☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ישיבה "אור חדש" פראג (קרית יואל)

ישיבה "אור חדש" פראג (קרית יואל)

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5004
בלאט: 1 2

hopefully » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:01 pm

· #157590
ישיבה "אור חדש" פראג (קרית יואל)
ס'דרייט זיך ארום אויף וואטס-עפ א הערליכער קליפ פון ישיבה אור חדש פראג פון קרית יואל.
טאקע זייער שיין זיי קוקען אויס ווי נארמאלע בחורים מען לערנט מען דאווענט מען שטייגט און דער עולם האט א גוד טיים, כ'הער אויך אז יעדער בחור לערנט זיך דארט אויס א פאך דורך פראפעשענאל טיטשערס, און א גרויס חלק קומען צוריק אן אין א גרויסע ישיבה גדולה.

מאידך גיסא זענען דאך אזעלעכע ישיבות נישט מעין-סטרים ווייל פאקטיש לערנט מען דארט ווייניגער און ס'דא בחורים דארט וואס מען האט ארויסגעווארפן פון אנדערע ישיבות. און ליידער זענען די סארט ישיבות נישט ארויפגעקוקט ביים היימישן צבור מחמת סיבות שונות כידוע. וואס האלט דער עולם זענען די מעלות און די חסרונות.

דא האט איר דעם קליפ.

hopefully » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:03 pm

· #157591
thanks outspoken

outspoken » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:11 pm

· #157594

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:16 pm

· #157595
זייער שיין, כה לחי!
לאכן לאכט דער וואס .... (עיין בהחתימות)
די וועלכע לאכן זענען עתיד ליתן את הדין, און זיי וועלן נישט לאכן צו לאנג... עמיר זיין ווען זייערע קינדער וועלן זיין אין דעם מצב, צי זיי וועלן נאך אלץ לאכן 'מחמת סיבות שונות'. די וועלט איז נישט הפקר.
די איינציגסטע קורץ-טערמיניגע חסרון וואס איך קען טראכטן, אז מאנכע משפחות וועלן מאכן פראבלעמען ביי שידוכים. אבער איך וואלט נישט געוואלט אזעלכע מחותנים און משפחות וואס לאכן אפ פון יענעם, פאר מיינע קינדער.

שמו יגער » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:26 pm

· #157598
hopefully
ס'דרייט זיך ארום אויף וואטס-עפ א הערליכער קליפ פון ישיבה אור חדש פראג פון קרית יואל.
טאקע זייער שיין זיי קוקען אויס ווי נארמאלע בחורים מען לערנט מען דאווענט מען שטייגט און דער עולם האט א גוד טיים, כ'הער אויך אז יעדער בחור לערנט זיך דארט אויס א פאך דורך פראפעשענאל טיטשערס, און א גרויס חלק קומען צוריק אן אין א גרויסע ישיבה גדולה.

מאידך גיסא זענען דאך אזעלעכע ישיבות נישט מעין-סטרים ווייל פאקטיש לערנט מען דארט ווייניגער און ס'דא בחורים דארט וואס מען האט ארויסגעווארפן פון אנדערע ישיבות. און ליידער זענען די סארט ישיבות נישט ארויפגעקוקט ביים היימישן צבור מחמת סיבות שונות כידוע. וואס האלט דער עולם זענען די מעלות און די חסרונות.
דא האט איר דעם קליפ.

מעלות
1) א בחור וואס דארף אנקומען צו אזא ישיבה איז שוין סיי ווי אראפגעקוקט ביי אונזער ציבור. זיין גיין צו אזא ישיבה קען אים גאר הייבען אין זיין מצב אדער אפילו ראטעווען פון זיין מצב
2) אין איינקלאנג מיט דעם איז אז פון א גרויסע ישיבה פאלט אזא בחור ארויס פון דעם סיטעם מה שאין כן דא
3) פערזענליכע אנטינשין- ווער וואלט אנגעקוקט אזא בחור אין א גרויסע ישיבה? - דער קלענער דער עולם דער גרעסער די שמחה
חסרונות
1) אסאך מאל מאכט זיך אז א בחור ווערט גאר אראפגעשלעפט פון די מדריגה וואס ער האלט ביי ביים גיין צו אזא ישיבה. ווייל ער טרעפט שנעלער איינער וואס איז שוואכער פון אים.....
2) איך וואונטש די הנהלה הצלחה וכל טוב אבער ליידער זענען די ישיבות זייער טייער אויפצוהאלטן אין זיי מאכן זיך צו שנעלער ווי אנדערע אין מען דארף שוין ווידער זיכען א ישיבה פאר'ן בחור וכו'

shem-tov » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:40 pm

· #157601
איך ווער משוגע פאר דעם קליפ, הערליך שיין. אשריך ר' יהוסף!!! איך ווייס פון א פאל ווען עלטערן האבן זיך שרעקליך געמוטשעט מיט א נארמאלן געזונטען בחור וואס מען האט ארויסגעווארפן ווייל דער בחור'ל האט נישט געהאלטן ביים לערנען, און אנדערע ישיבות האבן אים נישט געוואלט אננעמען און די וואס יא האבן געבעטן שווערע טויזענטער שכר לימוד און ר' יוסף האט אים צום סוף אריינגענומען און ממש אוועקגעשטעלט אויפן פלאץ, דער בחור לערנט שוין דארט גאנצע צוויי יאר קוים וואס ער קומט אהיים אמאל פאר א שבת, די ישיבה איז פאר זיין משפחה געווארן די גאנצע ישועה, ער בעט נישט קיין סאך און זיין סיסטעם איז איינס אין דער וועלט. ער גייט שוין אן ב"ה פינעף יאר זאל אים דער אויבערשטער ווייטער שיקען הצלחה און ברכה

smart » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:42 pm

· #157603
ישיבת פראג, כמותך ירבה בישראל!!!

איז דעעס די זעלבע ישיבה ווי קוממיות?

שרייבער » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:56 pm

· #157610
smart
ישיבת פראג, כמותך ירבה בישראל!!!

איז דעעס די זעלבע ישיבה ווי קוממיות?

