☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » גוי דערשטעכט א גאנצע פאמיליע אין סאנסעט פארק

גוי דערשטעכט א גאנצע פאמיליע אין סאנסעט פארק

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5048
בלאט: 1 2

דער (פינטעל) איד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:26 pm

· #158884
דענקער
פרישער, דאס איז פונקטליך די פראבלעם. ווען א גאנצע משפחה איז געווארן אויסגעשלאכטעט, אנשטאט צו טרויערן אין ווערן שאקירט אויף די פארלוסט פון מענטשליכע לעבנס. ווערט דאס תיכף קאטעגאריזירט לויט רעליגיע ליניעס. צו איז דאס אפאטיע "אבי נישט צווישן אידן", אדער קאלטבלוטיגקייט "כן יאבדו", אדער גאר אלס הוכחה אז אלע גויים זענען מערדער און רויבערס.

דא איז געשען אן אומגליק. עטליכע היומען ביאינגס האבן גרויזאם און פריצייטיג פארלוירן זייער לעבן. פינטל. יעדער מענטש מיט אן אומקארופטירטע מאראל קאמפוס דארף דאס וויי טון. מיר וועלן שוין שפעטער אויסקלארן צו זיי זענען געווען כפרות אויף אונזערע זינד. אדער זיך קלאפן אויף די פלייצע אז מיר זענען נישט (?) קיין מערדער.

דו [אדער לעקוואד] זענען די וואס האבן אנגעהויבן קאטעגאזירן לויט רעליגעזע ליניעס, יעצט לייגסט עס אן אויף מיר פאר'ן שרייבן "גוי"'? דאס ווארט גוי האט גארנישט מיט רעליגיע, ער וואלט געקענט זיין פון איסלאמישע רעליגיע, קריסט, קאטאליק, הינדו בודי שמודי אדער דזשהאווענס וויטנעס. ענק ווילן סתם דרייען א קאפ.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:36 pm

· #158888
zurich
ניין לעיקוואד ער דרינגט עס נישט ארויס פון דיינע ווערטער גופא,ער דרינגט עס פון צווישן די שורות אין פון וואס ליגט פון אינטער דיינע ווערטער

אמת פון דיינע ווערטער זעהט מען נישט גארנישט
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש לו.

צו שרייבן פארגרייזטע מאמרי חז"ל, דאס לאז איבער פאר הרב פרישער הי"ו. דער ריכטיגער מאמר אין די משנה אין פרקי אבות איז "אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו". 😂 🙄

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:36 pm

· #158889
ביניך נישט אחראי אויף וואס יעדער זעהט אונטער מיינע ווערטער, צווישען די שורות, אדער אונטער די דאכענע.

מיט אזוינע טענות איז דאך נישטא קיין וועג צו פארהאנדלען. איך זעה צווישען דיינע שורות אז דו גייסט יעצט א גרינע אונטערהעמד מיט שווארצע שורות. ווייז מיך אויף אז נישט. אזוי קען מען נישט פירען קיין שמועס.

(נאך די רידינג קאמפריהענשין קלאס, גייט מען אויסלערנען דער עולם כללי שמועסען וויכוחים. וואספארא סארט טענות קומען בכלל אריין אין א שמועס אנצווישען צוויי מענטשען און וואס זענען סתם אזוינע פילערס ארויסגיין מיט א הרגשה אז מען איז גערעכט אן האבען געזאגט קיין שום תוכנ'דיגע טענה).

נהורא נפישא » זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:39 pm

· #158892
להערה בעלמא דא און אויף אנדערע פלעצער אין ק"ש ווערט גערעדט פון אידען .vs "די גויים" אויף עפעס א מין מצומצמדיג אופן אזש ס'קלינגט ממש אזוי קליינשטעדלדיג בעת ווען מיר רעדן פון דעם אידישן פאלק -וואס בדרך אגב פאר ווער ס'ווייסט נישט, רוב רובם זענען נישט רעליגיעז- אקעגן זעקס ביליאן יושבי תבל וואס רעכנט אריין די ווייסע ראסע, די געלע ראסע, די ברוינע ראסע, די טונקעלע ראסע, רוסן,פאלאקן, דייטשן,פראנצויזן, ענגלענדער, איטאליענער, איירישער, אמעריקאנער, אפריקאנער, מעקסיקאנער, פארטריקאנער, בראזיליאנער,כינעזער, קאריער, יאפאנעזער, ווי אויך אין יעדען נאציאן איז פארהאן עליטע, מיטל קלאס, נידריגע קלאס, מינאריטעטען, היימלאזע.
אלעס אינטער איין קאטאגאריע גויים, ווי נאריש.

