☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בארימטע כופר וועט היטן איין שבת פאר צדקה

בארימטע כופר וועט היטן איין שבת פאר צדקה

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5069

הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:29 pm

· #159212
בארימטע כופר וועט היטן איין שבת פאר צדקה
דא אויף קאווע שטיבל איז אין דעם עבר געווען באריכטעט איבער ארי מאנדל (המכונה רחמנא ליצלן) און זיין שטיק צו פארקויפן זיין חלק לעולם הבא אויף איבעי. דער שטיק האט אים דאן געברענגט אינטערנאציאנאלער רום, ווען די מעשה איז באריכטעט געווארן אין צייטונגען איבער דער וועלט, און האט אפילו געברענגט נאך א ספר לאור עולם איבער דאס ענין פון מכירת חלק לעוה"ב ע"פ הלכה.

דער זעלבער ארי מאנדל האט לעצטנס באשלאסן צו לויפן אויף א מאראטאן אין ירושלים לטובת די חרדישע ארגעניזאציע "חי לייפליין" וועלכע העלפן אידישע קינדער מיט קענסער. צו קענען לויפן אין דעם מאראטאן האט מען געדארפט אויפטרייבן פיר טויזענט דאלער און צדקה, און מאנדל האט פרובירט אויפצוטרייבן געלט צווישן זיינע אט"ד חבירים אויף פעיסבוק. זעענדיג אז עס גייט שווערליך און ער גרייכט נישט צום סכום, האט מאנדל צוגעזאגט צו "היטן אפילו שבת" אויב איינער זאגט צו געלט. א איד מיט א ווארעם הארץ האט אים געכאפט ביים ווארט און צוגעזאגט די סכום פון טויזענט דאלער אויב מאנדל היט איין שבת מרישא ועד גמירא! מאנדל, וועלכער האט געזען אז פון זיין וויץ איז געווארן אן ערנסטער זאך, האט אנגענומען דעם אנבאט בחפץ לב, און וויצלנדיג צוגעלייגט אז פאר נאך טויזענט וועט ער אפילו איבערזאגן א דבר תורה אין שול. ווי מאנדל האט איצט געמאלדן האט אן אנאנימער נדבן אנגעבאטן $500 אויב מאנדל וועט זאגן א דבר תורה איבער חסידות, און אז ער האט אנגענומען דעם אנבאט און וועט שבת נאכמיטאג זאגן דעם דבר תורה אין שול.

אף רשעים שבך מלאים מצוות כרימון!

הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:32 pm

· #159213
צו מנדב זיין פאר חי לייפליין <a class="postlink" href="http://www.teamlifeline.org/israel/my/Arimandel4">http://www.teamlifeline.org/israel/my/Arimandel4</a>

אפטעמיסט » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:46 pm

· #159218
גאנץ גוט. אויב וועט ער היטן א שבת וועט זיין עולם הבא ארויפגיין אין פרייז.

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:23 am

· #159236
הציץ ונפגע
צו מנדב זיין פאר חי לייפליין <a class="postlink" href="http://www.teamlifeline.org/israel/my/Arimandel4">http://www.teamlifeline.org/israel/my/Arimandel4</a>

ס'פעילט זיי געלט?

עמוס » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:27 am

· #159237
איך בין בטוח אז ער איז נישט דער איינציגסטער כופר וואס היט שבת, לכל הפחות לפנים.

הוגה » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:18 am

· #159253
ממנו ילמדו! ווער נאך נעמט זיך פאר ריכטיג צו היטן איין שבת?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:35 am

· #159258
אמר ר' חייא בר אבא א"ר יוחנן כל המשמר שבת כהלכתו אפי' עובד ע"ז [כדור] אנוש מוחלין לו שנאמר (ישעיהו נו) אשרי אנוש יעשה זאת וגו' מחללו אל תקרי מחללו אלא מחול לו (שבת קיח)

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:45 am

· #159262
וואס איז מיט גוי ששבת חייב ?

יואליש » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:58 am

· #159268
דער (פינטעל) איד
וואס איז מיט גוי ששבת חייב ?


כ'פארשטיי נישט, ער איז דאך א איד.

אבער בדרך צחות קען מען זאגן אז וויבאלד די געלט גייט פאר די קענסער פאציענטן איז עס א בחינה פון מוטב שיחלל שבת אחת כדי שישמור שבתות הרבה...

