☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאביל סייט, גייט פון וואו איר זענט געקומען!

מאביל סייט, גייט פון וואו איר זענט געקומען!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5050

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:44 am

· #158809
מאביל סייט, גייט פון וואו איר זענט געקומען!
איך בין סך הכל א נייע גאסט דא אין שטיבעל (טו בי עקזעקט בין איך שוין ארויף אין ראנג און ווער פארעכענט אן "אנשי שלומינו"). איז פאר איך קריטיקיר וויל איך פותח זיין בכבוד אכסניה. איך מיז מודה זיין אז ביים אנדעקן קאווע שטיבעל האב איך מיר געשפירט ווי קלאמבאוס ביים אנדעקן אמעריקא; קאווע שטיבעל איז א יחיד במינה, ממש זיך צו דערקוויקן, כמים קרים על נפש עייפה.
איך האב נאר איין הערה. די לעצטע וואך בערך דריי איך מיך ארום דא אין שטיבעל און וואונדער זיך אז קיינער רעד נישט פון דעם נייע מאביל סייט וואס איז אריין אין קראפט. איך פראזענליך האלט אז סאיז געוועהן אסאך מער באטאמט אן דעם. די גאנצע לעי אוט טויג נישט- כווייס נישט, כהאב עס פיינט (שוין באלד מער ווי דער סיסטעם). ווען נאך אפאר ניקס זאלן רעדן דערוועגן וואלטן די גבאים אפשר געשפירט אז דער ערד ברענט אונטער זייער פיס און עס שאפט זיך א רעוועלוציע אין קאווע שטיבעל, אבער אז די עולם בלייבט שטיל- וואו וועט מען אנקומען?

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:52 am

· #158811
אוודאי רעדט מען דערפון, כמדומה אין "כלליותדיגע פראבלעמען".

סטיב ג׳ובס » זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:00 am

· #158813
שלום עליכם אפטעמיסט, ווי קאווע טרינקער ערווענט רעדט מען יא דערפון און עס איז דא א לעזונג ווויאזוי צרוקצודרייען דעם זייגער צום אלטן אויסלייג. אבער ביטע, מאכט נישט קיין רעוואלוציע ווייל איך גלייך יא דעם נייעם מאבייל אויסשטעל, אויסער די פאקט אז עס לאודט זיך סאך שנעלער.

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:03 am

· #158821
קאווע טרינקער
אוודאי רעדט מען דערפון, כמדומה אין "כלליותדיגע פראבלעמען".

וואו איז דאס "כלליותדיגע פראבלעמען"?

ברסלבער » זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:10 am

· #158824
קוק פון דא און ווייטער.