☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פשט אין הפקרות

פשט אין הפקרות

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5076

הערשל » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:53 pm

· #159408
פשט אין הפקרות
יעצט געהערט אז מען האט ארעסטירט א מאמע פארן איבערלאזן א קינד אן אויפזיכט.

איך האב נישט מער פרטים דערווייל און וואס איך ווייס יא, וויל איך נישט שרייבן ווייל מיין ציל איז נישט צו פארשעמען אט די ספעציפישער מוטער, נאר פרעגן בכלליות, וואס איז פשט פון דעם וואס מען לאזט אפט איבער די קינדער ממש הפקר.

ווער עס וויל מיט מיר ארומשפאצירן אין די היימישע געגנטער, וועל איך ווייזן וויפיל קינדער זענען אין די קערידזשעס אויף מער ווי גענוג צייט אז א קינדער כאפער זאל דערמיט אוועקשפאצירן.

פארלאזט מען זיך אויף די קאמעראס וואס זענען כמעט נישט דא אין די היימישע געגנט?

פארלאזט מען זיך אז א שכן וואס וועט דאס זען, וועט נישט צולאזן דאס כאפעניש?

און ווען די אינסטאנצן וועלן דערפון קעיר נעמען וועלן זיי אנגערופן ווערן מיט די מיאוס'טע נעמען און אידן פיינט.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:18 pm

· #159429
דאס אז די אינסטאנצן טרייבן איבער דארף מען נישט מסביר זיין, ווייל צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין. פאר יעדע שניט אין שפיטאל זענען די געטרייע "טשיילד עביוז" אגענטן עלול צו דערגיין איינעם די יארן.

קיין איין קינד ווערט נישט געמאניטערד 24/7,
אפשר זאגסטו אויך, האט די נארוואס ערמארדעטע פרוי (וואס איז דערשטאכן דעווארן מיט אירע 4 שרצים) אויך מקיים געווען טשיילד עביוז? נאך אלעם זעהסטו דאך אז זיי זענען נישט געווען פראטעקטעד פון אזא מערדער ימ"ש,
אז דו לאזט דיין בחור'ל גיין אליין צו מעריב ביינאכט לאזטו אים אויך פריי צו א קידנעפער. וואו איז דיין שכל?

מען קען נישט - און מען דארף נישט - האלטן א אויג אויף א קינד 24/7. קיינער (כמעט) לאזט נישט סתם א קינד אין א קערידזש אינדרויסן, נאר אויב זענען פאראן 20 פרויען אין די געגנט פונעם געשעפט פארלאזט מען זיך איינער אויפן צווייטן אז מען האלט א פארזיכטיג אויג אז גארנישט בייז זאל פאסירן, און אז מען איז 'צווישן אידן'.

די אינסטאנצן זאלן זיך ביטע זארגן פאר שווערערע פראבלעמען וואס פלאגט די גאנצע קאמיוניטי (איך האב א לאנגע ליסטע), ווען זיי זענען פארטיג וועל איך זיי געבן וואס נאך צו טוהן,
זיי זאלן פליז נישט זוכן פון אונטער דער ערד קיין איבריגע פראבלעמען וואס "קען אפשר געשעהן", און אויב יא, וועל איך זיי יא אנרופן מיט מיאוס'ע נעמען, ווייל ס'איז אבוויעס אז זיי מיינען נישט לשם שמים, נאר סתם פאר שלעכטיגקייט.

פאריז » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:23 pm

· #159434
@שמעקעדיג די מאכסט זיך אומוויסענד אדער די ווייסט טאקע נישט?
קום מיט מיר אויף א שפאציר אין ווילי, איינער וועט דרייווען דער צווייטער וועט כאפען קינדער, מען קענן האבן אין א שעה צענדליגער קינדער פון קערידעשס אינדרויסן פון די געשעפטן, עס איז אבסורד ווי לייכטזיניג דער עולם גייט זיך אום מיט די אייגענע קינדער.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:29 pm

· #159442
יא, האסט מיר געכאפט: איך מאך מיך..