דער (פינטעל) איד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:41 pm

· #158893
וואו האסטו געזען איינעם אפאטעמען איבער די טראגעדיע? דו קומסט מיר פאר זייער האספול און דיין מיינד איז שוין פרי-פראגרעמד צו זען וואס דו ווילסט זען קעגן ערליכע אידישע קינדער. יעדן האט וויי געטון אויף דע טראגעדיע, און ווען איינער האט נאכגעברענגט א וויצל האט מען עם אפילו פארדאמט.

zurich » זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:45 pm

· #158895
לעיקוואד: אבער ווי זעהסטו אז מיין מיינד איז אזוי פרי-פראגרעמד?

zurich » זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:51 pm

· #158898
אז א נייע מיטגליד וואקט דא אריין ער ווינדערט זיך אזא פשוט'ע נייעס זאל שוין האבן 3 פעידזעס!

לעיקוואד איך האב מורא דו מאכסט שוין דא א סאטומוכע ווי ביי ד.טמבור.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:02 pm

· #158904
נהורא נפישא
להערה בעלמא דא און אויף אנדערע פלעצער אין ק"ש ווערט גערעדט פון אידען .vs "די גויים" אויף עפעס א מין מצומצמדיג אופן אזש ס'קלינגט ממש אזוי קליינשטעדלדיג בעת ווען מיר רעדן פון דעם אידישן פאלק -וואס בדרך אגב פאר ווער ס'ווייסט נישט, רוב רובם זענען נישט רעליגיעז- אקעגן זעקס ביליאן יושבי תבל וואס רעכנט אריין די ווייסע ראסע, די געלע ראסע, די ברוינע ראסע, די טונקעלע ראסע, רוסן,פאלאקן, דייטשן,פראנצויזן, ענגלענדער, איטאליענער, איירישער, אמעריקאנער, אפריקאנער, מעקסיקאנער, פארטריקאנער, בראזיליאנער,כינעזער, קאריער, יאפאנעזער, ווי אויך אין יעדען נאציאן איז פארהאן עליטע, מיטל קלאס, נידריגע קלאס, מינאריטעטען, היימלאזע.
אלעס אינטער איין קאטאגאריע גויים, ווי נאריש.

ס'קען זיין אז ס'איז נאריש אבער די גויים זעלבסט האבן אזוי קלאסיפיצירט די אידן. אלע אידן. אפגעזעען פון אשכנז'ישע, ספרד'ישע, אזיאנער, רייכע, ארימע מיטלקלאס, ארטאדאקס, קאנסערוואטיוו אדער רעפארם. אפילו משומדים אויך. ס'האטציי גארנישט געהאלפן און ס'העלפט נאכאלץ נישט צו זיין סאפיסטיקירט און פאליטקלי קארעקט. א איד איז א איד און א גוי איז א גוי. 🙄 😳 😢

נהורא נפישא » זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:17 pm

· #158911
סאררי בעל עגלה פיר אפ דיינע קליענטן פון איין דארף צום צווייטן it's a lost case
דרך אגב כ'מיין גארנישט פערזענליך.

איינגעמיירעט » זונטאג אקטאבער 27, 2013 6:56 pm

· #158926
לעיקוואד
איינגעמיירעט
לעיקוואד
פארוואס איז מער שרעקעדיג אז א איד הרג'ט איינער ווי אז א גוי הרג'ט?

ווייל פארשידענע פון די באזוכער דא, גלייבען און תורת משה און דארט שטייט אז יודען וואס זענען נאמן צו תורה ומצוות, ווערען א ממלכת כהנים און גוי קדוש און זיי ווערען מער דערהויבען, און מער אויסגעאיידעלט,און פירען מער א upper clase לעבן.
און ממילא ווען מזעעט יודען וואס לעבן נישט מיט דיע potential וואס זיי וואלט וועין געקענט לעבן טוט עס וויי.
פארשטייט זיך סטוט נור וויי פאר איינער וואס גלייבט אז די אויבערשטער האט בוחר געווען און די יודען.

