די שאלה קען טאקע גיין טיפער אפילו אויב מ'רעדט נישט פון רצונות נאר פון פשוטע פאקטן פון ווער ס'קען בעסער איבערלעבן. דארף מען פארשטיין ווער האט באשאפן דעם נאראטיוו אז דער פאקט זאל מאכן גרינג איבערצולעבן ? און אויב די פאקטן זענען אויך עוועלוציאנירט. דאן האבן די פאקטן געדארפט האבן פריערדיגע פאקטן, וואס האבן געמאכט די לעצטע פאקטן אלס א גרינגערע איבערלעבן טאל. אלא מאי מוז מען ציקומען. אז עוואלוציע באנעמט זיך נאר פון וועלט באשאף והלאה. וואס איז געווען פארדעם איז ווייטער אן קנאען.
איך פארשטיי נישט פונקטלעך דיין קשיא איך פארשטיי עוועלאציע אזוי: ס'דרייט זיך ארום די ערשטע צעל, וואס האט א יכולת צו מאכן copies פון זיך, ער ליגט דארט און מאכט copies פון זיך, איינס נאכן אנדערן, אזוי אין די טויזענטע, די אלע צעלן וואס זענען געקומן פינם ערשטען צעל, זענען ממש די זעלבע פונם טאטען, און זיי טיהן די זעלבע, זיי מאכן copies פון זיך, אזוי גייט טאג איין טאג אויס, און די צעלן זענען פרה ורבה אין די ביליאנען, אין סאיז שלום על ישראל
פארשטייט זיך אז אסאך מאל קומען שווערע וועטערס אין די צעלן קענען דאס נישט דורך טראגן און ס'פאלט פון זיי אן עם רב, ס'בלייבט נאר אחד בעיר ושנים ממשפחה, זיי זענען זיך מחזק אין זיי גייען ווייטער אהן מיט די עבודת הקודש פון מאכן copies פון זיך, אזוי גייט יאהר איין יאהר אויס פליצלינג!! איז געשען עפעס א מאדנע געשעעניש, עפעס איין צעל האט געמאכט א copy פון זיך, אבער די copy איז עפעס נישט געלונגען ער זעהט עפעס אויס אנדערש פון יעדעם, זיינע ווענט (membrane) זענען עפעס דיקער, ער זעהט עפעס אויס מגושמדיג ס'איז עפעס נישט נארמאל פון עם וועט שוין גארנישט אויס וואקסען, דערווייל מאכט דער לא יצלח אויך copies פון זיך, אין ס'וואקסט אויף א גאנצע דור פון מגושם'דיגע חברה
למעשה האט זיך אויס געשטעלט א איטערעסאנטע זאך, ס'איז אנגעקומען שווערע צייטן שרעקליכע אומשטענדען און ס'האט אנגעהויבן פאלן אן עם רב, ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז די אלע מגושם'דיגע יונגען האבן אדורך געלעבט דעם קריזיס טאקע דערפאר, ווייל זיי האבן געהאט דיקערע ווענט האט דאס זיי באשיצט, מיט די צייט זענען די איידעלע צעלן געווארן ווייניגער און ווייניגער און די מגושם'דיגע צעלן זענען געווארן רוב העם
שפעטער האט זיך די זעלבע מעשה איבער ג'חזרט מיט נאך א אומגעלונגענע copy וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א טובה און אזוי איז נשתנה צורה געווארן דער ערשטע צעל איינמאל אין נאך אמאל ס'איז געווען פושט צורה ולובש צורה אין מיט די צייט נאך ביליאנען יאהרן איז פון דעם איינצעלנעם צעל ארויס געקומען די מבחר הבריאה דער מענטש!!
עד כאן איז דער הייפאטיסיס פון עוועלאציע!! לדעתי איז עס קיינמאל נישט ארויס פונעם גדר "הייפאטיסיס" ס'איז נישט אמאל קיין "טעאריע" ס'איז א הערליכע "פארשלאג" א גאונישע איינפאל אבער גארנישט מער ווייל וויפיל הוכחות ס'איז בעד איז דא פי כמה לנגד don't get me wrong דער איינפאל איז מעכטיג ס'איז גאוניש אבער קיין tangible proof אז פון microevolution איז געווארן macroevolution איז לדעתי נישט דא אין פארשטייט זיך ס'איז דא הארבע קשיות
בקיצור נמרץ: עוואלוציע מאכט נישט פון א דומם א חי אדער פון א צומח א חי, נאר פון איין מין בעל חי א צווייטע סארט בעל חי' אדער פון איין צומח א צווייטע צומח. עוואלוציענארישע שינויים געשעען בשעת'ן שרייבן די איצטיגע שורות, נאר כדי עס זאל זיך אנזאמלען גענוג שינויים צו מאכן א צווייטע בעל חי נעמט עס הונדערטער טויזנטער יארן. קלענערע עוואלוציאנערישע שינויים פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר זענען דאקומענטירט. פרי היסטארי הייבט זיך פון ארום צען צוועלף טויזנט יאר צוריק.