פאר דיין אינפארמאציע, דאס האט גארנישט מיט הפקירות. קען זיין עס איז ראנג, אבער אזוי זענען די נשים צוגעוואוינט. מען שפירט זיך זיכער אין די היימישע גאסן, כמעט ווי אינדערהיים, פונקט ווי די טאטעס לאזן די קינדער ארומבארדען אין ביהמ"ד ביים ליינען אן אויפזיכט.

עס זאל זיך נישט מאכן ח"ו, אבער אויב זאל מען הערן איין (!) מעשה אז מען האט פארכאפט א קינד אין ווילי ל"ע, וועסטו זעהן ווי די מאמעס וועלן אכטונג געבן מהיום והלאה אויף זייערע קינדער ווי דאס שווארצאפל פון אויג.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 4:11 pm

· #159452
א בארא פארקער גוי, שרייבט אויף פעיסבוק:

Yesterday i was on 44th street & Fort Hamilton Parkway waiting for my child to come out from school, only to witness a 3YR. old riding her tricycle up & down 44th street, When i saw that i looked up the street to see if the parents were outside but i saw NO PARENTS IN SIGHT.THE CHILD WAS UP & DOWN THE BUSY STREET BY HERSELF FOR MORE THAN 20MINS!!! AND YES IT WAS A JEWISH CHILD! BEING A MOTHER I DON'T UNDERSTAND HOW THEY COULD LET THEIR CHILD BE OUTSIDE ALONE, ESPECIALLY A 3YR. OLD.

די קאמענטס:

Agata Dlugosz-Mularczyk You are totally right, Sarah. I think we will never understand their way of thinking and acting. If that would be one of our kids, Im sure there would be like 3 police cars and we would be in the news.
September 19 at 10:39am via mobile · Like · 1

Pamela N Julian Deych As always, I agree with you and your wisdom. Not sure who could let their precious child (especially little ones) out of their sights in this crazy, crazy world. It really hurts me to see this behavior on a daily basis!
September 19 at 7:22pm · Like · 1

Moshele Feldman next time you should call the police. crazy mother!
September 23 at 10:27pm · Edited · Like

Agata Dlugosz-Mularczyk Eli Katz, Sarah wrote what she saw. She is totally right because who really let their kids walk alone or babysit each other. Instead of blaming her for writing the truth open your eyes wide and look around. Its for the safety of the kids !!!!! I agree with you Sarah 1,000 percent !!!! I'm sure they are more people who will agree with her, me and Pamela posts
September 24 at 11:06am via mobile · Like

Agata Dlugosz-Mularczyk Her, mine and Pamela posts..
September 24 at 11:12am via mobile · Like · 2

Sarah Santana Mohammed Agata i block him after he said i was racist! is something we see everyday by these people even when kids are on the school buses, they don't sit down in their seats, their heads and arms are always out the windows. SO MR.KATZ COULD SAY WHAT HE WANTS. I DON'T CARE WHAT HE HAVE TO SAY!!! WHEN I SEE SOMETHING I SAY SOMETHING!! ESPECIALLY IF IT PROTECTS OUR KIDS AND KEEP THEM SAFE!!
September 24 at 7:18pm · Edited · Like · 2

Agata Dlugosz-Mularczyk Good !!!!!
September 24 at 12:55pm via mobile · Like

Pamela N Julian Deych FYI- Eli Katz. I am jewish. I am not offended by Sarah's remarks and am sorry you took such offense. You should certainly NEVER assume someone is racist just because they pointed out someone's religion or culture . Sarah, is the least racist person I know. I concur with her observation-- there are many jewish families in this neighborhood who allow their children to play unsupervised-- not all, of course. Some of the jewish mothers I know are so young and naive and I constantly remind them and support them to be safe for the best interest of their child.
September 24 at 6:59pm · Like · 3

Sarah Santana Mohammed Thank you so very much Agata & Mrs.Pamela!
September 24 at 7:15pm · Like · 2

