☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » NSA שפיאנאזש סקאנדאל ברייטערט זיך אויס
NSA שפיאנאזש סקאנדאל ברייטערט זיך אויס
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5060
רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:32 am
· #159022
די חוצפה איז גרויס, מ'האט אינטערגעהערט מערקעל'ס פריוואטע סעלפאן פאר 10 יאר! אבאמא האט קודם געזאגט אז ער האט נישט געוואוסט (כאכא) אבער יעצט איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט עס נאכאמאל באשטעטיגט אין 2010 נאכדעם וואס ס'האט עקספייערט. טשעני האט גוט געזאגט די וואך, אונזערע שונאים האבן נישט מורא פון אונז, און אונזערע פריינט טראסטן אונז נישט.
רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:40 am
· #159025
די שאדן וואס סנאדען האט געטוען פאר די אמריקאנער רעגירונג וועט זיך פילן פאר הונדרעטער יארן. צו ער האט געטון גוט אדער נישט איז א שמועס פאר זיך. ער האט איבערגעדרייט די סדר העולם פון לענדער פריינט, פיינט על פיה, מיט אלע פאליטיק וואס קומט מיט דעם, און ער איז נאכנישט פערטיג. ס'איז אומגלובליך די אפעקט פון דעם.
הוגה » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:53 am
· #159032
רויטע וואנצעס
די שאדן וואס סנאדען האט געטוען פאר די אמריקאנער רעגירונג וועט זיך פילן פאר הונדרעטער יארן. צו ער האט געטון גוט אדער נישט איז א שמועס פאר זיך. ער האט איבערגעדרייט די סדר העולם פון לענדער פריינט, פיינט על פיה, מיט אלע פאליטיק וואס קומט מיט דעם, און ער איז נאכנישט פערטיג. ס'איז אומגלובליך די אפעקט פון דעם.
די שאדן וואס סנאודען האט אנגעמאכט אדער וואס די אמערעקאנער רעגירונג האט אנגעמאכט?
בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:11 pm
· #159070
הוגה
רויטע וואנצעס
די שאדן וואס סנאדען האט געטוען פאר די אמריקאנער רעגירונג וועט זיך פילן פאר הונדרעטער יארן. צו ער האט געטון גוט אדער נישט איז א שמועס פאר זיך. ער האט איבערגעדרייט די סדר העולם פון לענדער פריינט, פיינט על פיה, מיט אלע פאליטיק וואס קומט מיט דעם, און ער איז נאכנישט פערטיג. ס'איז אומגלובליך די אפעקט פון דעם.
די שאדן וואס סנאודען האט אנגעמאכט אדער וואס די אמערעקאנער רעגירונג האט אנגעמאכט?
יעדע רעגירונג און לאנד דארף זיך נעמען אין קאפ אריין "סאיז נישט דא קיין 'פריינט' צווישען לענדער, ס'איז דא 'אינטערעסן', ממילא דארף מען זיך רעכטן אז אפילו די וואס האבן די זעלבע אינטערעסן ווי דיר, קענען דיר אויך נאכקוקן און שפיאנירן"
ס'האט דען איינער א הוא אמינא צו מדינת ישראל שפיאנירט אויף א אמעריקא, אזוי אויך פארקערט, יונתן פאלארד יוכיח
בדרך אגב, ס'איז נישט באשטעיטיגט אז אובמא האט עס באנייעט די NSA אונטערהער אפאראציע (יא יא ממש אן אפאראציע, 10 יאהר און א צו, 24 שעה טאג) אויף מארקעל, דערוויל לייקענט עס די NSA אליינס און ווי פארשטענדליך די ווייסע הויז
שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:33 pm
· #159077
די וואך שטייט אין די נייעס אז נישט נאר זיי שפיאנירן אויף יעדן בירגער'ס טעלעפאן קאלס און מעסעדזשעס, נאר זיי קוקן ווער שיקט פאר וועמען, און טאמער איינער חבר'ט זיך מיט א פארדעכטיגטן אויף זייער ליסטע גייט דער יעניגער אויך ארויף אויף די רויטע ליסטע.
חברך חברא אית ליה, וערבך ערבא צריך.
רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:46 pm
· #159080
הוגה
רויטע וואנצעס
די שאדן וואס סנאדען האט געטוען פאר די אמריקאנער רעגירונג וועט זיך פילן פאר הונדרעטער יארן. צו ער האט געטון גוט אדער נישט איז א שמועס פאר זיך. ער האט איבערגעדרייט די סדר העולם פון לענדער פריינט, פיינט על פיה, מיט אלע פאליטיק וואס קומט מיט דעם, און ער איז נאכנישט פערטיג. ס'איז אומגלובליך די אפעקט פון דעם.