מיינסט תלפיות? ניין

smart » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:58 pm

· #157611
יא, טעיתי

shem-tov » זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:05 pm

· #157613
קינות טעיק א טשיל פיל, און מעק אויס דיין תגובה אויב האסטו טענות אויף א יוד רוף אים צו דין תורה אדער הייב אן א נייע אשכול.
מנהלים ביטע נעמט קעיר

וועפערייזער » זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:14 pm

· #157615
שיינע חברה!
איך וויל נעמען פון זיי א חתן פאר מיין טאכטער.

hopefully » זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:19 pm

· #157616
דער פראג'ער ראש ישיבה איז א גאר געלונגענער יונגערמאן א איש מוצלח אין אלע הינזיכטן און האט נאך פאר קיין יוד נישט וויי געטאן און אוודאי נישט באגנבט, סך הכל האט ער זיך נישט געלאזט פון א באקאנטן גבר אלים. און די גערעגטער זאלסט ווייטער שעלטן און בלאזן און באשמוצן מענטשן והכל על מקומו יבא בשלום.

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:28 pm

· #157617
עפעס שמעקט נישט גוט דא מיט די נייע ניק
קודם ברענגסטו סתם א קליפ וואס דרייט זיך ארום, און נאכדעם קענסט דו אים שויןו זייער גוט
וואס איז דיין ציל?
ווילסט פאנדרעיזען פאר די ישיבה?

hopefully » זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:32 pm

· #157620
you got it sushi fish, and everything smells ok by me

zurich » זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:03 pm

· #157625
איז עס די זעלבע ווי תלפיות?
מעיג א בחור דארט האבן אינטערנעט?

מ גפני » זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:08 pm

· #157629
שרייבער
smart
ישיבת פראג, כמותך ירבה בישראל!!!

איז דעעס די זעלבע ישיבה ווי קוממיות?

מיינסט תלפיות? ניין

וואס איז די חילוק צווישן די צוויי? מיר קוקט דאס אויס די זעלבע

פאריז » זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:12 pm

· #157630
הערליך הערליך, די סארט ישיבת איז די עתיד פון כלל ישראל, ווייל דער גיטע בחור וועט אייביג סייווי זיין מסודר, עס איז די בחורים וואס עס זענען נישט די גרעסטע מציונים מיט וועם מען וואפט זיך ארום, עס דארף זיין נאך 10 אזעלכע ישיבות.

++++

יעצט אביסל אדווייז, לפי ראות עיני וואלט די קליפ געווען א דבר השלם אלמלא ער ווייזט ווען אויפן קליפ ווי און ווי אזוי ער לערענט אויס די בחורים ליינען און שרייבען א פליסיגען, בעסיק עקסעל און קויקבוקס, עס איז א מאסט צו האבן אלץ יונגערמאן.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 20, 2013 5:27 pm

· #157639
אוטספאוקען: ייש"כ פאר דעם הערליכן קליפ. און כאטש דער קליפ איז צוזאמגעשטעלט פאר קאמערשעל פוירפאסעס און ער ווייזט נאר די מוצלח'דיגע מאמענטן, דאך איז עס דערפארישענד צו זעהן בחורים וועלכע זענען פרייליך און צופרידן. דעיס איז א ישיבה וועלכע איז גוט פאר אלע סארט בחורים. נישט נאר "די שוואכע". דאס איז דער חיסרון מיט די גרעסערע ישיבות וועלכע רעכענען זיך נישט מיט א געוויסן פראצענט תלמידים און זייערע פארלאנגען. מ'זאגט זיי "ס'געפעלט דיר נישט, קענסטו גיין". אדער אפילו די ישיבות וועלכע וואלטן יא געווען מער בויגזאם און פארראכטן דעם סדר הלימוד, האבן מורא דאס צו טון מחמת די מיעוט עקסטרעמיסטן און מצומצמ'דיגע מוחות וועלכע וועלן זיי באשולדיגן אין זיין "רעפארמער". בלייבט אלעס ביים אלטן. און דעריבער איז דא אזא גרויסער פראצענט נושרים. 😎 👍

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 20, 2013 5:36 pm

· #157641
סאשי פיש
עפעס שמעקט נישט גוט דא מיט די נייע ניק
קודם ברענגסטו סתם א קליפ וואס דרייט זיך ארום, און נאכדעם קענסט דו אים שויןו זייער גוט
וואס איז דיין ציל?
ווילסט פאנדרעיזען פאר די ישיבה?

און ווען יא?! וואס איז ראנג?! דער קליפ איז דאך אמת!!! 😢

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:07 pm

· #157645
@berlbalaguleh איך האב גארנישט קעגען די ישיבה, פשוט ווי דו זעסט האט מען געדארפט מעקען א תגובה און אויף דעם האב איך מיך באצויגען.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/157606">viewtopic.php?f=24&t=5004&p=157606#p157606</a><!-- l -->

shem-tov » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:33 am

· #157718
איינער ווייסט וואסערע פראפעשאן מען לערענט מיט זיי דארטן, אין אמת'ן אריין וואס קען מען שוין ערווארטן פון די סארט טייערע בחורים וואס לערנען ווילן זיי נישט לערנען, זיך אויסלערנען און באקומען א היי סקול דיפלאמע קענען זיי דאך אויך נישט, דאס פארלאנגט זיך דאך א יגיעה רבה יומם ולילה אין אלע פינעף סובזעקטס פאר אסאך יארן, נו וואס יא, איז עס דען א פשוטע בעיבי סיטינג סערוויס. וואס האלט דער עולם וואלט געווען כדי צו לערנען מיט בחורים אז ס'זאל אים בכלל אינטערסירן און ער זאל עפעס אויך האבן דערפון שפעטער אין זיינע יארן און איך רעד נישט פון פליקען טשיקענס אדער פיקסן א נייע טיש איך רעד פון א שטיקל פיוטשער

outspoken » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:47 am

· #157720
דארט איז נישטא קיין מענעדזער קעכער אא''וו, יעדער בחור האט א דזשאב, און אויך א בודזשעט, אזוי לערנען זיי זיך אויס די פאך.

אויסדריקלעך » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:26 am

· #157721
אויסגעצייכענט! א שפאלט אין דער פעסטער מויער פון דער סיסטעם. מיט נאך אפאר אזאלכע ישיבות, וועט עס זיין א גוטע בעגינינג.

די איינציגע זאל וואס באדערט מיך איז דער פערסעפשען וואס דער עולם האט דא כאילו די ישיבה איז נאר געמאכט פאר אזאלכע בחורים "וואס דארפן עס", אבער אינאמתן איז דאס די ריכטיגע ישיבה וואס יעדער בחור וואלט געדארפט זיין. א ישיבה ווי מ'לערענט תורה עם דרך ארץ.