Hickey Loretta OMG ---WHY DID U NOT GO TO THEEE MOTHER ---I KNOW I WOULD HAVE -- DONT MENTION IT IF YOU DID NOT DO ANYTHING ABOUT ---I KNOW IT IS NOT YOUR CHILD ---BUT WOULD YOU HAVE FELT HORRIBLE IF SOMETHING HAPPEN ---3YRS OL OMG
October 10 at 9:38am · Like

Sarah Santana Mohammed I have to mention it BECAUSE there was NO ONE OUTSIDE! I was looking to see where the mother was! And I was waiting for my child to come out from school!!
October 10 at 10:03am · Like · 1

Jana Schutz next time call the cops, I am sure they will resolve it.
October 10 at 10:28am · Like

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 4:34 pm

· #159456
דאס וואזט בלויז אז א גוי וועט קיינמאל נישט פארשטיין א איד , דער גוי איז זייער פארזיכטיג ווייל ער ווייסט זייער גיט וואס א צווייטער גוי אז עלול צו טין זיי זענען דאך אלע ברודער. אבער א איד איז פשוט נישט פארזיכטיג ווייל א איד'ס מח איז איידל און קען נישט טראכטן אז איינער זאל טין שלעכטס. דאס מיינט נישט אז איך בארעכטיג דע אידישע מאמע, ס'נאר גיט ארויסצופוינטן דעם ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי לעם סגולה, פון די פריערדערמאנטע תגובה שטאארט דאס אזוי שיין ארויס!

smart man » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 5:15 pm

· #159465
Another point for our large familys
The issue is a big problem. From one side we are obligated to have as many kids that is possible (the only heter for bc is mental issues, no ruv will take in consideration the hefkeiris of our children). In our days 70% of heimish mothers are working at least part time. She has to run the house, work, wellcome all tired kids home from school, and keep her eyes on all 8-14 children 'ma yaase haben shloi yechto', its impossible.

From the other side we are very carefull whats going on. every kid is different, and in normal situations the mother will make sure that her child is matture and responsible enough, to let him/her ride on 'their' block without constant supervision.
This does not justify such behaivier, rather we have to understand in what dire matzav the yidisher mother is in.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 5:35 pm

· #159477
פאריז
@שמעקעדיג די מאכסט זיך אומוויסענד אדער די ווייסט טאקע נישט?
קום מיט מיר אויף א שפאציר אין ווילי, איינער וועט דרייווען דער צווייטער וועט כאפען קינדער, מען קענן האבן אין א שעה צענדליגער קינדער פון קערידעשס אינדרויסן פון די געשעפטן, עס איז אבסורד ווי לייכטזיניג דער עולם גייט זיך אום מיט די אייגענע קינדער.

וואס זאלן די מאמעס (און טאטעס) טון אז ס'שטייט ביי אלע געשעפטן אנגעשריבן מיט קידוש לבנה אותיות "נאו קערידזשעס" ?! 🙄 😈

פאריז » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 6:25 pm

· #159501
זיי זאלען נישט אריינוואקען אין אזא געשעפט אפילו ווען זיי האבן נישט קיין קערידש, זיין קאמפעטישען לאזט יא אריין קערידעשעס...

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 6:33 pm

· #159507
דער ענין איז שוין געווארן אויסגעדראשן אין "דער איד". די פיצעלע סטארס האבן נישט קיין ברירה.

שמו יגער » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:56 pm

· #159535
דער (פינטעל) איד
דאס וואזט בלויז אז א גוי וועט קיינמאל נישט פארשטיין א איד , דער גוי איז זייער פארזיכטיג ווייל ער ווייסט זייער גיט וואס א צווייטער גוי אז עלול צו טין זיי זענען דאך אלע ברודער. אבער א איד איז פשוט נישט פארזיכטיג ווייל א איד'ס מח איז איידל און קען נישט טראכטן אז איינער זאל טין שלעכטס. דאס מיינט נישט אז איך בארעכטיג דע אידישע מאמע, ס'נאר גיט ארויסצופוינטן דעם ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי לעם סגולה, פון די פריערדערמאנטע תגובה שטאארט דאס אזוי שיין ארויס!

