☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » יומענס אף ניו יארק

יומענס אף ניו יארק

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5061

הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:16 am

· #159038
יומענס אף ניו יארק
"אויב זענט איר אדורכגעפארן די ברוקלינער נעווי יארדס נעכטן מיטוואך ביינאכט, וואלט איר געזען אן ערוואקסענעם מענטש וויינען אין א ליידיגן פארקינג לאט". די ווערטער האט ברענדאן סטענטאן געפאוסט אויף זיין בלאג פאריגע וואך דאנערשטאג בייטאג. ווער איז ברענדאן סטענטאן און פארוואס האט ער געוויינט אין א ליידיגן פארקינג לאט אין דעם ברוקלינער נעווי יארד? ברענדאן סטענטאן איז דער פאטאגראפירער און בלאגירער פון יומענס אף ניו יארק (מענטשן פון ניו יארק). סטענטאן איז געווען 25 יאר ווען ער האט זיך געטראפן אן א שטאך ארבעט. ארויס פון קאלדעזש איז ברענדאן געווארן א באנד טרעידער אין שיקאגא. נאך דריי יאר, האט זיין פירמע אים אפגעזאגט צוליב עקאנאמישע שניטן וואס זיי האבן געמאכט. סטענטאן איז געקומען אויף ניו יארק און, זייענדיג ארבעטסלאז, האט ער באשלאסן אנצונעמען א פראיעקט ווי ער וועט פאטאגראפירן מענטשן פון ניו יארק און ווען ער וועט האבן 10,000 בילדער וועט ער דערפון מאכן א מאפע פון ניו יארק סיטי. ער האט אנגעהויבן כאפן די בילדער און זיי ארויפגעשטעלט אויף א פעיסבוק גרופע וואס ער האט גערופן Humans of New York. כאטש ער האט נישט געהאט קיין שום פריערדיגע ערפארונג אין פאטאגראפיע האבן זיינע בילדער אויסגעקוקט גאנץ פראפעסיאנאל.

נאך בערך א יאר פון לייגן בלויזע בילדער האט סטענטאן אנגעהויבן האבן שמועסן מיט די מענטשן וועם ער האט פאטאגראפירט. און סטענטאן האט אנטדעקט אז יעדער מענטש איז אן אוצר מלא, א כאראקטער פאר זיך. סטענטאן האט אנגעהויבן צוצולייגן קורצע זאצן צו די בילדער וועלכע ער האט ארויפגעלייגט אויף פעיסבוק - געווענטליך ציטאטן פון די מענטשן וועמענ'ס בילד ער האט געכאפט. דאס האט גאר שטארק אויסגענומען ביי מענטשן און ביז א קורצע צייט האט זיין פעיסבוק פעידזש אנגעהויבן באקומען טויזענטע לייקס. היינט צו טאגס האט סטענטאן איבער א מיליאן נאכפאלגער אויף סאציאל מידיא, און דער 29 יעריגיער פאטאגראפירער איז א סאציאלער-מידיא שטערן.

זיין הצלחה איז געווען אזוי שטארק, אז הונדערטער ספינ-אפס פון זיין בלאג זענען ארויסגעקומען. עס איז אפילו דא א יומענס אף צפת פעיסבוק פעידזש! סטענטאן האט אויך מיט די יארן פארמולירט אפאר פראגעס וועלכע זענען געצילט ארויסצוברענגן אין קורצע זאצן די טיעפסטע געפילן פון א מענטשן, א שטייגער ווי "ווען דו קענסט ווען געבן ראט פאר א גרויסע גרופע מענטשן, וואס וואלט דאס געווען?" און "וואס איז געווען די טרויעריגסטע צייט פון דיין לעבן?" סטענטאן האט אנטדעקט אז מענטשן זענען גרייט זיך אויפצועפנען פאר א פרעמדן מאן מיט א קאמערא ווי פאר זייערע נאענסטע פריינט.