ריכטיגער וואלט געווען צו זאגן אז דער צעל האט אן אייגנשאפט אז עס דאפלט זיך, פונקט ווי פייער האט אן אייגענשאפט אז עס פארברענט און וואסער האט אן אייגענשאפט אז עס פלוסט. וואס איז יא ריכטיג צו פרעגן איז וויאזוי האט דער ערשטער צעל באקומען דעם מאדנעם אייגנשאפט זיך צו דאפלן. וואס איז געווען דער מניע דער דומם זאל פלוצים אנהייבן זיך צו פורה ורובה זיין? דאס איז נישט אין די תחום פון עוואלוציע נאר אין אבעגענעסיס - די ארידזשינס אף לייף.
און אז איך האלט שוין די פענע אין האנט, וועל איך דיר שוין מגלה זיין דעם סוד אז ביסט נישט אינגאנצן אפגעפרעגט, טאמעס נעגל טענה'ט אין זיין בוך "מיינד ענד קאסמאס" אז די גאנצע בריאה האט אין זיך עפעס אן עצמיות'דיגער דראנג - א פאטענציאל - אנצוקומען צו די גרעסטע שלימות וואס נאר מעגליך. גיי פארשטיי.
@יידל, איך טראכט אזוי, ווייל ביסודו של הדבר איז דא דער געדאנק אז עמיצער *וויל* סוירווייווען. יעדע זאך וויל, נאר די וואס זענען צום בעסטן אויסגעשטאט און אויסגעשטעלט, די זענען די וואס מאכן עס דורך און האבן א המשכה. אזוי האב איך פארשטאנען עוואלוציע. רוב-רובם וואס חברים האבן אויפגעברענגט אין דעם אשכול זענען פרטי הדברים וואס קומען נאך דעם. דער כלל איז, אז ס'ווילט זיך דעם באשאף איבערלעבן און זיך ממשיך זיין. כמעט אלעס קומט נאך דעם -- וויאזוי עס פירט זיך למעשה אויס.
דער געדאנק וואס דו ברענגסט פון טאמאס נעגעל רעדט צו מיר. ס'איז טאקע מער אן אבסטראק-פילאסאפישע מחשבה, אבער עס לייגט זיך מיר באקוועם אויפ'ן שכל און אדרעסירט וואס איך פרואוו צו פארשטיין. טענקס 🙂
@אנאנים, איך בין משער פון דיין תגובה אז מיין שאלה האט נישט קיין פשט. כ'מיין אבער אז דיין צושטעל צו שטיינדלעך איז נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל ווען זיי פאלן אראפ אונטן קומט עס פון א דרויסנדן כוח וואס שלעפט זיי אראפ (צי ספעיסטיים וואס איז ארום זיי צעבויגן). מיט דער עוואלוציע פון לעבעדיגע זאכן רעדט מען פון אן אינערליכן כוח וואס ליגט אין זיי אליין, פון א אזא סארט "שאיפה" וואס זיי האבן צו לעבן און אנגיין ווי א מין.