כה לחי!

דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 2:30 pm

· #157790
דער פראבלעם מיט די סארט ישיבות איז, אז אממייסטנס באשטייט עס פון בחורים וואס זענען בגשמיות אויך נישט מסודר (על כל פנים אזוי קוקט מען עס אן אין די גאס, אויב עס איז נישט אזוי זאל מען עס שרייבן), אבער סתם געהעריגע געזונטע בחורים וואס זענען פשוט נישט געאייגנט צו לערנען האבן נישט קיין מקום וואו צו גיין.

פאריז » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 4:33 pm

· #157811
דעת תורה
דער פראבלעם מיט די סארט ישיבות איז, אז אממייסטנס באשטייט עס פון בחורים וואס זענען בגשמיות אויך נישט מסודר, אבער סתם געהעריגע געזונטע בחורים וואס זענען פשוט נישט געאייגנט צו לערנען האבן נישט קיין מקום וואו צו גיין.


גערעכט, אמאל פלעגט מען אזעלכע בחורים - געזונטע בחורים וואס זענען פשוט נישט געאייגנט צו לערנען - שיקען אויף ענגלאנד אדער אנטווערפען, דארט איז געווען עטליכע ישיבות צי שטיפען די צייט און מען האט נישט פארלאנגט פון די בחורים קיין סאך. היינט צוטאגס איז אבער אכשיר דרא און די יוראפעשיע ישיבות פארלאנגען שוין אויך א שטרענגן סדר הלימוד.

שמו יגער » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 5:29 pm

· #157818
פאריז
גערעכט, אמאל פלעגט מען אזעלכע בחורים - געזונטע בחורים וואס זענען פשוט נישט געאייגנט צו לערנען - שיקען אויף ענגלאנד אדער אנטווערפען, דארט איז געווען עטליכע ישיבות צי שטיפען די צייט און מען האט נישט פארלאנגט קיין סאך. היינט צוטאגס איז אבער אכשיר דרא און די ארייפעשיע ישיבות פארלאנגען אויף א שטרענגן סדר הלימוד.

לויט ווי ענק ווילן דא מאכן א בילד איז עס געווען כאילו דארט איז געווען אפיציעל ישיבות מייסוד פאר בחורים אין אזעלכע סארט מצבים אין דער וואס האט געוואלט מקיים זיין דעם " הרוצה לשקר ירחיק עדותו" בשלימות פארשטייט זיך פאר שידוכים צייטן ועוד האט אהינגעשיקט זיין זין
טאמער געדענק איך גוט זענען דאהי סיי אין וויליאמסבורג אין אויך אין בארא פארק אלעמאל געווען "געציילטע" אזוינע ישיבות פאר די בחורים יעדע מיט א אנדערע ספעציעליסים אבער בסך הכל איז געווען דאהי אויך ווי צו שיקן נאר דער עולם האט דאן זיך געשעמט...... האט מען זיי נישט גענוג געשטיצט זענען די הנהלה געפאלן פון די גרויסע לאסט פון די הוצאות אין זיך פארמאכט איינס ביי איינס

פרישער » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:22 am

· #157874
נאך א מזל עס איז דא סערוועילענס כסדר..

hopefully » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:00 pm

· #157922
כ'האב מיך היבש נאכגעפרעגט און אנגעהערט די לעצטע פאר טעג איבער די ישיבה און וויאזוי ס'גייט דארטן די מצב, וואס זאל איך אייך זאגן ס'איז לא יאומן כי יסופר. הן לגבי רוחניות והן לגבי די חלק הגשמי וויאזוי זיי באקומען דארטן א גאר וויכטיגע עדיוקעישאן.

כ'וועל נאר שרייבן אויפן שפיץ גאפל ועוד חזון למועד.

קודם ווי מ'זעהט אויף די קליפ רעדט מען דא פון הונדרעט פראצענט נארמאלע בחורים, זיי האבן נאר פשוט נישט קיין זיץ פלייש. קיין איין בחור דארט איז נישט צוריקגעשטאנען אדער אויף פילען ל"ע.

דער ראש ישיבה און מנהל הישיבה איז הרב יוסף שווארץ אדער יהוסף פון די שווארץ משפחה פון קרית יואל, דער זעלבער וואס האט געמאכט א תיקון גדול אין די שמות לגניזה פיעלד מיטן אפקויפן לעצטענס א ריזיגן שטח צום באגראבן. ער איז דער מנהל און מייסד. ער לערנט אליינס פאר עטליכע שעורים א טאג דארטן.

די צוויי ר"מ זענען געקליבענע ת"ח פון קרית יואל וואס זיי לערנן פאר די גמרא שעורים,

הרה"ג ר' וואלף בראווער שליט"א
בעמח"ס סוכות שלם

און הרה"ג ר' ברוך לעווי שליט"א
אב"ד בנין אריאל אמסטערדאם

דערנאך איז דא דארטן אינגעלייט וואס לערנען מיט די בחורים ווי הר"ר ר' אהרן שמואל קליין און הר"ר יואל יאקאבאוויטש ועוד אברכים יקרים, אויך דריידט זיך דארטן משגיחים חשובים שכנים טובים ווי הר"ר מרדכי יצחק שימענאוויטש אז די בחורים זעהן פאר די אויגן א דמות פון א חסידישן יוד.

אויך קומט דער חלק הדרשות, כסדר קומען גיטע יודען און רעדט צו די בחורים דברים של טעם.

די ישיבה איז אויסגעשטעלט ווי א קליינע משפחה מען פראוועט הערליכע שבתים, און ליל ששי'ס און אנדערע יומא דפגראס, די בחורים האבן זיך אן אייגענער בענד.

איינע פון די שטערקסטע זאכן וויאזוי פראג'ער ישיבה איז אוועקגעשטעלט און ווי אזוי ער בויט אויף זיין סעלף עסטיעם איז אז ער פארלאנגט כסדר פון יעדען בחור אז ער זאל זיך אליינס פארשרייבן ווי אזוי ער וויל זיין לעבן זאל אויסקוקען, נאכאמאל און נאכאמאל, ער מאכט זיי שרייבן די שווערסטע זאכן אפי' זיי אליינס גלייבן נישט אז ער וועט דאס קענען עררייכען, און דאס מאכט דעם בחור ניצן זיין שכל און טראכטן וואס וויל איך באמת. און ווי אזוי וועל איך דערצו צוקומען.