פינטעל רעדט צום פינטל אבער מען מעג אויך אנהייבין א שטיקעל קאמפיין ביי אונזער עולם צו זיין אביסל מער וואכזאם אויף אונזערע טייערסטע וואס מיר פארמאגן אונזערע קינדער
דער זאגט אז צווישן 20 פרויען איז גוט אין פיין, דער זאגט אז ארויף אין אראפ די בלאק מיט'ן בייק איז נישט קיין פראבלעם
נא, מסכים אבער עס זענען דאך דא גענוג היימישע וואס גייען א טריט ווייטער אין נעמען דאס ווי נאטורלעך "עה......מיין משה'לה ס'וועט גאאאאאארנישט געשען מיר זענען דאך דא ממש אין הארץ פון וויליאמסבורג" ועל זה אנו בוכין ווען עפעס פאסירט ל"ע
נאכאמאל די אינסטאנצין גייען טאקע עקסטרעם אין זאלן זיך טרעפן בעסער וואס צו טוהן אבער אונזערע זאלן אויך זיין אביסל נער פארזיכטיג
ניין???

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:47 pm

· #160773
איך בין אין שאק פוןדילעצטע בילד!!!!!!!!!!
עכ"פ ווי איז אביסעלע שכל????????????
אן עקל דאס אראפגעבנדנקייט

יואליש » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:48 pm

· #160775
מיט א קינדער-געבענטשטע משפחה, מאכט זיך אמאל אז מ'לאזט איבער לקט, שכחה און פיאה. פאלט א בינטל אראפ אמאל פון וואגן, נו איז וואס? דאס הפקירות איז כאפן א בילד אנשטאט אויפהייבן דאס קינד.

היימישער ליטוואק » מאנטאג נאוועמבער 4, 2013 7:54 pm

· #160777
יואליש
מיט א קינדער-געבענטשטע משפחה, מאכט זיך אמאל אז מ'לאזט איבער לקט, שכחה און פיאה. פאלט א בינטל אראפ אמאל פון וואגן, נו איז וואס? דאס הפקירות איז כאפן א בילד אנשטאט אויפהייבן דאס קינד.

דאס טיפשות איז כאפן א בילד אנשטאט כאפן דאס קינד...

George » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 12:39 am

· #160836
דאס לעצטע בילד זאגט מיר נישט עפעס ספעציעל, די מאמע האט לכאורה אראפ געלייגט דאס קינד עפעס צו נעמען/איבערנעמען/איבערגעבן האט איינער שנעל געכאפט א בילד ווי דער סדר איז היינט מיט די בילדעד כידוע

פאריז » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 12:41 am

· #160837
גראדע זאגט עס יא, אבער נישט אויף די מאמע נאר אויף די וואס פארשפרייטען עס און קאמענטירען קעגן א ערליכע בת ישראל.

נולד מאוחר » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 1:06 am

· #160842
דאס בילד ווייזט נישט אויף אומאחריות ענדירשט אויף פאני.
וואס איז שעדליך אויב די מאמע איז עומד על גביו?

דייטל » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 1:42 am

· #160843
נולד מאוחר
דאס בילד ווייזט נישט אויף אומאחריות ענדירשט אויף פאני.
וואס איז שעדליך אויב די מאמע איז עומד על גביו?

או יאמר, עס ווייזט אויף די גרויסע רחמנות פון די מאמעס אז זיי קענען זיך קוים באכלעפטשען... לאמיר נישט אריינגיין דערין ווייל מ'דארף מופן צו די אשכול וואס ברענגט טרערן. נישט אומזיסט זאגט מען שלא עשני ..

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 2:04 am

· #160848
זי האט נישט געוואלט איבערלאזן ס'קינד אינדרויסן אין א קערידזש אזוי ווי מ'האט דא אויפגעפאדערט. יעצט האט זי נישט געהאט ווי צו לייגן דאס קינד בשעת'ן אויספאקן די זאכן האט זי דאס קינד געלייגט אויף דער ערד. אינדערהיים ליגט דאס קינד אגאנצן טאג אויף דער ערד. מה כל הרעש?

