☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מחלוקת מונקאטש בעלזא...

מחלוקת מונקאטש בעלזא...

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5039

זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:12 pm

· #158491
מחלוקת מונקאטש בעלזא...
נע די טעמע איז נישט עכט ריכטיג...

לעצטענס בין איך געוואר געווארען (כ'האף ס'איז נישט ערגעץ געשריבען אינעם שטיבל) וואס סאיז געווען די מחלוקת צווישען מונקאטש און בעלזא

הערטס א מעשה:

אין מונקאטש איז געווען א מלמד וואס האט מאלעסטעט קינדער, דער דרכי תשובה האט עם מנדה געווען,
איז ער געלאפען קיין בעלזא, און דארט האט מען עם שטארק מקרב געווען, דער מלמד אפערענטלי איז געווען א חשובער יונגערמאן, און בעלזא האט נישט געוואלט גלייבן די מעשה וואס מונקאטש האט געזאגט אויף אים (סאונדס פעמיליער?)
די מעשה גייט אז ווען ר' ישכר דוב מ'בעלזא איז געקומען וואוינען אין מונקאטש איז דער מלמד מיטגעקומען און איז געווען פון די מקורבים

אין מנחת אלעזר חלק ג' סימן ע'ו שרייבט ער זייער שארף אויף בעלזא, בין הדברים שרייבט ער:

ואמרנו (בדרך צחוק מכאיב) שהפלא שרבותינו הפוסקים אסרו כ"כ ופסקו בדיני הלכות נדר וחרם, עד שבשו"ע יו"ד יש בזה (בסי' של"ד) מ"ח סעיפיס גדולים, מלבד הנו"כ
(ובתשו' הספרדיים האריכו בזה ברוב ספריהם כ"א בשאלותיהם), ולא כתבו ארבעה תיבות בקצרה תכלית פרטי הדינים "יסע לבעל"זא והותר הכל"

איז די שאלה (מן הסתם שוין דיסקאסט דא... ווי ???) טוען רבנים גענוג צו פריווענטן מאלעסטערס פון שעדיגען קינדער?

איך פרעג באמת, וואס די גאס זאגט ווייס איך, אבער כ'האב נישט געהערט די זייט פון רבנים וואס זיי זאגן.

תשובה אינעם מנחת אלעזר

שרייבער » מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 9:53 pm

· #158689
טויש די קעפל צו
טוען רבנים גענוג צו פריווענטן מאלעסטערס פון שעדיגען קינדער?

וואס ווילסטו פון מונקאטש בעלזא?

אגב דעם מלמד האט מען גערופן דער שווארצער לייבוש

אגב ס'איז דא א מעשה אז איינע פון די דיינים אין מונקאטש האבן געהאט א חלום ווי דער שווארצער לייבוש קומט און בעט אים מען זאל אראפנעמען דעם חרם פון אים, דער דיין האט אים געזאגט איך קען גארנישט טון דארפסט גיין צום רב, ווען ער איז אויפגעשטאנען צופרי האט ער געהאט אז דער שווארצער לייבוש איז נפטר געווארן

outspoken » מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 10:08 pm

· #158695
דער באוויסטע שווארצע לייביש.

זאל_זיין » זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:31 am

· #158815
איך הער אז דאס האט צוגעברענג די מחלוקה

ידען » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:42 am

· #159048
מע שרייבט דא רמזים?

יך ווייס נישט וועגען די מחלוקות פון מונקאטש און בעלז.

ווער איז שווארצע לייביש? און נאך דערצו די באוויסטע..

מנשה לוסטיג » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:12 pm

· #159116
כ'ווייס אז אסאך זאכן פלעגט מען מיר זאגן ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין, אינטערעסאנט אז נאר די זאכן האט מען אזוי אפגעפאטערט.. און יעצט הער איך שוין פארוואס..