לגבי סעלפאונס און אנדערע מאשינדלעך ווייס איך נאכנישט פונקטלעך זייערע פאליסיס.

א וויכטיגע נקודה צוצולייגן איז אז אין די ישיבה איז נישטא אזא מין מושג אז א בחור רעדט פריוואט מיט אן איינגעשטעלטן אין א פארמאכטן מקום אדער אליינס אין א קאר ואפי' מיטן ראש ישיבה, ס'דא א סטעדש אין ביהמ"ד וואס דארטן קען דער בחור רעדן מיטן מחנך און ס'איז היבש פריוואט אבער קיינמאל בשו"א אין א פארמאכטען מקום דאס איז פון די שטערקסטע תקנות וואס די בחורים ווייסן פון ווען מ'קומט אריין ביז מ'גייט ארויס, אויך איז דא דארטן עפעס אפטנארמאל אסאך סעקיוריטי קעמערעס, פארשטייט זיך אלעס מחמת סיבות טובות.

יעצט איבער די סיסטעם, ראשית זענען די בחורים איינגעשפאנט אין די הלוך ילך פון די ישיבה און יעדער האט זיך זיין תפקיד וואס ער מוז ערפילן און יא! ער באקומט אביסל באצאלט. איינער איז קעכער און איינער איז בעקער, ס'דא א וועקער און א בדק הבית גבאי און א איינקויפן גבאי און א צייכענער און א חברה ומקדשי תיראו, און אויך א רייניגער און א מקוה גבאי און א וועש וואשער ועוד ועוד. און אלע מיזן טאן זייער ארבעט בשלימות מיט א פונקטליכער חשבון.

דאן לערנט מען זיי אויס צו פירן א בודשעט אויף געלט און אויף צייט.

יעצט לגבי ענגליש, נאכן דן זיין בכובד ראש וואסערע ענגלישע לימודים צו לערנען מיט די בחורים, און נאכן פרובירן עטליכע מאל - דורך פראפעשאנעל טיטשערס - צו לערנן מיט זיי פאר א דשי. אי. די. טעסט אזאך וואס האט זיך נישט געקענט אויסארבעטן, היות דאס איז שרעקליך שווער פאר אונזערע יונגע קינדער האט די הנהלה מחליט געווען אז מען גייט לערנען בעסיק ריעל עסטעיט. אזאך וואס זיי זאלן האבן מער חשק און געדולד, זיי זאלן קענען זעהן א פיוטשער און פארשטייט זיך ווערן סערטיפייד ביי די שטאט, דורך נעמן אן עקזעם, כעין א דיפלאמע.

און ווי נישט ווי איז דאך ריעל עסטעיט א יודישע ביזנעס נאך מימות אברהם אבינו ועד היום הזה...

אומר ועושה ס'קומט אראפ א טיטשער און מען לערנט דארטן אלע בעיסיק ענינים וואס מען דארף צו קענען צו באקומען א ריעל עסטעיט לייסענס. ס'איז טאקע זייער שווער אבער גאר אינטערסאנט מען לערנט איבער געזעצן, איבער פארשידענע בילדינגס, איבער לענדלארד טענעטס, איבער אפרעיזאלס, איבער אינטיריער פון הייזער און עקסטיריער, פלאמבינג, עלעקטריק וכד' און אויך לערנט מען איבער טעקס און אינשורענס. ועוד

די אויפטו איז, קודם אז ער פילט גוט ער לערנט זיך עפעס אויס, און אויך אז שפעטער וועט אים דאס מוראדיג צוניץ קומען הן אויב וועט ער זיין אין ריעל עסטעיט פאר זיך אליינס, צו מענעדשען פאר אנדערע, צו אפי' ער וועט וועלן גיין צו אנדערן פאך. ער לערנט איבער מארטגעדשעס, הייזער, פארקלודשער, ער לערנט איבער עוויקשאנס, ער לערנט זיך מענעדשמעט בכלל. דאס אלעס וועט אים גאנץ ווארשיינדלעך צוניץ קומען.

פארשטייט זיך אז אפי' דאס קומט נישט אן גרינג צו לערנען מיט די בחורים אבער דאס איז דער סיסטעם דארטן.

איבער די פראגע ס'איז דאך ידוע אז זיי בעטן בכלל נישט קיין גרויסע שכר לימוד נא, כסף מנלן, צו דעם וועל איך מיך שוין צוריקערן אן אנדערס מאל.

אז איינער ווייסט נאך עפעס אינטערסאנטס זאל ער שרייבן אדער מיר שיקען פריוואט.

shem-tov » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:06 pm

· #157924
הערליך הערליך באשריבן. עס קוקט אויס ווי א שטארקע זאך. מנהלים אפשר וואלט כדי געווען צו טוישן דעם קעפל צו ישיבה אור חדש פראג אויב ס'איז נאך ערלויבט

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:39 pm

· #157928
געטוישט.

זייער שיין באשריבן! דאס הארץ וואקסט פון פרייד. כה לחי, וירבו כמותם!

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:48 pm

· #157951
איך האלט נישט אז דו האסט זיך נאכגעפרעגט די לעצטע פאר טעג, עס איז קלאר אז דו האסט געמאכט דעם ניק בכוונה תחילה צו פאמפן די ישיבה. עס איז א שאד, עס פעלט סתם נישט אויס דער דורכזיכטיגער שלייער, איך מיין די הנהלה האט נישט קיין שום פראבלעם דא אז מען קומט אריין בכוונה תחילה צו סעילסן א פראדוקט, ספעציעל א גוטן פראדוקט וואס איז קרוב ללבם פון די חברי ה'שטיבל.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 3:00 pm

· #157957
דעת תורה
איך האלט נישט אז דו האסט זיך נאכגעפרעגט די לעצטע פאר טעג, עס איז קלאר אז דו האסט געמאכט דעם ניק בכוונה...


חתימה:
...מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו

hopefully » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 3:59 pm

· #157965
גלייב מיר דעת טייערער, איך האב מיט די ישיבה גארנישט איינגעשטויסן, יא איך קען די ישיבה אלץ א קרית יואל איינוואוינער, כ'האב שוין אויך געדאווענט אמאל אין פראג שבת, און איך קען ר' יוסף אויך, אבער עד כאן.

