☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אדמו"ר מקאראסטין

אדמו"ר מקאראסטין

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #507

גדעון » זונטאג אפריל 29, 2012 3:19 pm

· #8539
אדמו"ר מקאראסטין
before
📎 2.jpeg

גדעון » זונטאג אפריל 29, 2012 3:20 pm

· #8541
Re: אדמו"ר מקאראסטין
efter
📎 569775108.jpeg

גדעון » זונטאג אפריל 29, 2012 3:21 pm

· #8542
Re: אדמו"ר מקאראסטין
/
📎 1.jpeg

זר זהב » זונטאג אפריל 29, 2012 3:23 pm

· #8543
Re: אדמו"ר מקאראסטין
😂 😂 😂

kitov » זונטאג אפריל 29, 2012 3:35 pm

· #8547
Re: אדמו"ר מקאראסטין
גדעון
before

Please explain

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 3:45 pm

· #8549
Re: אדמו"ר מקאראסטין
כ'האב געוואלט שרייבן דערפון, גוט אז דו האסט געמאכט דעם אשכול, אבער די קעפל דארף זיין 'חזר בשאלה', ווייל דער עולם כאפט נישט וואס מ'וויל דערמיט

עס איז א פחד נורא, וואס קען געשען

מיין שאלה איז, וויאזוי האט דאס געקענט פאסירן

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 29, 2012 3:57 pm

· #8552
Re: אדמו"ר מקאראסטין
נאך
📎 IMG-20120429-WA0005.jpg

קרעקער » זונטאג אפריל 29, 2012 3:58 pm

· #8553
Re: אדמו"ר מקאראסטין
כגלייב אז ער האט געליינט דע שטערן
אין קוק וואס איז געשעהן

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 29, 2012 4:00 pm

· #8555
Re: אדמו"ר מקאראסטין
א נערוון בראך?
📎 IMG-20120429-WA0004.jpg

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 29, 2012 4:02 pm

· #8557
Re: אדמו"ר מקאראסטין
געוואלד
📎 IMG-20120429-WA0003.jpg

א איד » זונטאג אפריל 29, 2012 4:03 pm

· #8558
Re: אדמו"ר מקאראסטין
וואס איז זיין ביגאראפיע?

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 4:14 pm

· #8559
Re: אדמו"ר מקאראסטין
א נערווען בראך? דאס איז א פיינע לימוד זכות.
ווייל אויב נישט דאס, עפעס פויגלעך האט ער שוין געמוזט האבן אין קאפ פארדעם.

די גמ' זאגט יוחנן כהן גדול שימש בכהונה שמונים שנה ולבסוף נעשה צדוקי, ווייל ס'שטייט אל תאמין בעצמך עד יום מותך, און ווי ס'שטייט אין יוצר יום כיפור, 'הם במלאכיו ישים תהלה ואיך יצדקו איזובי קיר

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 29, 2012 4:24 pm

· #8565
Re: אדמו"ר מקאראסטין
אזויפיל ווייסעך אז ער איז נאך דא געווען פארגאנגענעם ווינטער אין אמעריקע נאך געלט אין האט באזיכט ביי אדמורים ורבנים , זעט אויס אז אויפן עראפלאן אויפן וועג אהיים איז ער געזעצן לעבן איינעם וואס האט געהאט א אייפאד, אין פון דארט איז עס שוין ליידער געפארן זייער שנעל.

זר זהב » זונטאג אפריל 29, 2012 4:29 pm

· #8566
Re: אדמו"ר מקאראסטין
מ'דארף געבן קרעדיט פאר די קאראסטינע חסידים אז זיי גייען נישט מיט. וואס וואלט געווען אויב סקווירא'רע רבי נעמט זיך אראפ די בארד ??? כ'אב מורא אז די חסידים דארט וואלטן מיטגעטאנצט.

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 4:33 pm

· #8569
Re: אדמו"ר מקאראסטין
די אמת איז, אז ווען מ'וויל זיין א מקבץ נדחי ישראל, דארף מען זייער אכטונג געבן, נישט צו ווען נשפע.
די נסיונות זענען פארהאנען אפילו ביי עלטערע, און מיטן זיך פאטשקענען אינעם תשובה פעלד, קען זיין די אלע שאלות וואס מ'האנדעלט, אז מ'האט נישט קיין מורה דרך איבער זיך, קען מען פיין פארגליטשען.
קען זיין אז ער האט פשוט געכאפט א ריק, פון די חובות. קיין געלט מאכט מען נישט צופיל פון די אקטיוויטעטן אין רוסלאנד.

chasid » זונטאג אפריל 29, 2012 5:04 pm

· #8597
Re: אדמו"ר מקאראסטין
געטס ארויס מער פרטים ביטע
זיין נאמען? וואוין ארט?

