אזוי ווי כ'פלאן אפשער צי ווערען א רבי, ווילעך קודם זעהן מי ומי ההולכים,
די פלאן איז צי זיין א רביסטווע ציגעפאסט צים דור, אין אריינלייגען אין די יונגווארג תורה מיט יראת שמים מיט געשמאק אין ליבליכקייט,
די רעביסטווע וועט ווערען געפירט אויף א אופן פין היימישקייט אין ברודערליכקייט, נישט מיט קיין דיקטאטורשאפט, און אוואדאי נישט קיין קולט,
די ציל וועט זיין צי אויפשטעלען ערליכע יונגעלייט אין בעלי בתים, צי גאט אין צי לייט, סיי ברחניות אין סיי בגשמיות,
דערווייל ווערט אנגענומען נאר א באגרעניצטע צאל חסידים אין תלמידים, אין לויט די הצלחה וועט מען זעהן וויזוי צי גיין ווייטער,
די פלאן אין צי אויפשטעלען קליינע שטיבלעך אויף די לענג אין די ברייט פין אמעריקע, צי דרייסיג פערציג אינגעלייט פער שטיבל, זאל אפילו זיין צען שטיבלעך אין א שטאט, זאל עס אבער זיין קליינע שטיבלעך,
יעדע שטיבל וועט זיך פיהרען לויט די גייסט פין די דארטיגע אינגעלייט, אין נישט אז איין שטיבעל וועט זיין א קאפי פינעם צווייטען,
אין א אטמאטפער פין א קליינע שטיבל וועט קענען בעסער ארויס קומען די כשרונות פין די אינגעלייט,
די בחורים וועלען אויך לערנען אין די שטיבלעך, אין ס'וועט נישט זיין קיין ישיבות,
עקסטער וועט מען זיך אפגעבען צי לערנען א אומנות מיטען יונגען דור יעדער לויט זיינע טאלאנטען, כדי זיי זאלען גרינגער קענען ציקומען צי א פרנסה קלה ונקיה,
די ציגאנג צי די חינוך פין די מיידלעך איז דערווייל נאך נישט באשטימט,
ווער ס'איז אינטערעסירט זיך צי איינשרייבען אין די נייע קהלה קען עס טוהן דא אין דעם אשכול,
האבן א רבי איז זייער א געשמאקע זאך, די רבי שטעלט צו כשר׳ע פרייע ענטעטעמעינט במשך דעם יאר, ער שטעלט צי אומזינסטע סערוויסעס, און ביי א טייל פלעצער באקימען געלט עס מיטצוהאלטען, עס איז ממש בל תשחית עס נישט צו האבן.
- ס'איז געפאלען די החלטה אז ס'וועט נישט זיין קיין רבי, נאר די בני הקהלה וועלען אויפנעמען א רב דורך וואלען, ווי דער קאנדידאט מיז געווינען לכה"פ 75% פין די שטימען,
- דער זוהן פינעם רב קען קיינמאל נישט לויפען אין קומענדע וואלען כדי צי פארמיידען "רעביסטווע",
- מיט א פעטיציע אינטערגעשריבען פין 25% פין קהילה מעמבער'ס, קען מען פאררופען וואלען צי מעביר זיין דעם רב, טאמער 50% שטימען צי מעביר זיין, ווערט דער רב ארויס געשטעלט פין זיין שטעלע, אין עס ווערט פאריפען פרישע וואלען,
- די נכסי הקהילה ווערען קיינמאל נישט פארשריבען אויפען נאמען פינעם רב,
- די עסקנים טוען איצט באטראכטען צי ניצען דעם נאמען "קהילת ישרי לב"
- אזוי אויך וועט זיין וואלען פאר ראשי קהילה אין טובי הקהל, דעטאלען דארפען נאך אויסגעארבעט ווערען,

ביסט אויך קראנק אויף די סאטמארע קרענק הנקרא 'יעדע גוטע מעשה דארף מען ארויפשמירן אויפן רבין סינדראם' ? ובכן די מעשה איז געווען ביים בית ישראל מגור (וואס אויף עם האט מען אויך גענוג מעשיות ארויפגעשמירט) וואס האט עם געזאגט כדרכו קורץ און שארף "יעצט דארף ער קומען אין חלום צו די חסידים".

איך האב מורא דו האסט די..קרענק הנקרא 'יעדע גוטע מעשה דארף מען ארויפלייגן אויפן בית ישראל' 😂 די מעשה איז געוועין ביי ר' פנחס עפשטיין זצ"ל.

די מעשה איז געווען נישט מיט'ן בית ישראל און נישט מיט'ן.סאטמאר רב, די מעשה איז געווען מיט'ן בית.הלוי, עי' בספר משלחנו של בית הלוי, עה''ת
ס'קוקט דיר אויס פון מיין פריעדיגע תגובות אז כ'האב דו סינדראם? אפשר גאר מיטן קלויזענבורגער צי ר' חיים מאיר'ל פון וויזניץ? אגב, האסט אפשר א רפואה פאר מיין מחלה? אזוי צו פארפארען א אשכול.
צירוק צום נושא, און וועלעכע שטעיטל וועט דער קהילה מופען?