איך האב געזעהן די קליפ אויף וואטס-עפ און כ'בין פשוט פארגאפט געווארן דערפון, כ'האב עס שוין איבערגעקוקט צען מאל, כ'קען ליידער אן א שעור בחורים וואס וואלטן ווען געהאלפן געווארן אין אזא סטייל ישיבה און למעשה דרייען זיי זיך אויף די גאסן פארקלעמט און צובראכן צוזאמן מיט זייער משפחה בשעת די בחורים דארטן זעהן אויס גליקלעך און צופרידן. האב איך מיך גוט נאכגעפרעגט און ב"ה איך הער געוואלדיגע זאכן, אמת כוואלט געטאן אלעס אין דער וועלט צו פאמפען די ישיבה, אויב זיי וואלטן מיך געבעטן.

דערווייל האב איך גארנישט מיט די ישיבה כ'ווייס אפי' נישט די ציל פון די קליפ, איין ניק האט מיך שוין אפי' געפרעגט אין פרייוואט די קאנטאקט אינפארמעישאן פון פראג, און צו זיי נעמען נאך אן בחורים דעם זמן האב אים געזאגט קוק אין טעלעפאן בוך. כ'ווייס נישט. עכ"פ יהי' איך שיהי' אזעלעכע ישיבות פעלט זיך אויס זאלן זיי מצליח זיין.

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:50 am

· #158138
כבוד הרב האפענטליך, שלום עליך,

צו די ארבעטס יא פאר זיי צו נישט, איז מיר נישט קיין שום נפק"מ פרעזענטליך, אדרבה אויב ביסטו א בחור פון דער ישיבה אין פאר דיר האט מען צוגעשטעלט דער PR חלק, טיסטו א פיינע ארבעט. מיר האבען א כלל קבל הדברים ממי שאומרם, נישט קיין חילוק דער גאנצע נושא.

וואס איך וויל יא ארויס ברענגען אז האסט געברענגט דעם קליפ אין צוגעשריבען פרטים וועגן דער ישיבה, אין דאס איז דער וויכטיגסטע. לויט וואס איך האב אנעלעזירט דא, מיין איך אז אזא סארט ישיבה דארף נישט זיין געמאכט בלויז פאר שוואכע בחורים, שוואכע בחורים האט צוויי טייטשען 1) שוואך במידות והשקפה 2) שוואך בלימודים. איז אפילו איינע איז א מצוין אבער מחמת טיבו ומהותו ותכונת נפשו פילט ער זיך נישט דער פלאץ אינעם היינטיגען פאראשטיקענע ישיבה סיסטעם איז 'פראג' א גאלדענע פלאץ. אבער בחדא מחתא אזלינן אז דער ישיבה דערהייבט אויך א בחור וואס איז שוואך בהשקפה ויהדות. אין דאס אז א מיטלדיגע בחור קען ווערן אראפ געשלעפט דורך א שוואכערע קען אין געשעהנט מער אין דער סיסטעם ישיבה, נישט אין א ישיבה ווי 'פראג' וואס טאקע איהר ציל איז אויס צולערנען דיסיפלין נורמאלקייט אין א צוגאנג צום לעבען, צו זיין א אמת'ע בעל בתישע איד.

דער היינטיגע דור אין נאך מער דער קומענדיגע דור דארף זייער נייטיג דער סארט צוגאנג וואס 'פראג' שטעלט צו, צו האלטן אין צו אויס לערנען יודישקייט, וואס דאס מיינט צו זיין א שומר תורה ומצות, אין נישט קיין קנאות וחרמות איסורים וחרמות, וואס דאס ברענגט נאר צו לעצבות ומרה שחורה.

אשריך ישיבה ישיבת 'אור חדש פראג' שזכית לכך, ה' יצליח דרככם, זאלסט קענען אויך אויפשטעלן סניפים אין ווילימסבורג, בארא פארק, ועוד. עטס האטס נישט קיין אנונג ווי שטארק מ'דארף דאס האבען, הלואי זאל זיך דאס מער אין מער זיך אריין ברעכען צום עולם [גולם].

ודי למבין » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 6:53 pm

· #158248
דער ישיבה דארף זיין א וועג ווייזער פאר אנדערע פלעצער און אנדערע ישיבות צו טון די זעלבע.
ליידער זענען שוין צופיל חורבנות געשחטן געווארן אויף די מזבח פון "נערמאלע ישיבות".
עס איז צום האפן אז ממנו ילמדו וכן יעשו אנדערע ישיבות צו ברענגן אביסל נערמאלקייט צו די ביסט יעצטיגע מעסס...

פאריז » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 8:30 pm

· #158262
ודי למבין
דער ישיבה דארף זיין א וועג ווייזער פאר אנדערע פלעצער און אנדערע ישיבות צו טון די זעלבע.
ליידער זענען שוין צופיל חורבנות געשחטן געווארן אויף די מזבח פון "נערמאלע ישיבות".
עס איז צום האפן אז ממנו ילמדו וכן יעשו אנדערע ישיבות צו ברענגן אביסל נערמאלקייט צו די ביסט יעצטיגע מעסס...


ניין, עס איז די טאטעס וואס דארפן מאכען א טויש אין פארלאנגען און זיכען אזעלכע ישיבות,
א מאוומענט הייבט זיך אן פון אינטען פינעם פאלק און נישט פון די פירער, אויב טאטעס וועלן זיכען אזעלכע ישיבות וועלן זיך אסאך ישיבות טוישן צי די גאנג און עס וועט אינטער קימען נאך אזעלכע ישיבות.

MickyMouse » זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:41 am

· #158721
shem-tov
זיך אויסלערנען און באקומען א היי סקול דיפלאמע קענען זיי דאך אויך נישט, דאס פארלאנגט זיך דאך א יגיעה רבה יומם ולילה אין אלע פינעף סובזעקטס פאר אסאך יארן

פארוואס זאגסטו אזוי? איך האב באקומען מיין GED נאך 3 חדשים לערנען אפאר שעה א טאג. איך גלייב אז זיי קענען פונקט אזוי נאך א זמן אדער צוויי אנקומען און קענען די בעסיקס וואס מען דארף צי פעסען די טעסטס.

shem-tov » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:57 am

· #158812
ווי אלט זענט איר דאן געווען מיקי.
איך האב געהערט פון א באקאנטע עסקניות'טע וואס האט זיך געפלאגט אריינצוברענגען דעם געדאנק פון לערנען דעם דשי. א.י. די. ביי אונזערע בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען, טענה'ט זי אז ס'איז פשוט אוממעגליך געווען אפי' אנצוהייבן מיט זיי, דער זעעלבער בחור וואס האלט נישט ביים לערנען גמרא דער זעלבער בחור האלט זיך נישט ביים פלאגן אויף ענגלישע לימודים, צו ווייל ער קען עס פשוט נישט דערהייבן, צי ווייל ער זעהט נישט דעם תכלית, צי ווייל ער האט עי. די. די.