אן אינטרעסאנטער פשט האט איר אין דער ממלכת כהנים וגוי קדוש. אז אידען זענען נישט עלול צו הרג'נען. לכאורה לויט אייער מהלך איז דער לא תרצח געזאגט געווארען פאר גוים.

איך פארשטיי אינגאנצען נישט וואס די רעדסט,דאס שטייט דאך דא ווייל די אויבערשטער וויל אונז זאלען זיין א גוי קדוש, זאגט ער אונז לא תרצח אלץ איינע פון די זאכען פון זיין א גוי קדוש.

אדער די אומצאליגע יידישע רוצחים וואס מרי טרעפן אין תנ"ך און לאורך די גאנצע היסטאריע זענען עפעס סתם אזוינע מפיל קינדער און נישט באמת אידיש.

[color=#FF0040]וואו האסטו מיר געזען שרייבען אז א יודען האבען נישט געהארגעט?
קוק נאכאמאל וואס איך האב געשריבען,איך האב געשריבען אז און ממלכת כהנים וויל די אויבערשטער אונז זאלען זיין א העכער פאלק,און ווען מזעעט יודען וואס האלטען זיך נישט דערצו טוט עס וויי א יעדע יוד וואס פארשטייט וואס א יוד וואלט וועין געדארפט זיין.
[/color]

איין זאך איז מיר זיכער, אז צו הערן פון א משפחה וואס ווערט דערמארדערט און אפאטאמען אה ב"ה עס איז סתםא כינעזער, ווי פרישר האט אזוי שיין ארויסגעברענגט, דאס איז גארנישט קיין אפאר קלעס אויפיראכץ, און עס איז א פלא ווי בנשימה אחת קען מען זאגען אז אידען זענען אפפער קלעס און זיך אזוי ארויסדרוקען כלפי א צווויטער היומאן ביינג.
קיינער דינגט זיך נישט אויף דעם אוודאי איז עס א הארץ געשריי,אבער די אויבענדערמאנטע געשריי (וויאזוי א יוד קען טוהן אזא זאך) איז נישט דא.

שיין צו זעהן ווי יעדער איינער וואס זאגט נישט ווי אייך באשולדיגט איר גלייך אין זיין א כופר צו וואס. כאילו ערגעץ איז דער גאנצער שמועס תלוי בכלל אין די שאלה צו דער אייבישטער האט בוחר געווען אין די אידען אדער נישט.
איך הייב אן צו טראכטען אז יידל איז גערעכט און מען דארף אויסלערנען אביסעל רידינג קאמפריהענשין פאר דער עולם פשוט.

נא מיין איך אז די זאלסט דיך טאקע גיין לערנען,העסטו האבען א שענער פנים.

הדד בן בדד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:14 pm

· #158943
רבותי, איים סיק טו די באון. איך ווער פלעין קראנק פון די פאריקטע מעשה.

איך וויל זיך אפשטעלן פאר א מינוט, און צונעמען וואס דא איז געשעהן און וואס גייט יעצט זיין.

קומט א פארפאלק פון כינע, קומט קיין אמעריקא לעגאל, (אדער נישט נאר זענען געווארן לעגאל) ארבעטן פלייסיג און ערווערבן זיך א נארמאלן לעבן. נישט אויפגעריסן, נישט עפעס ספעציעל רייך, נאר נארמאל. עס קומט אן איר'ס א קרוב פון כינע, וועלכער האט געארבעט דארט עבודת הפרך און באקומען א טעלערל רייז דערפאר, און זיך ענדליך דערלעבט אנצוקומען צו דעם אזוי געגארטן אמעריקא, ווי ער גייט עס מאכן און האבן געלט. קומט ער אן, ווערט ער געוואר אז מען קען טאקע דא מאכן געלט, אבער פאר דעם דארף מען ארבעטן שווער. איייי, נישט דאס האט ער געמיינט, ער האט געוואלט האבן געלט און מאכן א לעבן אן דארפן ארבעטן שווער.

אבער אז מען ארבעט נישט האט מען נישט, און אז מען האט נישט, קען מען נישט באצאלן רענט. נו וואס טוט מען. נישט קיין פראבלעם, מען זעצט זיך אריין ביים קוזינע אינדערהיים. און זי, די פיינע קוזינע נעמט אים אריין און שטעלט אים צו מטה כסא שולחן ומנורה. אבער ער ווייסט דאך אז דאס גייט נישט אייביג אנהאלטן אזוי, און עס קרענקט אים. קוק די קוזינע האט און איך נישט.

