☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ניו יארק סיטי

ניו יארק סיטי

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5012

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:55 am

· #157876
ניו יארק סיטי
ניו יארק סיטי גרויס ווי א לאנד,
נאנט און ווייט זייער באקאנט,
מיליאנע אויף א שטח א קליינע,
יעדער לויפט די וועג זיינע,
איינער לויפט נאכ'ן באס איינער נאך געלט,
נישטא קיין מנוחה מ'וויל כאפן די וועלט,
הויפט און עקאנאמיא אויך הויפט אין שמעק,
טראפיק איבאראל אן קיין עק,
גאט האט באשאפן מ'זאל לעבן מיט בריאה,
אבער אין ניו יארק א נייע יצירה,
יאגן נאכ'ן עתיד ביז די קבורה,
צום אכול לחמך בשמחה א אפענע סתירה,
די הארץ אומעטיג די געדולד אויסגעלאפן,
אזא גליק! נאך א דאלאר געטראפן,
וואוינט אין א קליין צוקנאקט דירה,
צאלט גרויס צו זיצן אין תפיסה,
גערודער ארום די זייגער,
קארס טראקס און פאליציי כסדר,
מ'ארבייט צו צאלען בילס גאר גרויס,
קאר, יוטיליטי, רענט אדער הויז,
מ'איז מקיים בזיעת אפיך,
תאכל, נישט לחם נאר חייך,
אונזער קינדער אין א גייסט פון בהלה,
ניו יארק סיטי איז פאר אונז א קללה,
נאסטאלגיע איז אבער אונזער משוגעת,
צו וואוינען 1000 מענטשען פור גאס,
זאל מען שוין הערן שירה חדשה, גאולה לידער,
די שופר זאל אבער זיין די לעצטע גערודער.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:31 pm

· #158043
פאפ, פאפ, פאפ, פאפ,
נישט לאזן קיין מנוחה,
אוי וויי וויי וויי וואס פאר א צרה,
נישט לאזן קיין מנוחה אין קיין שום גאס,
די נערוועזקייט איז זייער זייער גרויס,
און אלע אידעלעך פון גרויס ביז קליין,
פייפן אין די נערווען אריין.

נהורא נפישא » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:41 pm

· #158044
הויפט אין שמעק ? וואס איז דאס ?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:45 pm

· #158047
די שמעק און שטינק קעפיטאל פון די וועלט.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:25 am

· #158079
גערוך וואלט בעסער געווען, און הויפט איז ממש נישט באנוצט אין דעם זין צווישן ערוואקסענע.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:40 am

· #158084
קריטיק איז געזונט איך בין מקבל. און פאעזיע מוז מען אבער אמאל ניצן ווערטער אז די גראם זאל שטימען און אויך אז ס'זאל פליסן. אסאך מאל ניצט מען איבער די זעלבע ווארט און איין שורה ס'זאל קלינגען בעסער, למשל, הויפט און עקאנאמיא אויך הויפט אין שמעק. די ווארט גערוך איז גראדע א שווער ווארט צו גראמען, הערט זיך זייער שווער ביים ענדע פון א שורה, שמעק איז א שענערע ווארט והמבין יבין די מליצה.

טשולענט » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:06 am

· #158089
וואנצל, מיט דעם ביסטו גערעכט אז אין א שטיקל פאעזיע קען מען נישט מאכן קיין דין ודברים וועגן א ווארט ארויף א ווארט אראפ, ס'דארף זיך הערן שיין און צום זאך.

אבער מיט די חלק וואס דו זאגסט אז די ווארט גערוך קען מען עפעס נישט ארומארבעטן איז אביסל צושאנד געלייגט פאעזיע, מ'קען שיין ארומארבעטן, ס'נעמט אביסל צייט אבער נאכדעם איז דא א דבר השלם, צום ביישפיל:
קרי:
הויפט אין עקאנאמיע אויך הויפט אין גערוך
די טראפיק איז א גרויסע בראך

כתיב:
הויפט אין עקאנאמיע אויך הויפט אין גערוך
די טראפיק לאזט קיינמאל נישט נאך

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:15 am

· #158092
טשולענט

הויפט אין עקאנאמיע אויך הויפט אין גערוך
די טראפיק לאזט קיינמאל נישט נאך


זייער שיין!