מען האט גענומען א גרופע זעכצען יעריגע שוואכערע בחורים וואס האבן זיך אונטערגענומען אדורכצוגיין דעם טעסט, מען האט זיי איינגעשריבן אין א קאלעדש ערגעץ אין ברוקלין, די חברה זענען אנגעקומען און זיך גענומען אויפירן שרעקליך קינדעריש איינמאל און נאכאמאל, כסדר אריינגעהאקט מיט נערישקייטן, און בכלל נשט גענומען ערענסט די זאך און נישט געלערנט קיין אות אחת וכחלום יעוף די גאנצע עדיוקעישאן.

ס'ווענדט זיך ווי אלט מען איז, ס'ווענדט זיך אין וועלעכע מוסד מ'האט געלערנט, למשל א באבובער וועט עס שנעלער מאכן ווי א סאטמארער, און פארשטייט זיך ס'ווענדט זיך וואסערע קאפ די האסט,

אדרבה ווייסט איינער פון יונגע בחורים וואס האבן דאס יא דורכגעמאכט.

MickyMouse » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:35 pm

· #159198
איך הער וואס די זאגסט. עס מאכט סענס.
איך בין אלט געווען 27. אבער איך גלייב אז אין אן אטמאספער ווי די בחורים זענען ציפרידען מיט די ענווייערמענט, מער ווייניגער, קען מען אפשר מצליח זיין.
איך געדענק ווען איך בין געווען 17-18 האט נחמיה וועבערמאן געמאכט קלאסן זיך צי לערנען קאמפיוטערס, מען האט גענומען טעסטס, עס זענען געווען עטליכע שוערים נאכדעים האט זיך עס גע׳ענדיגט ווייל די שטאט האט נישט באצאלט.
כמעט אלע באטייליגטע האבן געהאלטן דערביי.

hopefully » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:00 pm

· #188488
כ'האב געזעהן אן איוויטעישאן צי א מסיבה לטובת די ישיבה דעם מוצש"ק אין מאנסי. פעסטער רבי אלץ טשערמאן ס'קוקט אויס פיינע נייעס

hopefully » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:04 pm

· #188491
דער אינוויטעישאן

hopefully » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:12 pm

· #188497
הקובץ גדול מדי, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KiB.

hopefully » דינסטאג מערץ 4, 2014 2:32 pm

· #188510
.
📎 IMG-20140304-WA0012.jpg

פאטעטא טשיפס » דינסטאג מערץ 4, 2014 3:12 pm

· #188534
פיזישע איבונגען אין אונזערע ישיבות
אגב; איך זעה אז מען האט דא גע'פאוקעסט אויף די חלק פון זיך לערנען א פאך.

אבער לדעתי קען מען פון דארט ארויסנעמען אַן אנדערע פּוינט: הלמאי - פארוואס גיבט מען נישט פאר אונזערע בחורים די געלעגנהייט זיך אויסצולופטערן אביסל יעדן טאג, וו.צ.ב.ש. פיזישע איבונגען א.ד.ג. [וואס וואלט פערצופאל נישט געווען קיין שלעכטע געדאנק, נעמענדיג אין באטראכט די הויכע צאל יונגע "הארץ" און "צוקער" ליידנדע אין אונזער קאמיוניטי --- 'ונשמרתם מאד לנפשתיכם" איז דען א קלייניגקייט... 😃 ]?!

אדער שפילן בּאל א האלבע שעה יעדן טאג, ווי עס איז איינגעפירט ביי די ליטווישע.

(כ'רעדט פון רונדע דעם יאר, נישט אין די זוממער אין קעמפּ.)

אויב איינער וואלט מיר דאס געקענט עקספּלעינען וואלט איך דאס עפּרישיעטעד.

shem-tov » מיטוואך מערץ 5, 2014 4:53 pm

· #188918
פאטעיטא טשיפ כ'מיין אז די ערשטע סטעפ פאר עקסערסייז זאל טאקען זיין צו פארמינערן אביסל מיט די פאטעיטא טשיפ... נאר א ווערטעל

shem-tov » מיטוואך מערץ 5, 2014 4:55 pm

· #188920
ערענסט גערעדט, איז דאס גוטע נייעס כ'וועל מיך אי"ה זעהן משתתף צו זיין ארויסצוהעלפן דעם נאבעלען ישיבה. כהאב געזעהן היינט באשריבן איבער די מסיבה און איבער זייערע פעולות סאיז באמת דערפרישענד אז סאיז דא אזא פלאץ פאר די בחורים וואס קענען אפשר נישט מיטהאלטן אין געהעריגע ישיבות אבער אויפן גאס דארפן זיי נאך אלץ נישט זיין.

hopefully » מיטוואך מערץ 5, 2014 5:21 pm

· #188929
פייערליכע "דינער השנתי" אינאיינעם מיט "מעמד ברנה יקצורו" וועט פארקומען דעם מוצש"ק לטובת ישיבה אור חדש ד'פראג

מאנסי - מיט ווארעמע געפילן גרייטן זיך תושבי מאנסי צום "מסיבת דינער השנתי" און "מעמד ברנה יקצורו" לטובת די וועלט בארימטע ישיבה "אור חדש דפראג" בהנהלת הרב יוסף שווארטץ שליט"א וואס וועט אי"ה פארקומען דעם קומענדיגן מוצש"ק פרשת ויקרא הבעל"ט אין די זאלן פון "ווינדסאר גאלערי" וואס געפינט זיך אינעם "קאמפארט-אין האטעל" אין נעניועט ניו יארק. ווי ס'ווערט צוגעגרייט א גאר רייכע, שפאנענדע, פרייליכע און אומפארגעסליכע פראגראם לקורת רוח פון אלע משתתפים.

