☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » מען שיסט יעצט! (א פילם)

מען שיסט יעצט! (א פילם)

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5035

ממרום שלח אש » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:20 am

· #158345
מען שיסט יעצט! (א פילם)
לאמיר דא ארויפלייגן ווען עס איז דא א אקטיווע פילם שוטינג (שיסעריי) אין אדער ארום היימישע געגענטער.

יעצט באקומען א באריכט, אין ווילי ביי בראדוועי, מען שטעלט עס פאר ווי אין אנפאנג 1900, מען האט אויפגעשטעלט א מארק אא"וו

ווער ווייסט מער דיטעילס, בילדער, נאמען פון די מאווי זאל אפדעיטן.

(סארי פאר די שרעקעדיגע קעפל, איך שיס פאר ערשטע פלאץ אויף שנהיה לראש אווארדס.

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:24 am

· #158347
אויף Harrison Ave ביי Hooper St האט מען דינסטאג אראפ גענומען אלע dot סיינס פון די גאס געזאגט האבען זיי אז עס גייט זיין א פילם פון די 1800

ממרום שלח אש » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:28 am

· #158348
שטימט, פון דעם רעדט מען.

ידען » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:50 pm

· #158366
.
📎 image.jpg 📎 image.jpg

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:26 pm

· #158378
וואס וועלן זיי טון מיט די AC אין די פענסטרס?

היימישער » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 7:08 pm

· #158463
געטראכט די זעלבע

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 7:50 pm

· #158468
פאטא און מאווי עדיטינג.
די ac's, די טראפיק ליכט, די גאס פעך, די נייע גאס לאמפ, די טרעין שטאנגן, אלעס גייט.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 9:43 pm

· #302004
וואו האט מען געמאכט א מאווי ערב יום כיפור אין בארא פארק?

שבת אחים » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 9:58 pm

· #302005
אויף 9th ave/42 st האב איך געזעהן ערב יוכ״פּ ווי משיסט א מאווי, די באווויסטע actress פון The Sopranos Drea de Matteo איז דארט געוועהן איך בין פונקט דורך געפארן האב איך געכאפּט אפאר בילדער.

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:00 pm

· #302006
זיי מהנה דעם עולם מוצאי הצום און לייג ארויף די בילדער, ביטע.

וכדומה.. » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:03 pm

· #302007
מ'האט געפילמט א טיווי סיריעס וואס גייט זיך אנהייבן אין January, מיט די נאמען shades of blue, די גאנצע שאו איז בעיקר אין ברוקלין, און סהאנדלט זיך פון קאראפטירטע פאליס אפיצירן.

<a class="postlink" href="http://www.nbc.com/shades-of-blue">http://www.nbc.com/shades-of-blue</a>

שבת אחים » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:05 pm

· #302009
געוואלדיג
זיי מהנה דעם עולם מוצאי הצום און לייג ארויף די בילדער, ביטע.


נשים? כהאב געמיינט אז מ׳מעג נישט ארויפלייגן קיין בילדער פון פרויען דא?

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 10:08 pm

· #302010
טאקע נישט, ישר כח פאר זיין פארזיכטיג, א גמר חותם חיים, פאר דיר און פאר אלע אידישע ברודער.

קאצקע ציקער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:27 pm

· #302028
שבת אחים
געוואלדיג
זיי מהנה דעם עולם מוצאי הצום און לייג ארויף די בילדער, ביטע.


נשים? כהאב געמיינט אז מ׳מעג נישט ארויפלייגן קיין בילדער פון פרויען דא?

טא וואס דארפסטו דערמאנען אז דו האסט געכאפט בילדער אז דו לייגסט עס ממילה נישט ארויף?..

פאפיטעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:15 am

· #302039
די לעצטע פאר וואכן האט מען געפילמט אין מאנסי ביי רעמסן און 59, איינער מיט מער דעטאלן?

אפשר » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:37 am

· #302049
דא שטייט וועגן די מאווי וואס מען כאפט דא אפ.

שצם_חנכל » מאנטאג מערץ 14, 2016 4:35 pm

· #324919
No Parking till Tmrw night on Lee Lynch - Middleton, Middleton Lee - Bedford & Lynch Bedford - Lee due a Movie Shoot
<a class="postlink" href="https://twitter.com/WMSBG/status/709090780661547008">https://twitter.com/WMSBG/status/709090780661547008</a>