כ'קלער אז די געשעפט האט ארויסגעגעבן דאס בילד פון די קעמערע'ס, ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס אז א פארבייגייער מיט א סעלפאן זאל פונקט האבן בילדער פון צוויי ענגעלס.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:17 am

· #160853
דארף מען טאקע פארמעקן דעם בילד. אדער כאטש פארטושן דאס פנים. דער עולם איז מסכים?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:18 am

· #160854
יואליש
מיט א קינדער-געבענטשטע משפחה, מאכט זיך אמאל אז מ'לאזט איבער לקט, שכחה און פאה

😂

קינות גירושין » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:35 am

· #160858
מנהלים פארדעקט איר פנים

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:45 am

· #160859
אין אייראפא איז דאס נארמאל.

<a class="postlink" href="http://joannagoddard.blogspot.com/2011/09/motherhood-mondays-prams-in-denmark.html">http://joannagoddard.blogspot.com/2011/ ... nmark.html</a>

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:49 am

· #160862
בערל_פרוכטבייסער
איך בין אין שאק פוןדילעצטע בילד!!!!!!!!!!
עכ"פ ווי איז אביסעלע שכל????????????
אן עקל דאס אראפגעבנדנקייט


אפחד א שרעק, די פרוי האט געהאלטען מיט מסירת נפש איר קינד ביים גיין שאפינג, און ווען זי האט געוואלט אריינפאקען זאכען אין די וואגען האט זי אראפגעלייגט די קינד פאר אפאר סקונדעס. וזה הוא

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:55 am

· #160864
א ביטער געלעכטער ווען הארצלאזיגע פארלאגן הארציגקייט....
איך זעה גארנישט ראנג אין דעם בילד, חוץ אז א חיה בצורת אדם וואס חרידזם איז כצנינים בעיניו -האט געטראפן א מקום זיך אפצורעכנען מיטן שמוציגן פאלק ישראל.
וויאזוי האט נאר איינער געשריבען: א עקל דאס אראפגעבינדקייט, יא יא, דאס איז וואס עס באדערט דיר, איך ווייס, אבער האב שכל בהאלט דאס כאטש.
יעצט זענען די אויפגעקלערטע מכובד מיר אראפצורייסן...

פאריז » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 9:26 am

· #160868
שמעקעדיג
דארף מען טאקע פארמעקן דעם בילד. אדער כאטש פארטושן דאס פנים. דער עולם איז מסכים?


איך האלט אז מען זאל מאכען וואלען דערויף.

אזוי צו פארשעמען א בת ישראל.

גנדי » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 9:29 am

· #160870
העי. קאלם דאון...

איך מיין ער האט געמיינט אן עקל די אראפגעבונדענקייט פון די בעבי.

די מאמע בינדט אראפ די בעבי. כדי די בעבי זאל נישט ווערן פארקילט. אבער זי לייגט איר אויף דער ערד ווי זי קען ווערן צוטרעטען.

כתר מלכות » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 9:35 am

· #160872
גנדי, מאכסט זיך אדער ביסט טאקע?
דאס קינד איז נישט אראפגעבינדען, ער/זי איז אראפגעלייגט אויף דער ערד כנהוג אצל בני אדם להניח בעביתיהן על גבי רצפה. די מאמע איז אראפגעבינדען.
אגב, חוץ די פאטאגראפירער זעה איך נישט קיין מקום אז איינער זאל ארויפטרעטן אויפן קינד.

גנדי » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 10:22 am

· #160885
מיר אלע פארשטייען אז מען זוכט צו מלמד זכות זיין אויף די אראפגעבונדענע פרוי (ווייל זי איז אן עפישיענט בעבי מאשין וואס העלפט שטארק ארויס די כן ירבה קאמפיין אין וויליאמסבורג און אין מאנסי)

אבער ווען איך בין געווען א בעבי האב איך נישט געוואלט מיין מאמע זאל מיר אראפ לייגן אויף די ערד אינמיטן א סטאר ביים רעגיסטער.

אדרבא פרעג עני בעבי אדער געוועזענע בעבי אויב דאס איז נארמאל.