ווייסט איר וואס, איך האב אן עצה, וואס איך וועל האבן דערפון ווייס איך נאך נישט, אבער קודם וועל איך שוין נישט אזוי קרענקען פון קנאה, די קוזינע וועט אויך נישט האבן מער. געטראכט און געטוהן. מען גייט אריין אין קאך, מען כאפט דעם גרעסטן מעסער, און... על השחיטה...

איך קען נישט טראכטן דערפון, איך זאג אייך איך האב שוין היינט געוויינט און געשאלטן, עס מאכט מיך פלעין קראנק.

און וואס מיינט איר גייט יעצט זיין?

מען גייט דעם קאלטבלוטיגן חי' טורפת צושטעלן א לויער, און א שיינעם בחינם'דיגען צימער אין תפיסה, אסאך נייעס דעקונג ביזן טרייעל, און א ברייט געדעקטן משפט (כאילו עס איז דא דא איבער וואס צו משפט'ן), און נאך דעם גאנצן שווערן משפט, ווי מען גייט אויפווייזן אז מען האט דעם מערדער געכאפט מיט בלוטיגע הענט און פוס, דמם מטפטף והרוגים מפרפרים, און ער האט זיך מודה געווען און עס אפילו בארעכטיגט ווייל זיי האבן געהאט און ער נישט (כ'ווייס נישט, אפשר לויט אבאמא איז ער גערעכט, ווען ער וואלט געווען א כינעזער און געהאט א זוהן וואלט ער מן הסתם פונקט אזוי געווען), און אויב איז דאס נישט גענוג האט ער נאך בא'מקל'ט אפאר פאליציאנטן וועלכע האבן נישט פונקט אזוי מיטגעהאלטן מיט אים, און די הויכגעשפריצטע באשוואוירענע דשוריסטן גייען - נאכן שווער באטראכטן אלע באווייזן - ארויסגעבן א פסק: "שולדיג".

אבער מיט דעם גייט זיך עס נאך נישט ענדיגן. מען קען דאך נישט תיכף נאך זאגן שולדיג, מחליט זיין אזוי שנעל וואס דער שטראף זאל זיין, מען דארף דאך עס שוקל זיין און דורכזיפן בשבעים נפה, גייט מען דעריבער מאכן א ספעציעלן דעיט, א טאג ווען דער הויכפארדרייטער שופט גייט נאכאמאל אלעס באטראכטן, און לויטן חומרת הפשע גייט ער ארויסגעבן א געוואויגן און געמאסטענעם שטראף, וועלכע זאל זיין פונקט אזוי הארב ווי דער עבירה, נישט חלילה מער, און אויך נישט ווייניגער למען ה'.

און נאך דעם לאנג פארצויגענעם יושר'דיגן פראצעדור, גייט דער מערדער ימח שמו ווערן אפגעשיקט צו זיין אייביגער רוה, דא אויף די וועלט, זיין בחינם'דיגער אמעריקאנער חלום, ווי ער וועט נישט דארפן ארבעטן, באקומען עסן און שלאפן (און דראגס און ס..ס וגו' וכו') בחינם, (בחינם זאג איך, אונז אלע גיימער באצאלן דערפאר) און זיך אויסלעבן זיינע יארן במנוחה נכונה, בשעת ווען זיינע אומשולדיגע קרבנות (סארי, איך קען נישט, איך האב אויך קינדער, איך פיל ווי איך גיי אראפ פון זינען) גייען ליגן אין דער ערד און נישט האבן געהאט אפילו די מעגליכקייט פון א טשענס דא אויף די וועלט. און דער נעבעכ'דיגער פארווייטאגטער טאטע וועט מן הסתם קיינמאל נישט צו זיך קומען פון דעם גרויזאמען אומגליק.

מורי ורבותי, איך ווייס נישט אויף וואס פאר א וועלט מיר לעבן דא. עס איז דאך נישט דא דא קיין שאלה און קיין פראגע צו ער האט עס געטוהן און פארוואס ער האט עס געטוהן. למען השם, פארוואס נעמט מען נישט דעם שמוציגן נבילה און מען גיט אים וואס עס קומט אים. פירט אים אריין אין יענעם געגענט, זוכט אויף דעם מעסער וואס ער האט גענוצט, און לייגט אים אראפ דארט כאבן דומם פאר די איינוואוינער, שכנים גוטע פריינט און משפחה פון די דערמארדעטע, און לאזט זיי טוהן מיט אים כטוב בעיניהם.