די שאדן וואס סנאודען האט אנגעמאכט אדער וואס די אמערעקאנער רעגירונג האט אנגעמאכט?
גלייב מיר יעדער טוט די זעלבע שגץ שטיק ווי אמעריקא, איינער מער איינער ווייניגער. אוודאי איז עס א גוואלדיגע עולה און שאדן פאר אנדערע לענדער וואס אמריקא האט געטוען, אבער די עבירה איז צו ווערן געפאקט בי די מעשה, און סנאדען האט געמאכט זעכער אז יעדער ווייסט דערפון.
שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 4:15 pm
· #159102
די היומען פרייוועסי אדוואקאטן פארלאנגען ענטפערס פון די NSA
http://www.pcworld.com/article/2058560/ ... lance.html
יאיר » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:08 pm
· #159154
ווי אזוי האט די איצטיגע סקאנדאל מיט מערקעל א שייכות מיט סנאודען'ס אויפדעקונגען?
רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:42 pm
· #159164
יאיר
ווי אזוי האט די איצטיגע סקאנדאל מיט מערקעל א שייכות מיט סנאודען'ס אויפדעקונגען?
ס'איז א תוצאה פון זיינע ליקס.
http://www.nydailynews.com/news/politic ... -1.1497446
http://www.examiner.com/article/2013-10 ... ng-witness
בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:29 pm
· #159175
יאיר
ווי אזוי האט די איצטיגע סקאנדאל מיט מערקעל א שייכות מיט סנאודען'ס אויפדעקונגען?
דער סנאודען איז א געריבענער סוחר, יעדע 2 - 3 חדשים דערלאנגט ער נאך א קלינג'עדינגע פראסק פאר די אמעריקאנער רעגירונג
ער איז איינגעזעצן פאר א שטיקל צייט, ווייל ער האט געהאט פראבלעמען ווי צו וואונען.... די מינוט וואס מר פוטין פון רוסלאנד האט אים געפענט די גרענציטן פון די לופטפעלד (ווי ער האט זיך אויפגעהאלטן פאר באלד א חודש) האט ער אנגעהויבן ארויסצוגעבן נאך סחורה, איך מיין, מען מוז דאך פון ער ערגץ לעבן, ער פארקויפט די אינפארמאציע וואס ער האט פאר גוט געלט, וועלכע נייעס אגענטור צאלט דאס מערסטע דער איז זוכה צו טועם זיין אביסעלע פון די גינ'גאלד סחורה און עס שיקן ווייטער
זאך קענער זאגן אז ער האט ביז דערווייל הט ער ארויסגעגעבן א טיפה מן הים הגדול פון וואס ער פארמאגט ביי זיך.
די שאלה איז וואס וועט געשעהן פארדעם, צו וועט ער קודם רעליסן די סחורה אדער ער וועט איין טאג מיסטרעיז פארשוואונדן ווערן
עץ השדה » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:58 pm
· #159183
לויט מיין מיינונג האט עדווארד סנאודען געטון א שרעקליכע פארראט פאר די אמעריקאנער אינטערעסן, לאמיר דאס אביסל אנאליזירן. ראשית כל מען אנטפלעקט דאס נישט גלייך צו א צייטונג, קודם טרעט מען אויף דערקעגן ביים קאנגרעס און סענאט און נאכדעם פרובירט מען אנדערע וועגן, ער איז א געפערליכע פאררעטער, און מען דארף אים אפשטילן פאר יעדע פרייז, אדרבה לאזט הערן ענקער מיינונג. ער קען זיך שוין אידענטפיצירן מיט ראבערט הענסען ודומה לו.
בערל_פרוכטבייסער » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:32 am
· #159240
עץ השדה
לויט מיין מיינונג האט עדווארד סנאודען געטון א שרעקליכע פארראט פאר די אמעריקאנער אינטערעסן, לאמיר דאס אביסל אנאליזירן. ראשית כל מען אנטפלעקט דאס נישט גלייך צו א צייטונג, קודם טרעט מען אויף דערקעגן ביים קאנגרעס און סענאט און נאכדעם פרובירט מען אנדערע וועגן, ער איז א געפערליכע פאררעטער, און מען דארף אים אפשטילן פאר יעדע פרייז, אדרבה לאזט הערן ענקער מיינונג. ער קען זיך שוין אידענטפיצירן מיט ראבערט הענסען ודומה לו.
