☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » עשו - סלובודקא

עשו - סלובודקא

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5024

זאל_זיין » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 7:14 am

· #158103
עשו - סלובודקא
איך האב נישט גענויע מקורות (חוץ פון ר׳ אביגדור מילר) אבער סאיז באקאנט אז די סלובודקא ישיבות האבען אראפ געלייגט דעם עשו גאנץ אנדערש ווי מ׳האט מיך געלערענט און ווייט פון מרס אקערס פיקטשארס
בעסוקלי זאגען זיי אז נאר נעבען יעקב איז עשו געווען א לא דברניק אבער בעצם לאמיר זאגען העט ער געלעבט היינט וואלט ער געווען קאנסידערד א גרויסע צדיק
און אלע עבירות וואס ער האט געטון איז פארענטפערט
למשל וועם האט ער דען געהרגט, נמרוד
די איסור אין גילו עריות איז עס דאך געווען פאר מתן תורה אאוו.
אויב איז דאס אזוי נו וואס איז מיט פרעה ער רעדט מיט גאט, וואס איז ער עפעס א שגץ? עטליסט עקארדינג צו די מי השילוח קען ער נישט זיין סתם א גארנישט וואלט דאך די תורה נישט געשריבן גאנצע פרשיות פון אים
נו ווי שטעלט זיך דאס אפ ווער וואלט געווען א רשע בדורינו און ווער איז נאר א רשע נאר בדורותיו
די מי השילוח אין פנחס פארשטיי איך, סגייט אריין אין די סוגיה פון בחירה
אבער לויט סלובודקא וואס איז מיט אלע אנדערע רשעים אין די תורה

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 8:23 am

· #158105
אזא נזיד עדשים געמישאכץ... עשו וואלט זיך מחיה געווען.

זאל_זיין » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 8:39 am

· #158106
קאווע טרינקער
[color=#BF0000]אזא נזיד עדשים געמישאכץ[/color]... עשו וואלט זיך מחיה געווען.


וואס זאגסטו?

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:32 am

· #158145
זאל_זיין
קאווע טרינקער
[color=#BF0000]אזא נזיד עדשים געמישאכץ[/color]... עשו וואלט זיך מחיה געווען.


וואס זאגסטו?


יא יא 'די דריי ליצים'
מאו, לערי אין קורלי...

סאו וואט » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:23 pm

· #158164
אפשר מאכט מען טאקע אן אשכול, פון די דריי סטודזשעס.
מיט אלע זייערע מימרות

היימישער ליטוואק » זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:57 pm

· #158862
<a class="postlink" href="http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=11&sid=906f9e76fd8e882723d160a5959ab3a9">http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... a5959ab3a9</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 10:23 am

· #159845
ר' אייזיק שעהר ר"י סלאבאדקא אין יוראפ פאר'ן קריג ווען דער ישיבה איז געפארען קיין חברון איז ער געבליבען אין ליטא. נאך דעם איז ער געקומען קיין בני ברק און געגרינדעט דער סלאבאדקא ישיבה. ער האט געשריבען אויף דער מדת החסד פון אברהם אבינו. דער חזו"א האט רע'אגירט "ער נעמט זיין הויזען און מעסט אברהם אבינו דערמיט". ווען ער האט גערעט פון עשו און עבו"ז איז ס'מיינט נישט ממש די עבירות וואס מ'טראכט נאר עפעס העכער'ס, האט דער חזו"א שטארק געבייזערט. "אויב אזוי איז מעמד הר סיני אויך נישט מעמד הר סיני". בדרך כלל רוב גדולי ישראל האבען נישט געהאלטען פון די דרך פון די מוסר'ניקעס, און ר' אייזיק שער האט בפרט געקראגען פון זיי. ער איז געווען דער רבי פון דער ר' אביגדור מילר אין סלאבאדקא, און דערפאר נעמען רוב ליטווישע ישיבה'לייט נישט אהן זיין מיינונג אין רוב זאכען. ער האט געכאפט חסידים וואס ווייסען נישט בעסער און בעלי תשובה, אבער עכטע ישיבה'לייט האט ער כמעט נישט געכאפט.

אחד העם » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 10:56 am

· #159849
הדברים ידועים, עס איז פארהאנען און קובץ אגרות צוויי בריווען איבער דעם ענין, איינס בנוגע עם ישראל בתקופת נביאי הבעל, און איינס בנוגע עם ישראל במצרים, וואס מען זאגט אז עס איז געשריבען געווארן צו דעם שערער... און די בקורת און אמונה בטחון קעגן די מוסר'ניקעס איז אויך געצילט קעגן אסאך פון זיינע געדאנקען, און די געדאנקען פון דער אזוי גערופענער וואלקאניק'ר ראש ישיבה צמח אטלס, און זיינע געדאנקען איז אנגעקומען צום חוזה דורך דעם חוזה'ס א תלמיד חיים גראדה, וכבר עלו קמשונים על הדיון, וכבר נתבארו הדברים בספר חשוב הנקרא ''החזון איש'' מאת הרב בני בראון ה' יאריך ימיו,