פאריז » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:06 am

· #159269
איין מצווה ברענגט דאס צווייטע מצווה, ער האט טוט א מצווה מיט העלפן קראנקע קינדער האט עס געברענגט נאך א מצווה פון היטען שבת, לאמיר אים וואנטשען אז עס זאל ברענגן א קייט רעקציע צו ווערן א פולשטענדיגער שותו״צ.

Hay you never know דאס פינטעלע איד קען זיך אנצינדען אין אים צירוקברענגען.

יואליש » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:14 am

· #159270
איז מעגליך אז עשיו האט אויך פארקויפט די בכורה צו רעיזן די פאנדן פאר חי לייפליין? ער האט תיכף אריבערגעטראגן די הייסע פרישע לינזן זופ צו מעמאריעל האספיטעל און מחיה געווען אן אויסגעדארטע אומשולדיגע קראנקע קינד.

ער קען זאגן א דבר תורה אויף די וואכעדיגע סדרה איבער ויבז עשיו את בכורה, ומדה טובה מרובה ווען מ'קויפט א מצוה אנשטאט זיך פטר'ן פון א מצוה, איז עס די היפך פון בזיון. איי ארי מאנדעל קושט נישט די מזוזה, נו, שטייט דאך בפירוש אז "וילך" און עשיו האט נישט געקושט די מזוזה. איי וילך משה?

און נאכדעם קען ער אריבערשפרינגן צו די שמועס אין די ראשונים איבער די מכירת הבכורה און די פראבלעם פון דבר שלא בא לעולם און פון דארט מאכן א סיכום איבער די חלות פון א מכירת עולם הבא.

מאטי » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:19 am

· #159271
שטייט דאך "הלעטינו נא" . קען זיין ס'מייינט פאק מיר דאס איין.

יואליש » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:27 am

· #159273
moti107
שטייט דאך "הלעטינו נא" . קען זיין ס'מייינט פאק מיר דאס איין.


אריין אין מלמדים-וואקעבולערי-טייטשן שמועס.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:21 pm

· #159394
אין "א הילף פארן קינד" שטייט בפירוש א בילד ווי יעקב פיטערט עשו'ן מיט א שעפ לעפל בשעת דער לעצטער ליגט אפרקדן אויפן בעט מיט די הענט אין די הויזן טאש רח"ל, עיי"ש ותמצא נחת.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:25 pm

· #159396
אצינד זעה איך אז זיין הענט זענען נישט אין טאש, וטעות לעולם חוזר...

-
📎 isuv7.gif

פאריז » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:40 pm

· #159402
[ציטאט אראפגענומען]


איך פארשטיי נישט דיין מוסר השכל.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:42 pm

· #159403
ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת

הוגה » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:06 pm

· #159416
דער (פינטעל) איד
ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת


די באשעפער האט עס דיר אליין געזאגט? ווייל מיר האט ער נעכטן געזאגט אז ער דארף נישט דיינס. איך פארשטיי נישט פארוואס, איך גיב נאר איבער די מעסעדזש.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:10 pm

· #159418
דוד המלך האט עס געזאגט. ער איז מיר מער בגלייבט ווי דיר מיט דיינע קארניע פארדראשענע לצנות

פאריז » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:12 pm

· #159421
דער (פינטעל) איד
ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת


לאמיר נישט אריינמישען די געפילן אינעם מעשה ווייל יעדער פארשטייט אז מען רעדט נישט דא פון קיין מצוות ביקור חולים אדער שמירת שבת,
בסך הכל זיכט דא א עבר ושנה'ניק אביסל סיפוק און אטענשען, ב"ה אז ער האט עס געטראפן דורוך היטען מצוות און נישט פארקערט דורוך שטויסען אידן אזוי ווי אנדערע און זיין גאטונג טיען, מעגליך און האפענטליך אז די שלא לשמה וועט האבן א שטיקעל השפעה אויף ווייטער.

גאנצל » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:21 pm

· #159431
דער (פינטעל) איד
ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת



ווער זאגט דיין שבת דארף ער יא?

ביסט אזוי זיכער אין דיר?

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:22 pm

· #159432
נו אז ער דארף עס נישט, מאך איך עט ליסט נישט א טאראראם פין מיין שבת האלטן

הוגה » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:23 pm

· #159435
דער (פינטעל) איד
דוד המלך האט עס געזאגט. ער איז מיר מער בגלייבט ווי דיר מיט דיינע קארניע פארדראשענע לצנות


האסט מיר נישט פארשטאנען, איך בין אויך גוט מיט דוד המלך. די באשעפער האט מיר נעכטן אבער געזאגט אז דו ביזט א רשע, און יעצט קלעימסט דו אז די באשעפער האט דיר געזאגט אז ארי איז א רשע. איך ברענג עס אויף אז ס'חידושט מיר אז צו מיר האט ער נישט געמענטשענט קיין ווארט איבער ארי.