פשוט-קאמפליצירט, דו קלערסט למשל אז הייוון האט א דראנג צו בלייבן לעבן און דערפאר האלט זיך אירע צעלן אין איין דאפלען? אויב יא, פארוואס זאל מען נישט זאגן אזוי ווי אריסטו ודעימיה אז די פלאנעטן האבן א דראנג זיך צו דרייען ארום דעם זון? וואס איז יא שווער, איז דאס וואס מיר זעען בחוש אז מענטשן און חיות האבן אן אינערליכער דראנג צו סורווייוון, די שאלה איז ווי אזוי האט זיך דאס אנגעהויבן. (באמת איז דאס שווער אויף פילע אייגנשאפטן פון חיות בפרט פון מענטשן, פארוואס האבן מיר געפילן, רצונות, שאיפות, וכדומה), דער מאטעריאליסט וועט דארפן זאגן אז דאס אליין איז א רעזולטאט פון עוואלוציע, ס'הייסט, ס'האט זיך פערצופאל געמאכט אז איינע פון די נערוון אין די גרויסע צעל מאשינען האבן פראצודירט אזא סארט כעמיקאל רעאקציע אז עס לויפט אוועק פון א חיה וואס וויל אים אויפעסן, און אויטאמאטיש האט דאס געמאכט אז עס זאל האבן בעסערע טשענסעס צו איבערלעבן, און דערפאר האבן אלע גרויסע צעל מאשינען וואס מיר רופן היינט חיות וואס זענען אפשטאמיג פון יענעם צעל מאשין אויך דעם כעמיקאל רעאקציע אז עס זאל אנטלויפן פון א סכנה. אודה ולא אבוש, דאס מאכט גאנץ ווייניג סענס אין מיינע אויגן.
פ"ק, באמת בין איך אן עם הארץ מופלג אין עוועלאשען, אבער איך האב פארשטאנען - ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט - אז עס זענען נישט דא קיין שום רצונות, אדער סיי וועלכע אריימישונג מצד די וואס איוואלווען אין די פראסעס, עס איז א טרוקענער, קאלטער, טעכנישער פראצעדור.
די פשוט'ע משל אויף דעם איז די עוועלוציע פון moths אין ענגלאנד, אמאל פלעגן זיין כל מיני וואריאציעס פון זיי, געוויסע האבן געהאט מער ליכטיגע פליגל און געוויסע מער טונקל, און מיט 200 יאהר צוריק ווען עס האט זיך אנגעהויבן די Industrial Revolution אין ענגלאנד האבן די ליכטיגע אנגעהויבן נעלם צו ווערן, און די טונקעלע האבן זיך אלץ מער פארמערט, וואס איז געשעהן? די שטויב פון די סטיעם מאטארן האבן פארשווארצט די ביימער, ממילא האבן די ליכטיגע פארלוירן זייער קאמופלאדש קעגן פייגל, און פארקערט ביי די טונקעלע.
אין natural selection האבן די סעלעקטירטע נישט קיין ווארט, די נאטור איז די וואס סעלעקטירט זיי מיט דעם וואס עס שטעלט ארויס כל מיני ענווייערמענטס וואס איז גוט פאר איין מין און א חורבן פאר'ן צווייטן.
יישר כוח פאר'ן זיך נעמען די מי מיר מסביר צו זיין. און איך שטיי שוין אין ליין. כ'האב זיך אוועקגעשטעלט באלד ביים אנהייב פון דעם אשכול 😃
הגם במושכל ראשון זעט אויס אז מיין שאלה איז וויאזוי די ערשטע זאך איז באשאפן געווארן, איז עס אבער נישט דאס. די ערשטע זאך איז געווען דער סינגולעריטי, וואס איז אייגנטליך דער אפטייטש פון "פשוט בתכלית הפשוט" און "צורה בלי חומר". עוואלוציע ווערט אבער שוין געטריבן פון עפעס א שאיפה - וואס איז אפשר א תוצאה פון א "רענדאם קעמיקאלישן פראצעדור". אבער די דאזיגע שאיפה (צי כעמישע געמויזאכץ) האט עקזיסטירט פריער פון דער צייט ווען עוואלוציע האט זיך אנגעהויבן; לכל הפחות האט עס געמוזט באשאפן ווערן אינאיינעם מיט דעם עוואלוציע-פענאמען, ווייל דאס איז דאך די טרייב-קראפט פון דעם עוואלוציע-פראצעדור. (דו אליין האסט געפילט פאר וויכטיג צו ניצן דערפאר דאס ווארט "ספאנטאן" אנשטאט "אנטוויקלונג".)
ונבנתה העיר
אין natural selection האבן די סעלעקטירטע נישט קיין ווארט, די נאטור איז די וואס סעלעקטירט זיי מיט דעם וואס עס שטעלט ארויס כל מיני ענווייערמענטס וואס איז גוט פאר איין מין און א חורבן פאר'ן צווייטן.
דו זאגסט דאך דא עפעס. די "נאטור סעלעקטירט". דאס איז דער תירוץ אויף מיין פראגע פון "ווער וויל?"
דארף איך יעצט נאר געוואויר ווערן נאטור'ס סעל-נומער (זי האט אימעיל?). כ'וויל מיט איר האבן אן אינטערוויו.