און דער שערער ענדעלט אביסעל מיט זיינע געדאנקען צום איזשביצער, וואס בדרך אגב האט מרטין בובר אויך גענומען געוויסע פון זיינע געדאנקען פון די איזשביצע תורות עכ''פ זיין בליק אויף אברהם, אים צורופען אנשטאט אברהם אבינו, אברהם הרואה, און זיין ביאור אויף די עקידה האט ער אויך גענאשט פון איזשביצע, בקיצור דער שערער מיט זיין תלמיד מילער האבן איין צד השווה, אז אומוויסענדע חסידים און בעלי תשובה האבן זיך געדרייט ארום זיי, און געמיינט אז קענען און פארקויפען וויסעכוואס, במקום וואס זיי זענען גאנץ שוואך און די נושאים, און בנוגע מילער איז עס נאך עד היום אזוי, נערנים'לעך וואס וויסען נישט גארנישט ווערן עקסיידעט ווען זיי הערן מילער'ן, אה, איך דערמאן זיך אז און הפעמון איז שוין דיסקוטירט געווארען די אויבען דערמאנטע נושא

שוין גענוג געפיסקעוועט...

זאל_זיין » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 12:24 am

· #160247
איך בין נישט זיכער ווער און פארוואס ווערט אטאקירט דא...
אין משנת ר׳ אהרן אויך א סלובודקר תלמיד איז דא א גאנצע תורה אויף די מהלך
נישטא מער ישיבישער פלאץ איי וואלד טינק
נישט נאר בעל תשובה און אומוויסנד חסידים דא נישט אזוי?

אחד העם » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 12:32 am

· #160248
אטאקירט??? רח''ל, חס מלהזכיר.. קלערט נאר אויף, אז שערער איז געווען א לופטיג.יונגעל, און זיין תלמיד.מילער די זעלבע, און לופטיגע יונגען זיך געדרייט ארום זיי, און ווערט רעדט נאך, אז צו זיין א בר פלוגתא.מיט'ן חוזה, זענען קיינע פון די צוויי ראוי בכלל.
וועגן ר' אהרן, דארף מען דאס זען,
בדרך אגב, וויפיל ישיבישע קענסטו וואס לערנען.משנת ר' אהרן אויף השקפה,.און לייקווד, קלויבט דאס שטויב.און שאפע....

זאל_זיין » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:12 am

· #160252
וואס רעדט איר?
מילר מיינסטו ר אביגדור מילר?
ס׳נישט גרינג צו פאללאוען וואס איר זאגט
נישטא מעד ישיביש ווי לעקוואד איי וואלד סעי און ר׳ אהרן ברענגט דאס אראפ עס א פשוטע אנדערסטענדינג
איך כאפ נישט אייערע פאזיציעס

אחד העם » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:53 am

· #160257
זאל_זיין
וואס רעדט איר?
מילר מיינסטו ר אביגדור מילר?
ס׳נישט גרינג צו פאללאוען וואס איר זאגט
נישטא מעד ישיביש ווי לעקוואד איי וואלד סעי און ר׳ אהרן ברענגט דאס אראפ עס א פשוטע אנדערסטענדינג
איך כאפ נישט אייערע פאזיציעס

דארף מען מעיין זיין און ר' אהרן,
די ישיבישע זעלבסט קוקען נישט צופיל און ר' אהרן אויף השקפה,
פון וועלכע פאזיצע רעדסטו???

petergrifin » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:59 am

· #160259
װען מען שרײבט געהעריגע זאצן אין אידיש אדער אפילו אין פרידיש װאלט מען געקענט מיט האלטן..

זאל_זיין » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:02 am

· #160262
נו זיי מעיין א"י"ן ר' אהרן

עמממ ער איז דע טאטע פון די ישיבה וועלט, סתם שיסען מעשיות?

אסאך על הגאולה'ס אין סטמר קאלעקטען שטויב, וואטס יור פאוינט?

ר' מילר איז אנגענומען איבעראל (ביי חרדישן פרום עולם) וואס איז אייער פראבלעם מיט איהם?

זאל_זיין » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:05 am

· #160266
סלאזט מיך נישט רעדאגירען אין דעם אשכל

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 12:06 pm

· #160386
אחד העם, ס‘איז נישט קיין וועג אזוי צו רעדען אויף מענטשען. אמת, דער חזון איש האט שטארק גערעדט
אבער נאר אויף די רייד פונ‘ם ר‘ אייזיק‘ן נישט אנגערופען א שערער וכדו‘
ווידער ר‘ אביגדור מילר איז נישט געווען קיין קטלא קניא באגמא , נאר זיין חידושים זענען נישט איבאראל אנגענומען. ביטע רעדען מיט דרך ארץ