שוין, ווילט איר נישט איינפירן אזא סארט יוסטיץ אין איייער לאנד? נישט אז איך בין מסכים מיט אייך, אבער איך קען עס דערהערן, אבער כאטש נעמט דעם נאדעלע, לייגט אריין דארט איין דאזע פון דעם ריכטיגן געווירץ, ריקט עס אריין אין זיינע אדערן און שיקט אים מיט מיט זייינע אומשולדיגע קרבנות, רייניגט אפ די וועלט פון אזעלכע עקלהאפטיגע אפפאל, ער האט נישט קיין זכות קיום, די ערד וואלט דאך אים געדארפט איינשלינגען ווי קורח בשעתו, אבער אז די ערד טוט עס נישט זאלן מיר עס כאטש טאן.

איך ווייס נישט, איך קען פלעין נישט ענדיגן. גלייבט מיר איך האב געזאגט תהלים די נאכט, איך האב געדאוונט אז כאטש איינער זאל איבערלעבן, איך קען נישט טראכטן פון דעם אומגעהויערן ווייטאג, איך האב נישט קיין טענות אויפן באשעפער, אבער אויף די אמעריקאנער פערד, אויף זיי האב איך שוין איינמאל טענות, פארוואס זענט איר פאר'עקשנ'ט צו זיין פערד, איינער צווינגט אייך, עס איז עפעס א מצווה אין דער קאנסטיטוציע, צו גאר אין דעם נייעם טעסטאמענט צו זיין א פערד?

ווען וועט איר זיך שוין אמאל אויפוועקן?

דער (פינטעל) איד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:17 pm

· #158944
דאס איז אמעריקע נעבעך. א מלכית של חסד פאר רוצחים

דער (פינטעל) איד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:25 pm

· #158945
אין אמעריקע איז נישטא דער באגריף פון נקמה. וואס אפילו אין די תורה זעט מען אז דער טאטע למשל וואלט געמעגט טון מיט דעם מערדער כטוב בעיניו, אין דעם הינזיכט זענען די אזויגעריפענע צוריקגעשטאנענע לענדער סך בעסער. פינקט יעצט האב איך געליינט אין די נייעס אז עפעס א סוני איסלאמישע טעראר גרופ האט אטאקירט ביים איראנער גרעניץ און געהארגעט 16 איראנער סאלדאטן. האט יענער איראנער שטאט וואס איז ביים יענער גרעניץ ארויסגענומען פון זייער תפיסה 14 חברה פון יענע טעראר גרופ וואס זיצט שוין א שטיק צייט ביי זיי אין תפיסה און זיי אלע געהאנגען! צו דאס איז יוסטיץ ווייס איך נישט, אבער א זיסער נקמה און א למען ישמעו ויראו איז עס שוין איינמאל.

היימישער ליטוואק » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:45 pm

· #158952
@הדד בן בדד @דער (פינטעל) איד
על פי הלכה וואלט אויך נישט גווען קיין הריגה אין די גאס, דער טאטי טאר נישט הרג'ן אלס נקמה.
יש אלהים שופטים בארץ.

הדד בן בדד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:50 pm

· #158953
היימישער ליטוואק
@הדד בן בדד @דער (פינטעל) איד
על פי הלכה וואלט אויך נישט גווען קיין הריגה אין די גאס, דער טאטי טאר נישט הרג'ן אלס נקמה.
יש אלהים שופטים בארץ.


איך דאך צוגעענדיגט דארט, ליינט זייט מוחל ביזן סוף.

איך אויך » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:53 pm

· #158955
דער (פינטעל) איד
אין אמעריקע איז נישטא דער באגריף פון נקמה. וואס אפילו אין די תורה זעט מען אז דער טאטע למשל וואלט געמעגט טון מיט דעם מערדער כטוב בעיניו, אין דעם הינזיכט זענען די אזויגעריפענע צוריקגעשטאנענע לענדער סך בעסער. פינקט יעצט האב איך געליינט אין די נייעס אז עפעס א סוני איסלאמישע טעראר גרופ האט אטאקירט ביים איראנער גרעניץ און געהארגעט 16 איראנער סאלדאטן. האט יענער איראנער שטאט וואס איז ביים יענער גרעניץ ארויסגענומען פון זייער תפיסה 14 חברה פון יענע טעראר גרופ וואס זיצט שוין א שטיק צייט ביי זיי אין תפיסה און זיי אלע געהאנגען! צו דאס איז יוסטיץ ווייס איך נישט, אבער א זיסער נקמה און א למען ישמעו ויראו איז עס שוין איינמאל.

