערש ווי ציריך (שווייץ)

בן-זומא » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:28 pm

· #159899
firstaf all, some one who cant write english dosnt have any right to use the languge because its not making cents and it makes poeple annoyt!

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:29 pm

· #159900
CENTS!!!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:54 pm

· #159908
בן-זומא
firstaf all, some one who cant write english dosnt have any right to use the languge because its not making cents and it makes poeple annoyt!

בן ז. . כ'ווייס נישט צו ס'איז געווען בכוונה. אבער ס'גוט אראפגעלייגט.... 😂

אפטעמיסט » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 7:14 pm

· #159975
שמעקעדיג
נישט יעדער כאפט אז ZURICH מיינט זרח. עס הערט זיך ענדערש ווי ציריך (שווייץ)

אה. כהאב טאקע געמיינט אז עס מיינט ציריך. איים סארי זרח.

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 7:45 pm

· #159981
איך אויך.

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 6:55 pm

· #160506
אינטרעסאנט אז וואו מען דרייט זיך נאר דא אין שטיבעל שטויסט מען זיך אן אין די ענגליש געשריבענע ארטיקלעך, תגובות און ניקס, אבער ווען מען נעמט זיי אפיר פארוואס און פארווען, ווערן זיי פארשווינדען ווי אין וואסער אריין.

דעת תורה » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 11:07 pm

· #160592
אפטעמיסט, אז דו האסט יא געטראכט פארן מאכן דיין ניק, דאן פארוואס נישט אפטימיסט מיט א י'?

smart man » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 4:47 pm

· #160731
הוגה
מען קען אויך טייפען דורך א virtual Hebrew keyboard. גוגל עס.

יישר כח פאר די עצה