☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צוויי מאל חתונה מאכן א יונגסטן קינד?!

צוויי מאל חתונה מאכן א יונגסטן קינד?!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5034

ימי קדם » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:19 am

· #158344
צוויי מאל חתונה מאכן א יונגסטן קינד?!
דאס איז מער א שאלה.

נעכטן האט אין מאנסי חתונה געמאכט זיין יונגסטער טאכטער, רבי ישראל האגער, וויזיניצער רבי'ס זוהן.

זאגט מיר איינער אן אינטערסאנטער זאך:
אויף ווי ווייט ער ווייסט איז נישטא נאך אזא מציאות אויף די וועלט, דהיינו: חתונה מאכן צום צווייטן מאל א יונגסטער קינד, פונעם זעלבן ווייב!!!
תשנ''ה, האט ער חתונה געמאכט זיין זיבעטער און יונגסטער קינד, טאקע נישט קיין סאך קינדער אבער נארמאל. יעדער איז געווען ביים חתונה וויסענדיג אז דאס איז זיין יונגסטער קינד, און ער וועט נישט חתונה מאכן פאר א גוטע פאר יאר, ביז צו זיין עלטסטער אייניקל ( חתונה געהאט תשס''ו).
אבער, א יאר דערויף, האט ער געהאט נאך א קינד!! און נעכטען האט זי חתונה געהאט.
בין איך נייגעריג, מו עס איז דא איינער וואס ווייסט פון נאך אזא מציאות אין כלל ישראל?

גראדער » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:48 pm

· #158365
ליפא לויפער פון קרית יואל, נאכנישט געמאכט דעם צווייטן אינגסטן קינד. אבער ער האט געהאט נאך א אינגסטן קינד נאכן חתונה מאכן דעם ערשטן אינגסטן קינד.

ימי קדם » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:03 pm

· #158371
פון איין ווייב? און וויפל קינדער האט ער?

פיקציע » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:16 pm

· #158374
יא פון איין ווייב.
ער האט 2 קינדער בס״ה.

ימי קדם » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:09 pm

· #158394
אה... צוויי קינדער איז נישט קיין דמיון....

ער האט שוין איר אייניקלעך פון 7 יאר אלט, און ער אליין איז שוין 64, מילא עס איז אינטערסאנט סתם אזוי אויך.

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 2:43 pm

· #158404
ר' ברוך מאשקאוויטש (מכניס אורחים) האט אויך געהאט די 2טע קינד הי''ו אפאר יאר נאכן חתונה מאכען די ערשטע.

ימי קדם » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 3:05 pm

· #158408
פיין, די אלע רעדסטו נישט פון חתונה מאכן א גאנצע משפחה, און נאכדעם נאכאמאל.

הערשי » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 7:34 pm

· #158465
לויט די חשבונות פון ימי קדם האט א 45'ציגער ר'ישראל שוין געהאלטן נאכן אויסגעבן שבעה בנים אין תשנ"ה. דאס איז א שטיקל קניינעהארע.

ימי קדם » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 10:58 pm

· #158503
יא, ממש אזוי.
ער האט חתונה געהאט ביי די 17, און האט חתונה געמאכט די זיין ערשטע קינד ביי די 17, שטימט שוין?