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 29, 2012 5:06 pm

· #8599
Re: אדמו"ר מקאראסטין

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 5:44 pm

· #8613
Re: אדמו"ר מקאראסטין
ער הייסט אהרן בערגער, אבער כ'ווייס נישט צו איינער האט עהם גע'גייד

דער ליובאוויטשער שליח הרב לאזאר איז רב הראשי אין רוסלאנד, הרב באלט אין לעמבערג און הרב בלייך אין קייב, זענען שלוחים פון חסידי סטאלין. די אלע האבן א משלח, און טוהן נישט אויפן אייגענעם האנט

כ'מיין אז ער האט געארבעט אויפן אייגענעם האנט ביז היינט

אךשמח » זונטאג אפריל 29, 2012 6:17 pm

· #8623
Re: אדמו"ר מקאראסטין
לויט ווי כ'הער וואוינט ער יעצט אין מדינת ישראל. און ער איז דורך שווערע זמנים און ס'האט אים אביסל גערירט די נערוון.

ער האט שנעל חרטה געהאט פארן אפשערן די בארד, אבער ווי כ'הער, נעמט צייט עס זאל צוריקוואקסן...

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 29, 2012 7:20 pm

· #8648
Re: אדמו"ר מקאראסטין
ווער האט חוזק געמאכט

משה רוקח » זונטאג אפריל 29, 2012 7:29 pm

· #8656
Re: אדמו"ר מקאראסטין
איז עס קאנפוירמד?
ווער שרייבט נאך אויף איינעם וואס איז אפגעפארן כ"ק אדמו"ר??

א איד » מאנטאג אפריל 30, 2012 3:09 pm

· #8881
Re: אדמו"ר מקאראסטין
מנשה לוסטיג
ווער האט חוזק געמאכט


דער וואס לייגט בילדער פון עם

NAVY SEAL » דינסטאג מאי 1, 2012 1:38 pm

· #9161
Re: אדמו"ר מקאראסטין
קרעקער
כגלייב אז ער האט געליינט דע שטערן
אין קוק וואס איז געשעהן

😃 😂

ידען » מיטוואך מאי 23, 2012 8:23 pm

· #14639
כאב געהערט אז ער איז צוריק בתשובה.

גוטע נייעס.

איז ער געווען ביים כינוס ?

קול גדול » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 1:50 pm

· #44668
אין דעם ווידעא אינטערוויאו זאגט ער אז ער האט תשובה געטאן און איז מכה על חטא:
www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%95%D7%A8-%D7%A9%D7%97%D7%96%D7%A8-%D7%91%D7%A9%D7%90%D7%9C%D7%94-%D7%9E%D7%93%D7%91%D7%A8-%D7%90%D7%A0%D7%99-%D7%91%D7%95%D7%9B.html

על המחיה » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 4:06 pm

· #44707
לדעתי איז עס א רשעות פון כיכר השבת מפרסם צו זיין די איטערוויו

במחשבה שניה, אז ער האט דאס ציגעלאזט און וואויל גע'ענטפערט אויף אלע שאלות מן הסתם אהרט עס אים נישט

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 8:11 pm

· #44802
kitov
גדעון
before

Please explain

וואסי ס'איז איהם נישט גוט געווען אלס אדמו"ר? די חסידים זענען איהם נאך אלס געטריי. אבער איך, פערזענליך קען שוין נישט געבן קוויטלעך און כאפן שיריים פון אזא רעבע. ווען דע רעבע זאגט "טוירע" ווייס איך נישט ווער ס'זאגט, דער אדמו"ר אדער דער גוי. 😳

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 8:24 pm

· #44803
זר זהב
מ'דארף געבן קרעדיט פאר די קאראסטינע חסידים אז זיי גייען נישט מיט. וואס וואלט געווען אויב סקווירא'רע רבי נעמט זיך אראפ די בארד ??? כ'אב מורא אז די חסידים דארט וואלטן מיטגעטאנצט.