נאך דריי יאר פאטאגראפירן טויזענטע ניו יארק מענטשן האט סטענטאן באשלאסן צו פובליצירן זיין אייגענעם בוך. גרויסע פובליצירערס האבן אים אפגעזאגט. אפאר האבן געטענהט אז פאטאגראפיע אינטערעסירט נישט קיינעם. אנדערע האבן געהאלטן אז וויבאלד דער בוך אפעלירט נאר צו ניו יארקע איינוואוינער איז דאס נישט אינטערעסאנט פאר אן אינטערנאציאנאלען פובליצירער. איין פובליצירער, סט. מארטין'ס פרעסע, האט יא אנגענומען צו דרוקן דאס בוך. דאס איז געווען א קלוגער שריט פון זייער זייט וויבאלד דער בוך האט באקומען אזויפיל ווי 30,000 ארדערס נאך בעפאר עס איז אפילו געווען צו באקומען!

פאריגע וואך מיטוואך ביינאכט האט ברענדאן סטענטאן געעפנט די ניו יארק טיימס און איז ערשטוינט געווארן צו זען ווי זיין בוך איז אנגעקומען צו זיין דער נומער 1 ניו יארק טיימס בעסטסעלער, איבערנעמענדיג אפילו דאס פלאץ פון ביל אריילי'ס בעסטסעלער "דאס הרגענען פון יעזוס"! דאס האט איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען פאר דעם בוך, און אין זיין ווילדסטען חלום האט סטענטאן זיך נישט פארגעשטעלט אז ער וועט אנקומען צום ערשטן פלאץ אין ניו יארק טיימס.

סטענטאן האט אויך במשך די לעצטע פיר יאר אפגעהאלטן פארשידענע אינדיגאגא אפיעלס ווי ער האט אויפגעטריבן געלט פאר פארשידנארטיגע צדקה צוועקן, פון קויפן א הינטל פאר אן ארעמער אינגל, ביזן אויפטרייבן 300,000 דאלער פאר הוריקעין-סענדי געשעדיגטע. מיט אזא ריזן נאכפאלגערשאפט האט סטענטאן די כוח ארויסצוצוען קליינע סכומים פון טויזענטע מענטשן און אזוי ארום שאפן אסאך געלט.

אבער אזא פאפולעריטעט קומט נישט אן קיין נעגאטיוויטעט. און צום באדויערן האט די נעגאטיווע שטריך פון HONY, ווי זיינע פענס רופן אים, אויך ארויסגערופן נעגאטיווע שטריכן אויף די חסידישע קאמיוניטי פון ניו יארק. ומעשה שהיה כך היה:



I came upon these two on the sidewalk. They were having a conversation. “Excuse me,” I said, addressing the girl: “I’m sorry to interrupt, but is there anyway I can take your photo?”

"Why would you want my photo?" she asked.
"Because you look beautiful," I said. And she did. She was Sudanese. There is a very distinct beauty among people from the Sudan, and she was filled up with it. Suddenly the man cut in:
"I was just telling her she was beautiful," he said.

Naively, I assumed I had just walked up on one stranger giving a compliment to another. I wanted to capture the moment. “Let me take your photograph together,” I said. The man seemed reluctant, he started smiling nervously and inching away. But the girl called him back.

"Come take a picture with me," she said. Encouraged by her attention, he returned. She put her arm around him, and I took the photo.

As I examined the photos on my camera, the man started whispering to the girl. She answered him in a loud voice: “I told you! I’m not that kind of girl.” She seemed agitated now. Finally sensing that I had misread the situation, I stepped between them. The man began hurrying down the sidewalk.

When the man left, the girl’s demeanor changed completely. She seemed shaken. Her eyes were tearing up. “He just offered me five hundred dollars to go out with him,” she said. “And then when I said ‘no,’ he offered me one thousand. Why does this always happen to me?”

"It happens a lot?" I asked.

"All the time," she said. "I’m sorry I’m getting emotional. I just can’t go out of my house without this kind of thing happening. I have a son. I’m a mother. I would never degrade myself like that. I just don’t understand why this keeps happening."

"Do you mind if I tell this story?" I asked.
"Please," she said. "Tell it."

Let’s hope this man, and all men, realize the emotional damage they are inflicting on the women they try to buy. In the meantime, feel free to SHARE.


נאך אפאר טויזענט קאמענטס אויף פעיסבוק, האט סטענטאן אראפגענומען דאס בילד פון זיין פעיסבוק פעידזש, שרייבענדיג אז ער טוט דאס צוליב די בקשה פון די משפחה. פרויען'ס-רעכטן-גרופעס האבן קריטיקירט סטענטאן פארן אראפנעמען דאס בילד פון פעיסבוק, כאטש ער האט עס געלאזט אויף זיין סייט.