ניין דאס איז אויך נישט גערעכט, דעם מיטל האבען די נאציס ימש"ו אסאך גענוצט סיי אקעגן די אידן און סיי אלע אנדערע איירופעישע פעלקער וואס זיי האבן אונטערדרוקט און כמובן איז עס נישט לעגאל לויט די אינטארנאציאנאלע חוקים.

ווייל ממנ"ש איזעך זיי געקומען טויט שטראף האסטו עס געדארפט טוהן ביז יעצט ,איזעך עס זיי נישט געקומען און דו הרגס'ט זיי נאר אלס נקמה אויף עפעס וואס זייערע חברים האבען געטוהן ,איז דאס יוסטיץ?

דער (פינטעל) איד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:57 pm

· #158957
איך האלט אויך אז ס'נישט יוסטיץ. פינקט אזוי איז אבער נישטא יוסטיץ אין אמעריקע אויפן אנדערן עקסטרעם.

איך אויך » זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:01 pm

· #158960
עקסטרעמיזם איז קיינמאל נישט גוט אין לעבן (שיטת קאצק האלט אנדערש ואכמ"ל).

Josh » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:01 am

· #159009
פון צווישן מערב וועלט לענדער איז גראדע אמעריקע די מערסט פרימיטיוו און שטרענג בנוגע יוסטיץ. אין פילע, איך מיין אפילו רוב סטעיטס איז אפיציעל דא טויט שטראף, ווי אין אייראפע טרעפסטו דאס? אזאנע לאנגע תפיסות טערמינען אונטער אזאנע רישעות'דיגע אומשטאנדן, ווי חוץ אין אראבישע אדער דריטע וועלט לענדער איז דאס דא?

הדד. נאך א סיבה פארוואס מען ברויך עם הינריכטן: אז מען שפארט עם איין לעבנסלענגליך קען ער שטארק חרטה האבן, און וועלן אנהייבן א נייע לעבן. עס איז נישט מענטשלעך עם מער קיינמאל נישט געבן א געלעגנהייט נאכאמאל אנצוהייבן א לעבן, אויף א טאט ער איז באגאנגען ווען ער איז געוועזן לאמיר זאגן הויעך אויף דראגס, יונגערהייט. אז מען רוימט עם יעצט אראפ באשר הוא פה, איז זאכליך, און פארשטענדלעך.

איינער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:07 am

· #159010
@הדד בן בדד די לייק איז פארן ארויסברענגען דיינע ווייטאג געפילן, נישט ח״ו פאר vigilante justice, איך פארשטיי ווען עס פאסירט אזא מעשה קאכט די בלוט, אבער דאס האט נישט קיין פלאץ אין א ציווילאציע.

איינער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:19 am

· #159011
פרישער
אבער ווען א איד מעדערט, למשל לוי אראן ימ"ש, דאן פארשייט אפילו דער גוי אז דאס איז הויפט נייעס, אזא זאך פאסירט נישט, נאר אמאל אין א יובל, איך בין נישט חושד אז די האסט דאס נישט געוויסט.


די סיבה פארוואס עס איז געווען נייעס איז צוליב וויאזוי ער האט געהארגט, און עס איז געקומען נאך א שטארק פובליצירטער געזוך.

גנדי » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:30 am

· #159012
ווי אזוי קענען מיר חסידישע אולטרו-ארטאדאקסישע אידן ארויס ווייזען אונזער מיטגעפיל און מיטלייד פאר אונזערע כינעזע שכנים?

