☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » Who vs. Whom

Who vs. Whom

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5010

אויסדריקלעך » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:39 am

· #157722
Who vs. Whom
איז איינער באקאנט מיט די כללים פון Who און Whom?

אין מיינע אמעראצישע אויגן זעט עס אויס ווי גאנץ א קאנפיאזינג ווארט, איך וואלט שטארק אפרישיעיטעט אביסל קלארקייט אין דעם ענין.

נהורא נפישא » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:58 am

· #157724
Who= ווער
Whom= וועמען

מ גפני » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 10:19 am

· #157732
How = וויאזוי

I'm back » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 10:29 am

· #157734
Who's = וועמענ'ס

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:14 am

· #157744
נהורא נפישא
Who= ווער
Whom= וועמען

נישט אינגאנצן אמת.
Who's car is this? = וועמענ'ס קאר איז דאס.

נהורא נפישא » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:16 am

· #157745
אליצפן
נהורא נפישא
Who= ווער
Whom= וועמען

נישט אינגאנצן אמת.
Who's car is this? = וועמענ'ס קאר איז דאס.

וועמענ'ס שאני.

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:23 am

· #157746
יעדער סענטענס כמעט האט א object און א subject. דהיינו איינער וואס טוט/זאגט עפעס איז דער subject, און איינער וואס צו אים איז עפעס געזאגט/געטון געווארן איז דער object. למשל, 'איך האב אים געבעטן עפעס' אין דעם סענטענס בין איך דער subject דהיינו דער וואס טוט, און אים איז דער object.
יעצט די כלל איז אז ווען מ'רעדט פונעם subject זאגט מען who, למשל who said that, who did that. און ווען מ'רעדט פון די object זאגט מען whom, למשל
to whom did he say it, to whom did you give it.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:57 pm

· #157765
לעצטענס איז געווען א באשרייבונג אין א גוי׳שן צייטונג וועגן די פארגעסענע ווארט whom

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:12 pm

· #157766
דער (פינטעל) איד
די פארגעסענע ווארט whom

פארגעסענע ווארט??? אפשר ביי חסיד'ישער אידן איז עס פארגעסן.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:20 pm

· #157769
איך גלייב נישט אז יענער מאגאזין האט גערעדט פון אידן. איך געדענק נישט ווי סאיז ערשינען אפשר אין אטלאנטיק אדער רידערס דיידזשעסט.

דא איז עפעס ענליך
<a class="postlink" href="http://www.economist.com/blogs/johnson/2012/10/grammar">http://www.economist.com/blogs/johnson/2012/10/grammar</a>

אויסדריקלעך » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 3:14 pm

· #157797
שכח אליצפן, איך מייו אז איק זענט 100 פראצענט גערעכט.

איך ווייס אז ס'איז דא א צומישענעש אין די גוישע גאס אויכעט איבער דעם ווארט, און אין אסאך טעקסט בוקס ווערט די כלל איגנארירט.

הערשי » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 4:51 pm

· #157814
אמעראצים, וועמענ'ס איז whose. ווידערום who 's איז ר"ת who is.

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 6:01 pm

· #157824
הערשי
אמעראצים, וועמענ'ס איז whose. ווידערום who 's איז ר"ת who is.

גערעכט ס'געווען א טייפא. געווענטליך איז s' א possesive pronoun, like moshe's car, האב איך מחמת רגילות געשריבן who's, אבער די ריכטיגע ווארט איז whose.

יאיר » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 6:07 pm

· #157827
ווער קעגן וועמען?

נהורא נפישא » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 6:22 pm

· #157829
הערשי
אמעראצים, וועמענ'ס איז whose. ווידערום who 's איז ר"ת who is.

נאך א וויכטיגע גראמאטישע כלל
Boy= יינגעל
Boys= יינגלעך
Boy's = דאס יינגעל'ס
'Boys= די יינגלעך'ס
ללמדך וויפיל דער קוצו של יו"ד מאכט אויס.