די פארווערטס האט געבעטן סטענטאן זיי צו ווייזן זיינע אידישע מענטשן פון ניו יארק, אבער סטענטאן האט זיי צוגעשיקט א נעבעכדיגע סכום פון פיר בילדער. זייענדיג א שטענדיגע יומענס אף ניו יארק נאכפאלגער, האב איך געמאכט א שטיקל קאלעקציע פון אידישע יומענס אף ניו יארק, אט זענען א טייל פון די אידישע בילדער (קאפירייט רעכטן, ברענדאן סטענטאן):

📎 557812_381081748632598_749418784_n.jpg

📎 428588_259337640807010_1206950461_n.jpg

📎 425775_381126125294827_1779227129_n.jpg

📎 391471_352455388161901_506596083_n.jpg

פורים אין קרוינהייטס:
(ליינט פולקאמע דעסקריפציע אויף סטענטאן'ס בלאג)



































הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:19 am

· #159041
📎 426004_259284174145690_1351951097_n.jpg

📎 247374_372553546152085_1910423600_n.jpg

📎 377453_379336652140441_741790025_n (1).jpg

📎 318919_386342644773175_2109787968_n.jpg

הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:20 am

· #159042
📎 tumblr_mbdpbmRNjX1qggwnvo1_1280.jpg

📎 tumblr_miqw9u4dKp1qggwnvo1_1280.jpg

📎 tumblr_mtg8izrAgy1qggwnvo1_1280.jpg

📎 tumblr_mtp0xlkBe01qggwnvo1_1280.jpg

הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:22 am

· #159043
📎 579473_289364257804348_304405554_n.jpg

📎 tumblr_malmc1HRtW1qggwnvo1_1280.jpg

📎 tumblr_maju3o2gri1qggwnvo1_1280.jpg

📎 tumblr_malmcrGr831qggwnvo1_1280.jpg

הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:25 am

· #159044
📎 577583_308825402524900_88817694_n.jpg

📎 543506_291592764248164_207788692_n.jpg

📎 377453_379336652140441_741790025_n (1).jpg

📎 540268_308864809187626_1693434295_n.jpg

הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:27 am

· #159045
📎 563455_290817324325708_1067321793_n.jpg

📎 545401_370843722989734_1344822864_n.jpg

📎 535357_285297611544346_798524623_n.jpg

📎 559064_338468082893965_775382494_n.jpg

הציץ ונפגע » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:30 am

· #159046
📎 tumblr_mrnbf8HLZS1qggwnvo1_1280.jpg

📎 tumblr_mrnjzzD8cJ1qggwnvo1_1280.jpg

📎 576767_303748796365894_2109660442_n.jpg

📎 564622_367562619984511_1751932279_n.jpg

לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:05 pm

· #159052
(דאכציך דער פארווערטס ארטיקל איז נאר פון אזעלכע בילדער וואס זענען ערשינען אין דער בוך)

יואליש » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:17 pm

· #159072
אויף דעם חוה"מ טריפ בילד האט זיך געטוהן א גאנצע געטיאכץ אויף זיין פעיסבוך פעידזש אויב דער אויף די רעכטע זייט איז א זוהן אדער נישט.

מ'קען זעהן אין די קאמענטס אז ער דערגרייכט א אודיענץ וואס האט נישט דאס מינדעסטע השגה איבער ארטאדאקסישע אידענטום'ס לעבענסשטייגער. אנדערע זענע יא גאנץ באקאנט.

נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:18 pm

· #159117
דאס איז מיר געפאלען פון זיין סייט.

השמח בחלקו

ממרום שלח אש » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:22 pm

· #159726
א דאנק הציץ ונפגע פאר די אינטערעסאנטע אשכול, עס איז מיר געווען א נייעס.

דורכקוקנדיג זיין סייט, האט מיר געכאפט די בילד



דארונטער א טרוקענע פאקט,

Last guy who messed with him got whacked.

ידע הציבור ויזהר...

ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:41 pm

· #159809
ער איז געוויס א גלגול פון אדון טשורטשיל.
"Just make sure you don’t put me on a porno site. Actually, you can even do that. I don’t care."
📎 tumblr_mv2qpode8n1qggwnvo1_1280.jpg

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:32 am

· #159861
אוי, דו ווייסט וואס זיי האבן געמאכט מיט דעם מענטש? ער האט געהאט א קאנטעסט מ'זאל פאטאשאפירן דעם טשורטשיל-אפשטאמיגער אין מאדנע פאזיציעס. ער האט ארויפגעשטעלט נאכדעם צענדליגע בילדער. hilarious.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:51 am

· #159868
יידל
אוי, דו ווייסט וואס זיי האבן געמאכט מיט דעם מענטש? ער האט געהאט א קאנטעסט מ'זאל פאטאשאפירן דעם טשורטשיל-אפשטאמיגער אין מאדנע פאזיציעס. ער האט ארויפגעשטעלט נאכדעם צענדליגע בילדער. hilarious.


לינק? א דאנק.

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:40 pm

· #159945
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/media/set/?set=a.542386599168778.1073741828.102099916530784&type=1">https://www.facebook.com/media/set/?set ... 784&type=1</a>

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:48 pm

· #159949
יידל
https://www.facebook.com/media/set/?set=a.542386599168778.1073741828.102099916530784&type=1


ייש"כ, דאס איז ריזיג!!

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 8, 2014 6:13 pm

· #195336
היומענס אוף ניו יארק האט היינט א שיינע בילד פון א אינגע היימישע פארפאלק. זייער מעסעדזש האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין אביסל קאנטראווערסיאל, עי' בהתגובות שם ותמצא נחת.
tumblr_n3q6cchqPQ1qggwnvo1_1280.jpg

עסקן בדברים » דינסטאג אפריל 8, 2014 6:49 pm

· #195341
I can't see the comments. could you post a link

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:55 pm

· #195401

ביבער » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:35 pm

· #195409
What do you want most for her?

Before you ask that, you must know what we want for ourselves. Sure we want her to be happy. And to be successful. But for us, above all it is about serving God.


דער געפעלט מיר נישט, ער האלט א קאוק אין האנט און רעדט נאך פון גאט? רחמנא לישזבן וואו מהאלט שוין היינט.

באמת איך האלט שטארק פון זיין ענטפער, זייער צום פוינט ער איז שטאלץ מיט זיין רעליגיע, א קידוש השם.

ממרום שלח אש » זונטאג יוני 22, 2014 7:00 pm

· #207469
את אשר יגורתי בא

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/humansofnewyork/photos/a.102107073196735.4429.102099916530784/686131084794328/?type=1&theater">https://www.facebook.com/humansofnewyor ... =1&theater</a>

"I've always been terrified of running into you and having absolutely nothing to say."

ביבער » זונטאג יוני 29, 2014 3:54 pm

· #208504
אופס, א פרישער יוחנן כהן גדול.

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/humansofnewyork/photos/a.102107073196735.4429.102099916530784/703035336437236/?type=1&permPage=1">https://www.facebook.com/humansofnewyor ... permPage=1</a>

אפטעמיסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 7:07 pm

· #223212
דער hony איז היינטיגע טעג אויף א רייזע ארום דער וועלט. אנגעהויבן האט ער אין די מוסולומענע לענדער, דערנאך איז ער געפארן קיין אוקריינא און איז אויפ'ן מינוט אין אינדיע. היינט האט ער ארויפגעלייגט א בילד פון א יונגע אינדיאנע מיידל מיט איר מעסעדזש. אירע ווערטער, ווען נישט איך ווייס ער איז אין הודו, וואלטעך געמיינט ער האט געהערט ביי אונז אין ראדני סטריט. איך וועל מעתיק זיין אירע ווערטער ככתבה וכלשונה:

"Some people still prefer the arranged marriage, especially in the countryside where tradition is still strong. The thought is that your parents know you very well, and will make the decision based on experience and not emotion. The divorce rate with arranged marriages is lower, because both families are heavily involved and there are many people committed to making the match work. But the tradition is on the way out. It used to be that you didn’t even see your wife until your wedding day, and you fell in love after your wedding, as you learned to support and care for each other. But today there’s Whatsapp and Facebook, so keeping two people apart is almost impossible. ‘Love marriages’ are becoming much more popular than arranged marriages, and even arranged marriages involve much more interaction than they used to. Many families still choose to uphold the appearance of an arrangement. Their children will come to them and say: ‘I fell in love.’ And they’ll say: ‘OK, let us arrange it.’"