פרישער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:37 am

· #159014
שיק אהין א קראנץ בלומען

זיי עס מקבל באהבה

איך וועל דיך טרייסטן, מן הסתם זענען זיי געוועין א גלגל פון א גרופא מערדערער, און זיי האבן נישט געקענט אפנעמען זייער חלק און העווענע, ביז ווי לאנג זיי ווערן נישט געשענדעט, אלעס איז זיכער לטוב,מיר פארשטייען נישט דו וועגן פון קדב"ה, טרייסט זיך ביטע,

פרישער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:44 am

· #159016
איינער
פרישער
אבער ווען א איד מעדערט, למשל לוי אראן ימ"ש, דאן פארשייט אפילו דער גוי אז דאס איז הויפט נייעס, אזא זאך פאסירט נישט, נאר אמאל אין א יובל, איך בין נישט חושד אז די האסט דאס נישט געוויסט.


די סיבה פארוואס עס איז געווען נייעס איז צוליב וויאזוי ער האט געהארגט, און עס איז געקומען נאך א שטארק פובליצירטער געזוך.

דעיס איז שקר, ווען אימער דו גאווערמאנט פארטשעפעט זיך און א איד, איז עס תיקף הויפט נייעס, עס זיצן הינדערטער מערדערע ראפיסטן אינדע תפיסות, און קיינער ווייס נישט פון זיי, און אז מען ארעסטירט א איד, איז עס גלייך הויפט נייעס, פארוואס ווייל מען איז אינז דן כחוט השערה, יעדער דשזאדש שיקט מעסעדשעס צו אינזער קאמיונעטי, יעדער גלייכט גינסטיגע נייעס, ממילא ווען מען גיבט פאר ראבאשקינען זיבן און צוואנציג, דאן גיבן דו צייטינגען קידוש, זיי געווינען מיט דעים דו לאטארי, ל"ע או נא לנו.

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 2:20 pm

· #159083
צוריק צום ענין!

וואס זענען געוועהן די מאטייוען פו'נעם מערדער ?

ישמעאל הכהן » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:46 pm

· #159145
שוידער תכסה פנינו!

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 8:57 pm

· #159165
בא יבא רוצח ממדבר סין
לשפוך דם נקי במדת הדין
שדי יונק וקטנים יקרים
להרוג אם על הבנים
זועקים אנו בקולות וביללות
לבינו נקרע לגזרי גזרות
אוי מה קרה לעולם לאחרונה
שבני אדם כחיות על זה אני בוכה

עץ השדה » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:43 pm

· #159178
איך וויל פארשטיין וויאזוי איז די גוי אריינגעקומען? האט ער זיך איינגעבראכען? איין זאך איז זיכער אז דאס איז א שרעקליכע מעשה, מען וועט דארפן צושטעלן מער קעמערעס.

הרב_שלום » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:57 pm

· #159182
די רוצח האט נארוואס אימעגערירט פון כינע (לעגאל צן אומלעגאל ווייס איך נישט) און איז איינגעשטאנען ביים פאמיליע זייענדיג א קרוב מיטן טאטען און כינע האט ער נישט מצליח געווען ווערענדיג פארשיקט פון יעדע דזאב וואס ער האט געהאט

דער (פינטעל) איד » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:00 pm

· #159184
נישט נארוואס. ער איז שוין דא זינט 2004

ניו יארק » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:06 pm

· #159186
און ער קען נאך נישט קיין ווארט ענגליש

outspoken » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:08 pm

· #159188
מ'קען נישט קוקען אויף די פיקטשור, ס'רייסט שטיקער

גאנצל » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:14 pm

· #159190
[ציטאט אראפגענומען]



made in china

דער (פינטעל) איד » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:18 pm

· #159193
גראדע איז עס מעיד אין אמעריקה

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:16 am

· #159231
הדד, עס איז גאנץ מסתבר אז ער וועט באקומען טויטשטראף. (אפשר נאר ווען מען הארגעט א פאליציי מאן? ניו יארק האט עפעס זייער שווערע געזעצן וואס מאכן כמעט אוממעגליך צו געבן טויט שטראף, אבער אויב איז דא א פאל ווען מען גיט יא, איז דאס דער פאל וואס מען דארף ווען געבן).

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:21 am

· #159234
אגב פון די נייעס קעפלעך האב איך פארשטאנען אז דער רוצח האט געזוכט אזיל רעכט דא אין אמעריקע, איך ווייס נישט אויף וואסערע באזיס. ער איז געווארן אפגעזאגט, און פארארדנט צו דעפארטירן פון אמעריקע פארגאנגענעם יוני, נאר פארשטייט זיך אז ער איז נאך אלס דא, נו נו, יעצט בלייבט ער שוין דא...