ציניזם אין א זייט געלייגט. אין די פאר טעג וואס דו ביזט דא האסטו זוכה געווען צו טיילן טיטלן פון רשע, אפיקורס וכדומה אן קיין חשבון, טיילסט איין פאר וואס און פאר וועמען ק"ש איז געאייגנט וכו'. אויב ביסטו די בעל הבית דא דאן בעט איך דיר ביטע שפאר מיר אויס, און אז נישט זאלסטו וויסן אז ס'אינטרעסירט קיינעם דיין מיינונג אויף פריוואטע מענטשן.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:25 pm

· #159437
דער באשעפער וואס האט דיר נעכטן געזאגט אז איך בין א רשע האט מיר היינט געזאגט אז ס'אינטערעסירט יעדן מיין מיינונג אויף פריוואטע מענטשן. ציניזם אין א זייט. איז ער ווייט פין זיין א ''פריוואטער מענטש''

גאנצל » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:26 pm

· #159438
דער (פינטעל) איד
נו אז ער דארף עס נישט, מאך איך עט ליסט נישט א טאראראם פין מיין שבת האלטן


אבער פון דיין פינטל איד מאכסטו יא א טאראראם

ער פארקערט פון איין שבת מאכט ער יא א טאריריריי און פונעם פינטל איד נישט......

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 5:46 pm

· #159484
אפטעמיסט
גאנץ גוט. אויב וועט ער היטן א שבת וועט זיין עולם הבא ארויפגיין אין פרייז.

מתוך שלא לשמה בא לשמה. 😂

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 6:32 pm

· #159506
אגב דער קעפל ברענגט ארויס א שמייכל. "דער בארימטער כופר" אזוי ווי צי שרייבן "דער בארימטער גארבעדזש טראק דרייווער" .....

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:01 pm

· #159521
יואליש
דער (פינטעל) איד
וואס איז מיט גוי ששבת חייב ?


כ'פארשטיי נישט, ער איז דאך א איד.

אבער בדרך צחות קען מען זאגן אז וויבאלד די געלט גייט פאר די קענסער פאציענטן איז עס א בחינה פון מוטב שיחלל שבת אחת כדי שישמור שבתות הרבה...

מ'קען אפשר פאראפראזירן (מיר זענען אנאלפאבעטן?( : מוטב שישמור שבת אחת שלא לשמה ויבוא לשמור הרבה שבתות לשמה. 😎

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:14 pm

· #159524
דער (פינטעל) איד
אגב דער קעפל ברענגט ארויס א שמייכל. "דער בארימטער כופר" אזוי ווי צי שרייבן "דער בארימטער גארבעדזש טראק דרייווער" .....

זאג. פון י---- פ---- האסטו געהערט?! ניין. אבער פון ארי מאנדעל האסטו אוודאי יא געהערט! 😈 😈

דענקער » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 8:17 pm

· #160181
המבדיל בין קודש לחול, בין ישראל לעמים.
📎 IMG_53445061678122.jpeg

הוגה » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 8:33 pm

· #160188
איך האב געהאפט צו זעהן א בילד פונעם ראש ישיבה גדול הדור מרן הגאון רבי פניעלע שמעקלשטיין שליט"א.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 8:57 pm

· #160195
הוגה
איך האב געהאפט צו זעהן א בילד פונעם ראש ישיבה גדול הדור מרן הגאון רבי פניעלע שמעקלשטיין שליט"א.

ער (דער גוגל הדור ר' פיניעלע שמעקל.....) זיצט נאך ביי שעלעשידעס און זאגט תורה. 😂

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:47 am

· #180326
Here we go again!

ארי מאנדעל א.ק.א. רחמנא ליצלן גרייט זיך פאר די היי יעריגע חי לייפליין מאראטאן. דאס יאר האט ער צוגעלייגט צו זיין כף של זכיות דורכ'ן מזכה זיין במצוה די וועלט בארימטע רעביצן פריידא וויזל פון קרית יואל און צוזאמען וועלן זיי לויפן און שאפן סכומים הגונים פאר די חולי ישראל ומשפחתם.