ראבערט הענסן איז א משל, וויל דער סנאודען האט קאליע געלייגט קשרים פון וויכטיגע און פריינטליכע מדינות, יארן וועטנעמען ביז דייטשלאנד וועט 'אמת'דיג' באנייען די שפיאנאזש באצואינגען מיט אמעריקע
(כ'האב געשריבן אמת'ע ווייל פון דרויסן וועלן זיך די דייטשן מאכן ווי מפטירין כדאתמול, די אמעריקאנער וועלן מיטשפילן, פארוואזשע דען נישט, אבער די טראסט איז פארברענט געווארן, ס'איז ניטאאמהל געבליבן קיין אש און פארעך)
רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:51 am
· #159245
http://edition.cnn.com/video/data/2.0/v ... g.cnn.html
דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:51 am
· #159247
עס איז נישט ממש אזוי, עס איז אנצונעמען אז סנאודען האט נישט ממש מחדש געווען קיין חידושים פאר די הויך ראנגיגע קארפן קעפ אין די שפיאנאזש געמיינדע, זיי האבן מסתמא אליין געוויסט - אדער פארדעכטיגט - וואס עס טוט זיך, כאטש אפשר נישט אויף אזוי ווייט. די אלע "שטורעמעס" און "איבערקערענישן" וואס פאלגן אויטאמאטיש נאך אזאלכע "אויפדעקונגען", איז נאר צו שפילן דעם געים.
לגבי סנאודען גופא, ער איז א הירא! ער האט געטון א געוואלדיגע זאך, שטעלן א טראפקעלע די אמעריקאנער אין פלאץ. עס מעג עקזיסטירן ביי "ביג בראדער" אזא מין געפיל אז כאטש טאקע זיי האבן די מעגליכקייט זאלן זיי דאך זיך איינהאלטן פון שפיאנירן אויף מענטשן. נאך אלעם, איז דאך אומלעגאל צו שפיאנירן אויף מענטשן אן א קאורט ארדער.
I'm back » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:09 am
· #159325
עס האט אסאך ענליכקייטן צו מאלעסטעישאן ביים היימישע ציבור.
איינער ליקט און מסר'ט, און טייל מענטשן טענה'ן אז מען האט עס געדארפט טון כדי אפצושטעלן מאלעסטעישאן, און טייל זאגן אז עס מאכט נאר קאליע...
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:23 am
· #167300
די גרעסטע אינטערנעט קאמפאניס האבן זיך צאמגענומען און אריינגעגעבן א בקשה צו די אמעריקאנער רעגירונג און אויפגעפאדערט אויפצוהערן מיט די שפיאנאזש אקציעס....
http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=13298
petergrifin » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 6:43 pm
· #171521
worse and worse
http://www.engadget.com/2013/12/29/nsa- ... es-buyers/
שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:27 pm
· #172568
קענט איר גלייבן?
די NSA האט אינסטולירט שפיאנזש אין ברענד-ניו קאמפיוטערס, ווי למשל ביי דעלל וכדומה.
ווען דער קאסטומער האט פרייליכערהייט באקומען זיין ספענקינג נייע קאמפיוטער, האט ער נישט גע'חלומ'ט אז מאחורי הפרגוד ליגט באהאלטן א רעקארדירער אדער אנדערע סארט ספייוועיר און יעדע זאך וואס ער טוט דערויף ווערט רעקארדירט און אפגעשיקט צו די NSA חברה. שומו שמים!
http://www.pcworld.com/article/2083300/ ... yware.html
שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:51 am
· #172615
שאקירענד. איינער שיקט מיר די לינק אין אישי.
מען קוקט אייך נאך... אלעס!!!
והלואי שיהי' מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם...
http://www.huffingtonpost.com/2013/11/2 ... 46128.html
איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 1:00 am
· #172620
האסט טאקע געמיינט די שמייליגע וואטשן נישט קיין פארן? ביז צו די 70 בתולות דארף מען אויך א פ.
שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 5:19 pm
· #325508
NSA is so overwhelmed with data, it's no longer effective, says whistleblower
One of the agency's first whistleblowers says the NSA is taking in too much data for it to handle, which can have disastrous -- if not deadly -- consequences
http://www.zdnet.com/article/nsa-whistl ... neffective
טאמבל סאס » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 3:57 pm
· #355548
Fast forward to 33:05
https://youtu.be/98eabjjAEz8