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:40 am

· #159243
דעת תורה
הדד, עס איז גאנץ מסתבר אז ער וועט באקומען טויטשטראף. (אפשר נאר ווען מען הארגעט א פאליציי מאן? ניו יארק האט עפעס זייער שווערע געזעצן וואס מאכן כמעט אוממעגליך צו געבן טויט שטראף, אבער אויב איז דא א פאל ווען מען גיט יא, איז דאס דער פאל וואס מען דארף ווען געבן).


ניו יארק'ס טויט שטראף געזעצן זענען געגאנגען שלאפן אין 2008. ס'איז נישט דא אין עפעקט טויט שטראף אין ניו יארק. א רויע געזעץ צו פארסירן טויט שטראף אויף מורדים פון פאליציי און דאס גלייכן, האט געפעסט די ניו יארק סענאט אבער איז געבליבן שטעקן אין די אסעמבלי אין 2005. די איינציגסטע וועג צו באקומען טויט שטראף איז דורך פעדעראלע טויט שטראף געזעצן. די לעצטע טויט שטראף אין ניו יארק איז געווען אין יאר 1963.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:51 am

· #159246
רויטע איר מאכט א טעות. עטליכע חדשים צוריק האט א אינגער שחור באקומען טויט שטראף אין ניו יארק. ער האט געהארגעט 2 שווארצע פאליציאנטן צען יאר צוריק. גראדע האט זיך דארט אפגעשפילט נאך א אינטערעסאנטע זאך , זיצעדיג אין תפיסה איז ער גוט געווארן מיט א פרוי סעקיוריטי גארד און זי האט געהאט א קינד פון עם!

דער (פינטעל) איד » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:55 am

· #159248
פון עם רעד איך
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Ronell_Wilson">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Ronell_Wilson</a>

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:03 am

· #159249
דער (פינטעל) איד
רויטע איר מאכט א טעות. עטליכע חדשים צוריק האט א אינגער שחור באקומען טויט שטראף אין ניו יארק. ער האט געהארגעט 2 שווארצע פאליציאנטן צען יאר צוריק. גראדע האט זיך דארט אפגעשפילט נאך א אינטערעסאנטע זאך , זיצעדיג אין תפיסה איז ער גוט געווארן מיט א פרוי סעקיוריטי גארד און זי האט געהאט א קינד פון עם!


מאכסט א גרויסע טעות! ער לעבט נאך! ער איז געווארן געסענטעסט צו טויט שטראף יארן צוריק, און דעם זוממער האט אן אפיעלס קארט עס באשטעטיגט. דאס אלעס איז אונטער פעדעראלע געזעץ. די פעדס האבן איבערגענומען די קעיס נאכדעם וואס די ניו יארק סטעיט סופרים קארט האט געזאגט אז אינטער ניו יארק געזעץ קען ער אויף קיין פאל נישט באקומען טויט שטראף.

signout » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:55 am

· #159342
איך הער אז מתעסקים האט גערייניגט די הויז, וואס איז פשט?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:01 pm

· #159347
רויטע וואנצעס
מאכסט א גרויסע טעות! ער לעבט נאך!

אי משום הא, לא ראי'. טויט שטראף נעמט איבער 20 יאר אויסצופירן אין אונזער דעמאקראטישע אמעריקע.
נישט אז איך בין מחולק מיט דיינע ווערטער, נאר די זאץ איז נישט קיין ראי' לדבריך.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:06 pm

· #159350
ס'איז נישט א ראי' ס'איז א מציאות. איך האב מיך באצויגן צום פאקט אז די לעצטע מאל טויט שטראף איז געווארן אויסגעפירט אין ניו יארק, איז געווען 1963.

שעפטל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:01 am

· #179483
נו שוין, היינט אין קאורט האט ער זיך דערקלערט משוגע, און ער קענישט שטיין אויפן סטענד. וועט ווערן אפגעפירט אין משוגעים הויז ביז ער וועט זיך אויסניכטערן

ליפא » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 11:20 pm

· #303488
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2015/10/08/nyregion/brooklyn-man-pleads-guilty-to-killing-cousins-wife-and-4-children.html">http://mobile.nytimes.com/2015/10/08/ny ... ldren.html</a>

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 1:18 am

· #303515
שמאקעס. ער איז שוין מסודר. ער האט זיך איינגעהאנדלט קעסט אויפן גאנצן לעבן.

א נאדל פליז...
בלאט: 1 2