ס'וואלט געווען דער גרעסטער "היט" אויף יו טוב. מעשה שהי' א באוואוסטער "רעגגעי" (פי' קאריביען שחוריש'ע מוזיק) זינגער, וואס כ'האב מאמענטאל פארגעסן זיין נאמען איז אנגעבליך געווען א בעל תשובה און א חב"ד'סקער חסיד. איין טאג איז ער ברויגז געווארן אויף ליובאוויטש און געווארן א סטאלינער. נאכדם האט ער אינגאנצן אפ געשעיווט זיין בארד און פיאות און געווארן צוריק א גוי כמקדמת דנא. 😳

ירושלים » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 10:28 pm

· #44836
כפי שכבר הי' א פרענק, איז געווארן א ספרדי, און דאן, א סאטמער'ער, און געווואוינט אין קרית יואל, דערנאך איז ער געווארן צוריק א ספרדי, און פון דארט א אראבער (אחמאד בן שרה, וואס יד לאחים איז מפרסם, איז זיין קינד נעבעך)
און היינט איז ער א גאנצער מאכער ביי די אראבער פון מזרח ירושלים

שמואל הלוי » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:43 am

· #44911
ירושלים
כפי שכבר הי' א פרענק, איז געווארן א ספרדי, און דאן, א סאטמער'ער, און געווואוינט אין קרית יואל, דערנאך איז ער געווארן צוריק א ספרדי, און פון דארט א אראבער (אחמאד בן שרה, וואס יד לאחים איז מפרסם, איז זיין קינד נעבעך)
און היינט איז ער א גאנצער מאכער ביי די אראבער פון מזרח ירושלים

וויאזוי האט ער זיך גערופן וואוינענדיג אין קרית יואל?

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:45 am

· #44912
כ'מיין די גאנצע אשכול זאל פארמעקט ווערן.
ס'איז נישט מענטשליך
כ'רעדט שוין נישט פון די קול קורא "רבינו סר מהדרך" וואס דאס איז פשוט'ע פאשקעוויל לויט אלע ראשונים.
פארוואס דארף מען רעדן פון אים פאבליק?
בשלמא ווען ער פארט-אפ, און קומט ארויס ברבים, מילא.
אבער לא כן הדברים, עפעס איז געשהען, - בד"וו, ער האט חרטה - אבער אפילו בלאו הכי.
ס'איז נישט קיין ציבור זאך צו באהאנדלען
ס'איז נישט שיין.

שלמה המלך » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:24 am

· #44921
קאווע טרינקער
כ'מיין די גאנצע אשכול זאל פארמעקט ווערן.
ס'איז נישט מענטשליך
כ'רעדט שוין נישט פון די קול קורא "רבינו סר מהדרך" וואס דאס איז פשוט'ע פאשקעוויל לויט אלע ראשונים.
פארוואס דארף מען רעדן פון אים פאבליק?
בשלמא ווען ער פארט-אפ, און קומט ארויס ברבים, מילא.
אבער לא כן הדברים, עפעס איז געשהען, - בד"וו, ער האט חרטה - אבער אפילו בלאו הכי.
ס'איז נישט קיין ציבור זאך צו באהאנדלען
ס'איז נישט שיין.

קרעקער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:11 pm

· #45156
ווען גייען אלע אנדערע רביס תשובה טיען???

גנבענען שלאגען רצחנען פארברענען יודען - איז דע זעלבע עבירה ווי אפשניידען די בארד

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:38 pm

· #45238
קרעקער
ווען גייען אלע אנדערע רביס תשובה טיען???

גנבענען שלאגען רצחנען פארברענען יודען - איז דע זעלבע עבירה ווי אפשניידען די בארד

ניין. נישט אלע רעבעס שיקן שלאגן און אונטערצינדן. ס'איז פאראן רבי'ס וואס טוען גוטס און העלפן אידן בלי שום פירסום.איך למשל קען א חסידישע רבי וואס האט אויסגעצאלט און צו געשטעלט א שמחה אויפ'ן שענסטן אופן פאר א איד וואס האט געהאט א שם אין גאס פאר א גביר. אבער אינאמת'ן איז ער גאר שוואך געשטאנען פינאנציעל אין יענע תקופה.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:34 pm

· #45299
און איך קען א רבי אין א"י וואס שפייזט און איז מחזק טויזענטער אלמנות ויתומים, און דער רבי אליין האט קוים ברויט אין שטוב.
אבער אסאך האבן יא טענות אויף אים...

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:47 am

· #45361
רבי'ס זענען פונקט ווי מענטשען.
ס'איז דא שלעכטע, ס'איז דא גוטע.
נישט ווייל ער איז רבי איז ער שגץ, און נישט ווייל דו ביסט נישט-קיין-רבי ביסטו א צדיק.
(זעהט אויס ווי כ'האב יעצט געזאגט סליחות?)