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 10:46 am

· #160896
גנדי
מיר אלע פארשטייען אז מען זוכט צו מלמד זכות זיין אויף די אראפגעבונדענע פרוי (ווייל זי איז אן עפישיענט בעבי מאשין וואס העלפט שטארק ארויס די כן ירבה קאמפיין אין וויליאמסבורג און אין מאנסי)

אבער ווען איך בין געווען א בעבי האב איך נישט געוואלט מיין מאמע זאל מיר אראפ לייגן אויף די ערד אינמיטן א סטאר ביים רעגיסטער.

אדרבא פרעג עני בעבי אדער געוועזענע בעבי אויב דאס איז נארמאל.


כנראה לי איז דעיס גאר און כולל גראסערי און בארא פארק

גנדי » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:46 am

· #160919
זעהט נישט אויס ווי כולל גראסערי אין בארא פארק...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:44 pm

· #160997
גנדי
זעהט נישט אויס ווי כולל גראסערי אין בארא פארק...

נישט כולל גראסערי. אן אנדערע גרעסערי אין בארא פארק. --- עוועניו ביי קארנער--- סטריט. זיי האבן לעצטנס פארברייטערט און משנה שם געוועין. 🙄

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:47 pm

· #161000
one stop kosher in willi

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 4:32 pm

· #161014
באקומען אין אישי:

א גוטן אינגעלייט אויף קאווע שטיבל.
איך ווייס נישט אויב ס'איז צניעות אז א פרוי זאל דא שרייבן אויף קאווע שטיבל, אבער במקום שאין איש איז א אשה אויך גוט.

מיין מאן ארבייט שווער א גאנצן טאג, ביינאכט ווען ער קומט אהיים, גייט ער גלייך נאך נאכטמאל לערנען אזוי עס קומט נישט אויס א גאנצע וואך פאר אים צו גיין איינקויפן א גרויסע ארדער. איך בין ארויס אינמיטן טאג איינקויפן פאר נאכטמאל צו קענען פיטערען מיין מאן און קינדער. איך רוף נישט אריין א ארדער ווייל מ'שיקט מיר די טייערע ברענדס און טייל מאל נישט פרישע ירקות און אונז זעמער נישט קיין בעלי יכולת, ממילא דארף איך מיך אליין אריבערשלעפן מיט די בעבי. אין די סטאר איז אוממעגליך ארומצוגיין מיט א בעבי קעריזש און א שאפינג קעריזש און אויך נעמען סחורה אויף איינמאל, דערווייל האב איך נישט 3 הענט. איך דארף אריינשטיפן די בעבי אין די שאפינג קעריזש זיץ און איר אנהאלטן א גאנצע צייט, ווייל די בעבי'ס סנא סוט האט נישט פיסעלעך (פרעגט אייער ווייב וועט איר פארשטיין...) ממילא זיצט נישט די בעבי געהעריג. ווען איך בין אנגעקומען צו באצאלן האב איך געדארפט אלעס ארויפלייגן אויפן טיש, אבער כ'האב נישט געקענט לאזן די בעבי אליינס אין די זיץ, זי קען דאך ארויספאלען, האב איך אלס א בעל אחריות געלייגט די בעבי אויף א פלאץ פון ווי מ'קען נישט אראפאלן. אנשולדיגסט פאר די אריכות און פארענטפערונג ווען איך קום אייך גארנישט, נאך אלעמען בין איך א פרוי, אזוי איז מיין נאטור.

הצלחה! פאר די וואס האבן ליב דן זיין א צווייטן, טרינקסט ווייטער קאווע בלוט מיט אינסטענט בילדער.
ח.ה. וומב"ס

פארוואס האט זי נישט גענומען א בעבי סיטטער??
האסט פארגעסען? אונז זעמער נישט קיין בעלי יכולת. נעקסטיים וועל איך דיר שיקן א אישי אז איך דארף א בעביסיטער.

סאו וואט » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:16 pm

· #161078
אונטרעסאנט, וואס עפעס נאר צו קאווא טרינקערס? דער בילד פארט ארום און גרויסען.