דו ווילסט וויסן וואס ברענגט די נאטור ארויסצושטעלן כל מיני ראנדאם סינעריאוס? דאס ווייס איך נישט גענוי, מן הסתם איז עס פארבינדן מיט אן אין סופי'דיגער השתלשלות פון מקרים (כעין די באטטער-פליי עפעקט) פאר'ן נישט-גלויביגער, און מיט השגחה פרטית פאר'ן מאמין.
עוואלוציע ווערט אבער שוין געטריבן פון עפעס א שאיפה - וואס איז אפשר א תוצאה פון א "רענדאם קעמיקאלישן פראצעדור". אבער די דאזיגע שאיפה (צי כעמישע געמויזאכץ) האט עקזיסטירט פריער פון דער צייט ווען עוואלוציע האט זיך אנגעהויבן; לכל הפחות האט עס געמוזט באשאפן ווערן אינאיינעם מיט דעם עוואלוציע-פענאמען, ווייל דאס איז דאך די טרייב-קראפט פון דעם עוואלוציע-פראצעדור.
דו טראכסט אזוי, און איך טראכט אזוי.. ס'איז ניתן לדיון. פון וואנעט ווייסטו אז חוץ דער מעכאנישער פראצעדור איז דא עפעס א כמו-רוחניות'דיגע (גייסטישע/אומטאפוועדיגע) שאיפה וואס דרייווט דעם מעכאניזם איבערצולעבן?
די ערשטע צעל האט פשוט איבערגעלעבט, ווייל ס'האט איבערגעלעבט. ווען ס'וואלט ווען נישט געקענט איבערלעבן וואלט שאיפה נישט געהאלפן. ס'איז באשאפן געווארן, ווייל אלץ ארום האט זיך פונקט גוט צוגעפאסט (נאך ביליאנע יארן) און געגיבן די נויטיקע אומשטענדן אז ס'זאל ספאנטאניש זיך קומען צו יקום. גארנישט, נישט אין אים אליין, און נישט ארום אים - האט געהאט א שאיפה פארדעם, אדער נאכדעם, - איר צו קריעיטן. פארוואס האבן די קעמיקאלן נישט געהאט א שאיפה ביליאנע יארן פריער? איך קען אסאך אטאם-באָנדלעך, אדער צעל-מאשינען ווי יאיר רופט זיי, וואס האבן א שטארקע שאיפה איבערצולעבן קענסער, אבער זיי מאכן עס נישט דורך. ווי ונבנתה זאגט, מ'האמער דא צאמגעפלאכטן עוועלוציע מיט פיליזאפיע (אדער ווייסעך וואס). מ'גייט גרינדן א נייע תורת ה-פיליעוועאילוזשנס
אויב שוין יא, לאמיר פרובן זאגן אז ברגע דער סינגולערעטי (גרויסער קנאק)האט פאסירט איז מיט דעם באשאפן געווארן דיין שאיפה, וועלכער שטיפט אלצדינג פון כאאס צו סדר. פון שוואכער צו שטערקער און ס'ווערט נאר בעסער און בעסער. לפי זה, איז דער עוועלוציע אויך א תולדה פון דעם שאיפה וואס איז געבוירן גלייך מיט'ן ביג בענג. דאס איז אלעס פארשטייט זיך גערעדט, נאכדעם וואס מיר לאָקעיטן שוין דעם שאיפה...
דא האסטו נאך א פאץ וואס שטעלט ארויף ווידעאוס אויף יוטיוב איידער ער טוט אדורך די כיתה א' יסודות וועגן עוואלוציע. ער פארשטייט אז די מאלעקיולס האבן זיך צאמגעזעצט אויף א מיטינג און באשלאסן צו ערצייגן א צעל. ער פארשטייט אז עוועלוציע איז פשט אז די דזשיראף סטרעטשד די האלדז אגאנצן טאג צו קענען מאכן קידוש לבנה, אדער אראפצורייסן פרוכט פון בוים, ביז צום סוף באקומט זי א לאנגע האלדז.
לאמיך פארשטיין א נקודה, די אלע ביליאנען פרטים ופרטי פרטים וואס 'שטימען', זענען יעדע איינע פון זיי באזונדער אויסגעארבעט געווארן דורך עוואלוציע און נאטורליכע סעלעקציע?