מוצש"ק אום ניין אזייגער וועלן זיך די טירן עפענען צום שיינעם צוגערישטן זאל, ס'וועט זיך גוט דערקענען די שווערע ארבעט וואס די בחורים האבן דא אריינגעלייגט, אלעס מסודר בטוב טעם ודעת. די גבאים וועלן יעדען אויפנעמען בסבר פנים יפות און אוועקזעצן אויף די באשטימטע פלעצער, אויך וועט די בארימטע היימישע בענד פון די פראג'ער ישיבה מהנה זיין דעם עולם מיט שירה וזמרה במשך דעם גאנצן נאכט. ביים דינער וועט ווירקליך געזעהן ווערן דער באקאנטער סלאגאן פון די ישיבה "פאר די בחורים, ביי די בחורים", ווייל געווענליך ווען מען גרייט צי א מסיבה אדער מלוה מלכה שפאנט מען איין עסקנים און כלל-טוער אנצופירן מיט די הכנות און די ווערטשאפט, דא אבער אין די ישיבה וואס אלעס ווערט ארלעדיגט דורך די בחורים זעלבסט, א שטייגער ווי די פארצייטישע ישיבות אינדערהיים, איז אויך די גאנצער מסיבה אהערגעשטעלט געווארן דורך די תלמידים.

יושב ראש: דער מעמד וועט געעפענט ווערן דורכן חשובן יושב ראש המשמח אלקים ואנשים הרב ר' יואל לעבאוויטש נ"י וועלכער איז בארימט מיט זיינע הערליכע דברי בדחנות פון וואס דער עולם וועט אוודאי הנאה האבן, דער טשערמאן וועט אזוי אנגיין פאר עטליכע שעה מהנה זיין דעם עולם אויף זיין אייגענארטיגן שטייגער. ר' יואל וואס איז בארימט אלס נואם בחסד עליון איז בכלל נישט קיין פנים חדשות אין די פראג'ער ישיבה, נאר א ידיד נאמן וואס שטייט אלעמאל גרייט ארויסצוהעלפן בכל נימי נפשו צו די הצלחה פון די ישיבה, דעריבער איז ער טאקע אויסגעקליבן געווארן אנצופירן דעם געהויבענעם מעמד, איבערהויפט ווען דער מסיבה קומט פאר בחודש שמרבין בו בשמחה, סמוך ונראה צום גרויסן טאג פון שמחה ויו"ט פורים הבעל"ט.

בראש וראשון וועט דער יושב ראש באגריסן די אלע וואס זענען אויסדערוועלט געווארן דורך די הנהלת הישיבה צו באקומען א פרס פאר זייער שטענדיגע הילף לטובת די ישיבה. מיטן נזר הכרת הטוב וועט באעהרט ווערן הרבני הנכבד והמפואר מו"ה חיים הערש שטערן נ"י פון קרית יואל דער טאטע פונעם געטרייען גבאי דישיבתינו הק' הב' שמעון שטערן נ"י, פאר זיין אומגלויבליכן איבעגעגעבנקייט פאר די ישיבה ממש בכל עת וזמן. מיטן נזר עטרת זקנים וועט באעהרט ווערן הרבני הנכבד והמפואר מו"ה אברהם זילבערשטיין נ"י פון וויליאמסבורג א זיידע פון א תלמיד. מיט נזר אב השנה וועט באקרוינט ווערן הרבני הנכבד והמפואר מו"ה קלמן אייזענבערג נ"י אב"י אין  מאנסי א טאטע פון א בחור. אויך וועלן באעהרט ווערן נאך תומכים אדירים וואס גיבן זיך אוועק פאר די ישיבה בכל לב ונפש.

דער אורח הכבוד פון די "מסיבת דינער השנתי" און "מעמד ברנה יקצורו" איז געגעבן געווארן פאר ידידינו הרבני הנגיד הנכבד והמפואר איש חי ורב פעלים עושה ומעשה מו"ה בעריש שטערן נ"י פון קרית יואל, א שכן טוב פאר די ישיבה און א שטענדיגער גוטער פריינד.

דאן וועט געהערט ווערן א דרשה פונעם חשובן נואם הכבוד הרבני החשוב בנש"ק הרה"ג יושע מרדכי לייפער שליט"א אדמו"ר מבאניא ור"מ בישיבה אור חדש דפראג. דער רב שליט"א איז ברייט באקאנט אלס משפיע נפלא וואס האט א שפראך מיט יעדן בחור באשר הוא שם, מחזק צו זיין און מעודד זיין און ארויסווייזן א געוואלדיגער ליבשאפט צו יעדעס אידיש קינד.  טאג טעגליך האבן די בחורים הנאה פון דעם צוגעלאזענעם משפיע הגדול וואס גיסט אריין אין די בחורים תורת חיים ואהבת חסד מיט אן אויסערגעווענליכע סבלנות, און אצינד וועט ער אויך מהנה זיין דעם עולם מיט א שיינע דרשה.

דבר הישיבה: דערנאך וועט מען זיך צוהערן צו די דרשה פונעם מגי"ש הרה"ג מו"ה אהרן שמואל קליין שליט"א וועלכע וועט איבערגעבן דעם דבר הישיבה. דער חשובער מגי"ש וועט ארויסהייבן די געוואלדיגע תועלת פון די סארט ישיבות ובפרט אונזער ישיבה ווי דער איינציגער ציל איז אנצוגרייטן דעם בחור צום נעקסטן זמן, ער זאל זיין מוכן ומזומן אריינצוגיין אין א פאסיגע ישיבה גדולה און אזוי זיך משלים צו זיין און שטייגן און זוכה צו זיין אויפצושטעלן א שיינע יודישע שטוב. דער מגי"ש וועט אויך ארויסברענגען די געוואלדיגע פעולות פון די פראג'ער ישיבה און אז אט אזעלכע ישיבות זענען דער עתיד פון כלל ישראל.