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:44 pm

· #223300
איי עם סאררי אבער ראדני איז נאך א ליכט יאר אונטערשטעליג פון אזא מצב, ליידער.

אפטעמיסט » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:00 am

· #223305
גערעכט. דארט איז מען נישט מוחה אויף וואטסעפפ, אין ראדני יא...

וואס כ'האב מיר בעיקר באצויגן איז געוועהן אויף וואס זי זאגט אז די גטין-ראטע איז נידריג צוליב דעם וואס ס'איז שווער זיך צו גט'ן דארט. דאס האט מיר דערמאנט פון ראדני.

ביבער » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 9:34 pm

· #226943
דאס שותפות מיט די יו-ען האט כנראה היפש משפיע געווען, ער לייגט יעצט ארויף בילדער פון ירושלים און אנדערש ווי ביי אנדערע לענדער שרייבט ער נישט וועלכע לאנד דאס איז, נאר בלויז Jerusalem.

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:06 pm

· #298635
יומענס אוו ניו יארק אנטדעקט עקטשועל יומענס אין איראן.

<a class="postlink" href="https://twitter.com/humansofny?s=09">https://twitter.com/humansofny?s=09</a>

הוגה » זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:10 pm

· #298637
ישראל קאפקע
יומענס אוו ניו יארק אנטדעקט עקטשועל יומענס אין איראן.

<a class="postlink" href="https://twitter.com/humansofny?s=09">https://twitter.com/humansofny?s=09</a>


די יעצטיגע פאקיסטאן/איראן סעריע איז זיין בעסטע ארבייט so far. ווען איך ליין ווען די קאמענטארן אן זעהן די בילדער, וואלט איך מיר געקענט שווערן אז ער רעדט צו חרדי'שע און געוועזענע חרדי'שע אידן. אויך האט עס מיר געגעבן א נייע בליק אויף איראן און די איראן דיעל. דאס איז לכאורה געווען זיין מטרה.


.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 3:20 pm

· #299367
אבאמא לאזט איבער א קאמענטאר אויף יומענס אוו ניו יארק איראן בילד.

<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/humansofnewyork/posts/1071651066242326:0?locale2=en_US&__tn__=%2As">https://m.facebook.com/humansofnewyork/ ... _tn__=%2As</a>
📎 IMG_20150903_151905.jpg

כלבאשבוע » מאנטאג אפריל 4, 2016 3:01 pm

· #327569


“I emigrated from Liberia at the age of eighteen, and a lovely Jewish family took me in and helped fund my education. Their names were Anne and William Rothenberg. They had never even met me before. But they allowed me to live with them and introduced me to everyone as their daughter. They would never explain beyond that—it was always just ‘our daughter.’ It was so fun to see the confusion on people’s faces. They’ve both passed away. But a few years ago I started a scholarship fund for Liberian children, and I named it after them.”

איר פאנדעישאן: <a class="postlink" href="http://www.awrothenbergfund.org">http://www.awrothenbergfund.org</a>

הוגה » מאנטאג מאי 9, 2016 9:24 pm

· #332346
ברענדאן סטענטאן פון יומענס אוו נו יארק דריי זיך אין די לעצטע פאר טעג אין די קינדער אפטיילונג פון די מעמאריעל שפיטאל אנקאלעדזשי דעפארטמענט. א שטיין קען צוגיין פון ליינען וואס קינדער מאכן נעבעך מיט אין זייער יונגע לעבן. פון די אנדערע זייט איז נישט משיג צו זיין פון וואו אזעלכע קליינע קינדער פארמאגן אזא גבורה.

ער האט אויך אינטערוויוס מיט דאקטוירים און נורסעס. עס איז אויך א קידוש השם צו ליינען די קאמענטס (אויף פעיסבוק) וואו מענטשן וואס האבן עס אליין מיטגעמאכט אדער גייען עס יעצט אדורך, זענען מחזק די פאציענטען און זייערע עלטערן.

ער האט יעצט א קאמפיין צו שאפן געלט פאר די פעדיעטריק אפטיילונג אין די מעמאריעל שפיטאל.


.