וואנדשעס, איז דער בריוו געקומען מיט א ריטורן ענוועלאופ? מיט איר אדרעסס?
כ'וואלט אריין געלייגט אזא בריוו, און דער אשכול פון זאכן וואס ברענגן טרערן...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:21 pm

· #161080
דער (פינטעל) איד
one stop kosher in willi

עמער גיין בלי"נ קוקן. 😕

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 1:50 pm

· #172775
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2670323&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

טיטאניק » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 1:58 pm

· #172777
איך ווייס איין זאך
קענסט עס זזען יעדע שבת נאכמיטאג צייט פון שאלעשידעס,
קינדער האפקען און שפרינגען און לויפען ארום אינדרויסען פון יעדע שיל, קיינער קימערט זיך נישט וועגען זיי, קיינער קימט נישט ארויס קיקען צו זיי זענע בסדר
איך קען אסאך מאל זען ווי גויים, און די סארט וואס די וואלסט זיך נישט געוואלט באגעגענען 12 אזייגער ביינאכט, די חברה גייען דארעך, קיין שום אידישער עדאלט געפינטז יך נישט דעמאלס אויף די גאסן,
זאל נאר חלילה דער גוי באשליסען עפעס צי טיען, וה' ישמרנו ויצילנו

yatzmachp » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:25 pm

· #172981
רב טיטאניק, נעם א טיפע אטעם און בארואיג דיך. די מציאות אז אזויפיל אידישע קינדער דרייען זיך ארום אזא צייט אן א השגחה ווי אזוי דו פארשטייסט איז א סימן אז די ריסק איז זייער נידעריג און מדארף לכתחילה נישט קיין השגחה. געדענק, ריסק רעכנט מען לויט וויפיל אומגליקן זענען געשען אין א פאפולעישן וואס טוען א געוויסע זאך. איך האב נאר מורא פון מנובלים ווייל די ריסק קען מען נישט אויסרעכענען ווייל מען ווייסט נישט וויפיל מאל עס געשענט פאר וויפיל מענטשן.

Sapir » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:55 pm

· #173184
איך האלט אז יעדער פאר פאלק איידער זיי האבען מער ווי צוויי קינדער זאל גיין צו א איוואליאציע evaluation אויב זיי קענען דערהייבען מער. א פרוי איז נאר א מענטש. אדרבה איך וויל וויסען על פי הלכה אויב דאס איז נישט ריכטיג. פונקט ווי א job interview

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:37 am

· #177602
שרעקליך!!!
In a shocking video obtained exclusively by CrownHeights.info, a young Borough Park boy can be seen wandering into a busy street, with no adult in sight.

The footage was captured on the dash-cam of a parked vehicle, belonging to a contractor from Williamsburg, who was at the scene filling out some paperwork near a construction site.

With the mercy of heaven, the contractor spotted the child in the nick of time. He grabbed the boy just as he made a lunge for the busy two-way street, barely a second before a large school bus rumbles past.

“When I saw that school bus roll by, I realized that I had just saved this boy from certain death,” the vigilant hero told CrownHeights.info. “For an hour afterwards I couldn’t do any work; I just sat there stunned.”

Amazingly, the man could not explain what brought him to suddenly look up from his busy paperwork and notice the child.

The child was promptly returned to his relieved mother, who was surprised to find that the door to her home had been left open, and thanked the man profusely for saving her child’s life.

The young girl seen running across the street at the end of the video is a neighbor and friend of the child’s family, who watched the incident unfold but was helplessly trapped on the opposite side of the busy two-way traffic and was unable to cross and stop the child.

טעפל » מאנטאג יאנואר 20, 2014 11:12 am

· #177645
רויטע וואנצעס
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2670323&forum_id=771

ר' רויטע האט געברענגט א שיינע לינק דא כ'ווייס צו די עולם האט געזעהן ס'איז דא א שיינע בילד וואו ר' ישראל גרינבערגער דומץ חסידי ויזניץ (מהר"מ) אלעד מאכט השבת אבידה מיט א פארלוירן קינד פארן זמן ער"ש.
📎 2009810_16173216492_333.jpg