ווי רעביצן וויזל מעלדט איצטערט אויף פעיסבוק האט איר א גוטע איד געאפערט פופצן הונדערט דאלער פאר די נאבאלע צוועק בתנאי אז זי קומט צו זיי פאר שבת. עס איז נאך נישט קלאר אויב יענער פארלאנגט טאטאלע שמירת שבת אזוי ווי עס איז געווען מיט רחמנא אדער נאר אז זי זאל זיין ביי זיי צוגאסט. עס איז אויך נישט קלאר אויב יענער מיינט דעם הייליגע שבת אדער די שיינע בלאנדע האר. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז דאך צדקה די איינציגסטע מצוה וואס דארף נישט זיין לשמה.

בעצם גייט עס מיר נישט אין קאפ אריין פארוואס מענטשן קענען נישט געבן צדקה without strings attached. עס זעהט מיר אויס מער ווי א תאווה צו ווייזן און אויספירן, אבער וואס גייט מיך אן. ווילאנג אידן טוען גוטע זאכן. איך ווארט נאר אז איינער זאל מיר אנבאטן פופצן הונדערט דאלער אז איך זאל מחלל שבת זיין.



.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:50 am

· #180328
הער יו גאו הוגה'לע, איך געב אן אנבאט, פופצען הונדערט דאלער פאר א ציגערעטל שבת. גייסט איין?

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:54 am

· #180329
אפטעמיסט
הער יו גאו הוגה'לע, איך געב אן אנבאט, פופצען הונדערט דאלער פאר א ציגערעטל שבת. גייסט איין?


איך נעם נאר COD. בד"וו, נאר א ציגארעטל? כ'בין געווען זיכער אז וועסט פארלאנגן לכה"פ אן עשיית שתי בתי נירין אדער א מנפץ, עפעס זאפטיגס.

העלא » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:51 pm

· #180534
איך הער דא א נייע פשט,
אז אויב איינער וויל זיך פטר'ן פון אידישקייט, איז דא א עצה, מ'ווערט א רשע און "ולרשע אמר וגו' און מ'איז פטור פון כל התורה כולו,
ווייל דער אייבערשטער דארף נישט, וואט? איך הער גוט
עפרא לפומיה פאר דער וואס האט אזוי געזאגט,
יעדע מענטש וואס איז געבוירן פון א אידישע מאמע איז מחוייב צו האלטן כל התורה כולה,
נישט קיין חילוק וויפיל עבירות ער האט שוין געטוהן אין זיין לעבן, יעדע שבת ווייניגער וואס מ'איז מחלל, איז די עונש קלענער,

פיטומי מילי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:52 pm

· #180587
דער (פינטעל) איד
ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת

די מיינסט עס ערענסט?

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:08 pm

· #180591
ווען ער גלייבט ווען אז גאט דארף נישט זיין שבת וואלט דאך גוט געווען.

שצם_חנכל » פרייטאג יאנואר 31, 2014 10:55 am

· #180673
הוגה
Here we go again!
ווי רעביצן וויזל מעלדט איצטערט אויף פעיסבוק האט איר א גוטע איד געאפערט פופצן הונדערט דאלער פאר די נאבאלע צוועק בתנאי אז זי קומט צו זיי פאר שבת. עס איז נאך נישט קלאר אויב יענער פארלאנגט טאטאלע שמירת שבת אזוי ווי עס איז געווען מיט רחמנא אדער נאר אז זי זאל זיין ביי זיי צוגאסט. עס איז אויך נישט קלאר אויב יענער מיינט דעם הייליגע שבת אדער די שיינע בלאנדע האר. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז דאך צדקה די איינציגסטע מצוה וואס דארף נישט זיין לשמה.
.

ווי איך פארשטיי איז פריידי וויזל א שומרת שבת, קען זיין איך בין ראנג.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:09 pm

· #180690
דער (פינטעל) איד
אגב דער קעפל ברענגט ארויס א שמייכל. "דער בארימטער כופר" אזוי ווי צי שרייבן "דער בארימטער גארבעדזש טראק דרייווער" .....

איך ליין אזוי איבער דעם אשכול האב איך געוואלט לייקן דעם תגובה ביז איך האב באמערקט אז אני היקר האט עס אליינס געשריבן! מוז איך עס אזוי לייקן





.

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 31, 2014 4:06 pm

· #180715
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן:
דער (פינטעל) איד

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 31, 2014 4:29 pm

· #180716
אין צוגאב האבן עס אויך געלייקט יאיר, לעמיל, און צולייגער.

אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:50 am

· #261207
ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות <a class="postlink" href="http://m.yiddish.forward.com/blogs/vayter/186327/it-s-your-fault-mom-and-dad/">http://m.yiddish.forward.com/blogs/vayt ... m-and-dad/</a>