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:31 pm

· #45491
קאווע טרינקער
רבי'ס זענען פונקט ווי מענטשען.
ס'איז דא שלעכטע, ס'איז דא גוטע.
נישט ווייל ער איז רבי איז ער שגץ, און נישט ווייל דו ביסט נישט-קיין-רבי ביסטו א צדיק.
(זעהט אויס ווי כ'האב יעצט געזאגט סליחות?)

כ'האב מורא אז א גרויס חלק פון סליחות רעדט זיך איבער אזעלכע און ענליכע חטאים.

הדד בן בדד » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 4:08 pm

· #265207
אתא, איך קוק דא און איך זעה דיין בלינדע שנאה צו סאטמאר און יעדע זאך וואס שמעקט מיט אנטי ציונות.

איך האב גוט געקענט יאסל (הכהן) חנן ווען ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און פלעגט זיך רופן פאר א ווערטל מארגעיט'ער רבי, ווייל ער קומט אריגינעל פון מארגעיט ניו דשערזי. איך געדענק ווען ער האט געהאט א פיש סטאר יוסף מוקיר שבת און שפעטער ווען ער האט געדרייווט א קאר סערוויס אין ווילי.

יאסל איז אלעמאל געווען א צורידערטער נשמה, און דערפאר איז ער שוין ביי די אינגע צוואנציגער יארן געווען צען אנדערע זאכן. ער האט נישט מצליח געווען אלס פרייער איד ווי ער איז אויפגעוואקסן איז ער געווארן א בעל תשובה דורך ליובאוויטש, ס'האט אנגעהאלטן בערך פון תענית אסתר ביז פורים, נאכדעם איז ער געקומען קיין וויליאמסבורג און געווארן א סאטמאר'ער, א גרויסער חסיד פון ברך משה און צאמגערעדט און געהאקט אויף ליובאוויטש (איך האב שוין דעמאלס געזעהן אז ער איז נישט אקעי), נאכדעם געווארן א חסיד פון ר' אברהם לייטנער און געהאקט אויפן ברך משה, נאכדעם א חסיד פון עובדי' יוסף (ער האט יענע תקופה געהאט א אינגל און אים א נאמען געגעבן עובדי') און געהאקט אויף אלע אשכנזים ובפרט אויף די אמעריקאנער.

נאכדעם האט ער געמופט אויף ארץ ישראל צו קענען זיין נאנט צו עובדי' יוסף. און דארט האט ער זיך אנגעהויבן טענה'ן אויפן אינטערנעט מיט אראבישע מאכערס און שייכן איבער אידישקייט און ער האט געזאגט אז ער גייט זיי איבערצייגן. פון דארט איז עס שוין געגאנגען שנעל, ער האט זיך איבערצייגט, נישט זיי און ער איז געווארן אן אראבער. אבער פאר סאם ריזען האט ער דארט אויך נישט מצליח געווען, און נאכן וואוינען עטליכע יאר אין מזרח ירושלים און העצן קעגן אידן, האט ער זיך צוריק געצויגן קיין ניו דשערזי, זיין געבורט ארט און פון דארט געהעצט קעגן אידן. ביז ער האט איבערגעצויגן דעם שטריקל און זיך געטראפן אין חד גדיא.

האסטו דא די גאנצע מעשה, און דו האסט סתם אין די וועלט אריין געטראפן א פלאץ צו לופטערן דיין שנאה און האס צו דיינע אידישע ברודער. וועלכע זענען נאך אלץ די איינציגסטע וועלכע וועלן קומען צו דיין רעטונג ווען דו וועסט עס באמת דארפן. כאטש דו האלטסט נישט אזוי ווי זיי.

האב מיר א גוטן יום טוב און דער אויבעשרטער זאל דיר חונן דעת זיין, וילמדו תועים בינה.

אויסגערוט » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 6:59 pm

· #265242
Re: אדמו"ר מקאראסטין
לויט דיינע תגובות בדרך כלל וואלט איך געטוישט דיין ניק אויף "ואתא קללה"
Take a chill pill

שלמה המלך » זונטאג אפריל 12, 2015 2:52 pm

· #265394
קינדערלעך! גייטס ארויס זיך שלאגען!
דעס איז די קערעסטינער רבי'ס דיינונג רום! ביייייי

אויסגערוט » זונטאג אפריל 12, 2015 3:45 pm

· #265405
Re: אדמו"ר מקאראסטין
[ציטאט אראפגענומען]

איך לאך אזוי הויך. איך האב מיט סאטמאר וואס דו האסט מיט סיריע (יא יא איך ווייס יעדער זאגט עס). איך האב פשוט אדורכגעליינט דיינע תגובות פון אפאר אנדערע נושאים. אדרבה ליין עס אליינס איבער