דאס הייסט אזוי, אמאל זענען געווען ברואים וואס זייערע טעיסט באדס זענען געווען אויפן רוקן און נישט אויפן צונג, און דורך נאטורליכע סעלעקציע האבן די מיט די באדס אויפן צונג זיך מתגבר געווען, למשל ווייל זיי האבן געקענט טועם צו די עסן איז פארדארבן, און אזוי זענען די אנדערע נעלם געווארן.
דערנאך האט זיך עוואלוציע גענומען צו די אויגן, לכתחילה זענען אויך געווען אזעלכע מיט די אויגן אויף די פיס, בסוד עיניו למטה, דערנאך האט נאטור סעלעקטירט די מיט די אויגן אין די הייעך, ווייל זיי האבן בעסער געקענט זעהן וואס עס גייט פאר וכדומה.
אזוי דארף מען לכאורה אדורכגיין יעדע פרט ופרט עד אין סוף.
וא”ת, באמת איז נאר געווען איין משפחה וואס האט געהאט איין מעידשער סיבה סעלעקטירט צו ווערן, און גראדע האבן זיי אזוי אויסגעזעהן - די אויגן אויפן קאפ, די טעיסט באדס אויפן צונג וכו' וכו', איז עס אבער לכאורה קרוב צו אומעגליך אז במקרה זאלן אלע פרטים זיך האבן אויסגעשטעלט באופן אז עס 'שטימט', אהן דעם וואס יעדע פרט זאל באזונדער ווערן אויסגעארבעט.
ממילא איז דאך א פלא הכי גדול, ווי אזוי איז דאס אז אלע מענטשן זעהען אויס בערך די זעלבע? וואלטן נישט געדארפט זיין משפחות מיוחסות מיט די נאז אויפן שטערן? אדער אזעלכע וואס האבן אזא קליין פינגער'ל אריינגעבויעט אונטערן בארד אויף זיך א קראץ צו געבן פון צייט צו צייט? די אלע קלייניקייטן זענען דאך לכאורה נישט קיין מכריעים אין ווער עס זאל איבערלעבן, איז ווי אזוי זענען אלע געווארן אזוי אייניג?
איינס אז זאכען קימען ארויס איינס פין אנדערען, אין נאר די גיטע בלייבען. וואס עפעס בלייבען נאר די גיטע? איז דא 2 טעאריעס:
1) נאטורליכע סעלעקשאן,. ד.ה. אז עס געשענט טריליאנען טריליאנען זאכען דורך עקסידענטס. נאר אלעס וואס איז פארפעקט איז דא ווייל דאס האט איבערגעלעבט. (אזוי עס זאל זיך אויגיסען טינט אין עס שרייבט זיך טריליאנען בוקס, אין נאר די בוק מיט א געהעריגע מעשה איז געבליבען ווייל מענטעשן ליינען עס).
צי זאגען דעס מיז מען "גלייבען" אז די וועלט איז אלט ביליאנען יארען. (אין אסאך סייענטיסען האלטען אז ביליאנען יארען איז נישט געניג פאר די פראססעס). אויך איז שווער מיסינג לינקס. אויך דארף מען ניצען אסאך מאל: lucky break אין קא-אינסידענטס.
די אנדערע טאריע פין עעועלאשען איז אז עס איז די אן אינטעלעדזענט דיזיין אין רצון אין די יוניווארס וואס שטיפט די בריאה צי לעבן אין פארפעקשען (אזוי האט שפינאזע, וואס איז געווען א ספרדישער אפשטאמיגער אין בעל מקובל, אין אינשטיין געהאלטען) דאס ריפט זיך Pantheism
דעס איז אויך די שיטת הקבלה והראשונים אין מרומז בחז"ל. אז די בריאה איז אלקות. אין איין טאג האט אלקות געמאכט א יוניווארס. (נאר עס איז דא אסאך חילוקים פין שפינאזע אין איינטשיין. לויט זיי איז עס מוכרח לויט אינז איז הקב"ה נישט מוכרח. אויך הקב"ה איז אין סוף וכו' וכו'. אויך פארשטיי זיך בנוגע די תורה ומצות).
דער נאך איז כדי צי וויסען אז סדא פרקים וואו למשל chapter 3 פין די בוך וואס איז בכלל נישט אנגעוויזען אויף chapter 2 וואו למשל בייאלעגי מיט קאזמאלעגי אבער ווען די ליינסט די בוך שטימט די מעשה א מחיה. א יעדע chapter האט זיך עקסטער געשריבן אין ערגעץ אי מיטן האבן זיי זיך געטראפן, און פין דעם איז געווארן שלשה אחים