היינט פעלט ליידער דער הכרת הטוב פאר קלענערע ישיבות, צומאל פרובירט מען זיך איינצורעדן אז די תועלת פון די ישיבות זענען נישט עפעס אזוי חשוב וויבאלד פאקטיש לערנט מען דאך נישט א גאנצן טאג און מען דאווענט נישט אפשר מיט אזא התלהבות, ממילא וואס א נפק"מ צי ער איז אין א קליינע ישיבה אדער אין א גרויסע ישיבה, און צומאל הערט מען אז וואס איז א נפק"מ זאל ער ארבעטן און אזוי זיין אויף די גאס. ליידער איז דאס א פאטאלער טעות, א בחור מוז זיין אין א ישיבה וואס איז פונקטלעך צוגעפאסט פאר אים, א גרויסע ישיבה איז נישט די זעלבע ווי א קליינע ישיבה, דער היינטיגער גאס איז נישט דער זעלבער ווי דער אמאליגער גאס, היינט איז דער גאס נישט בלויז פארדארבן און קאלט נאר פשוט קארופטירט, ס'איז א גאס פון דראגס, פון שלעכטע מדות, פון השחתה, א גאס וואס זוכט איינצושלינגען את כל הטוב, והעולה על כולנה דארף מען צו זיין א רואה את הנולד. אויך דארף מען געדענקען אז קיין שום ישיבה וויל נישט אננעמען א בחור אויב קומט ער פון די ליידיגע גאסן, אויב אבער האט ער זיך משלים געווען און זיך צוגעשטעלט צו א קלענערע מסגרת ישיבה קטנה, א ישיבה ווי ער איז ב"ה געווען גליקליך און צופרידן, וועלן זיי אים מוזן אנעמען, און פון דארט און ווייטער וועט שוין זיין בלויז נחת דקדושה בעזה"ש.

ס'איז צום ערווארטן אז דער עולם זאל ארויסווייזן הכרת הטוב פאר די ישיבה דורך שטיצן די הייליגע ישיבה, די ישיבה ווי אזויפיל בחורים זענען שוין ב"ה געהאלפן געווארן, אזויפיל שטובער שוין אויפגעראכטן, די זכותים זענען זיכער אומשאצבאר.

מעמד ברנה יקצורו: דער קלימאקס פונעם אוועט וועט זיכער זיין ווען די תלמידים וועלן באעהרט ווערן מיט פרסים. די תלמידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין עטליכע פון די מערערע געהויבענע חבורות וואס די ישיבה שטעלט אהער. די חבורות זענען מיוסד אויף יסודות'דיגע עניני הדת און אויך אויף מנהגים און מדות טובות, וואס ע"פ רוב זענען זיי מלוקט פון ספרים הק' על דברי חז"ל, אצינד ביים מעמד פון ברנה יקצורו איז דער זמן וואס די הנהלה טוט אנערקענען די געוואלדיגע יגיעה פון די בחורים און מען טוט זיי באעהרן. ס'זענען פארהאנען בערך פופציג חבורות אין די ישיבה אין וואס די תלמידים שליסן זיך אן מרצונם הטוב, אחד המרבה ואחד הממעיט, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. (ביים מלוה מלכה וועט זיין צו באקומען די רשימה פרטיות פון די אלע פראגראמען און חבורות ולימודים שונים, ס'איז כדי מעיין צו זיין דערינען כדי צו פארשטיין די אייגנארטיגקייט פון די ישיבה).

אלע בחורים וועלן באעהרט ווערן פאר זייער שטענדיגע ארבעט צו שטייגן מעלה מעלה על במתי התורה ויראה עם דרך ארץ און זיך צוצוגרייטן צו א רייכער עתיד. די אלע וועלן דערנאך ארויפגיין צום אויבנאן און מקבל זיין זיער פרס באגלייט מיט הארציגע ברכות פונעם ראש ישיבה און אנדערע מגי"ש און פון זייערע עלטערן.

דבר התלמידים: דערנאך וועט געהערט ווערן גאר א דראמאטישע געשיכטע פון א גר צדק און מקורב למלכות ביי פילע גדולי ישראל שליט"א. זיין דראמאטישע געשיכטע וועט געהערט ווערן פונעם בעל העובדא זעלבסט, א געוועזענער תלמיד אין די פראגע ישיבה וואס איז אין זיינע יונגע יארן געווארן א גר צדק און וויאזוי ער איז נתעלה געווארן אין די ישיבה. מיט שבח והודי' וועט ער לויבן דעם אויבערשטן און זייע געטרייע שלוחים אין די פראגע ישיבה וואס זענען אים כסדר געשטאנען צו הילף.

משא המעמד: דאן וועט זיך דער עולם צוהערן צום שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א. א גאנץ יאר האבן בלויז די ישיבה בחורים די זכי' צו הערן, אצינד אבער ביים געהויבענעם מעמד וועט דער ראש ישיבה מהנה זיין דעם עולם מיט זיינע השקפות מיוסד על ספרן של צדיקים ובפרט רבינו יואל מסאטמאר זי"ע ועוד צדיקים עובדי ה' תלמידי בעש"ט הק'. ביי די דרשה קען מען ערווארטן צו הערן גאר שטארקע דיבורים געצילט פאר בחורי חמד וויאזוי אנצוגיין ווייטער אין לעבן אפי' אויב מען איז שוין הונדערט מאל אדורכגעפאלן, כי הם חיינו ואורך ימינו און צומאל מיינט דאס טאקע דער אדם לעמל יולד. נאר מיט אסאך סבלנות און געדולד קען מען זוכה זיין צו זעהן נחת און גליק. אויך וועט מען הערן עטליכע שטריכן איבער די דערמאנטע חבורות וואס מען טוט הארעווען אין די ישיבה ובפרט דאס ארויסווייזן הכרת הטוב וואס אין דעם ליגט דער שליסל פאר הצלחה בכל ענינים, דערביי וועט ער זיך ווארעם באדאנקען פאר די אלע וואס העלפן ארויס צו קענען ממשיך זיין מיט די עבודה רבה. און אויך אפעלירן צום ברייטען צבור פאר שטיצע וואס ס'פעלט זיך אצינד זייער שטארק אויס. אויך וועט מען הערן א באריכט איבער די בחורים וואס זענען ב"ה אומגלויבלעך געהאלפן געווארן אין דער פראג'ער ישיבה און ווי זיי זענען ווייטער פלאצירט געווארן אין אנדערע ישיבות וואס דאס איז דאך דער תכלית הענין. צום שלוס וועט ער בעטן א תפלה צום הייליגן באשעפער דער אויבערשטער זאל אונז ווייטער שטיין צו הילף עד הנה עזרונו רחמיך.

נאך ברכת המזון וועט פארקומען די פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות ווי די בחורים וועלן מהנה זיין די באטייליגטע מיט זייערע טאלאנטן דורך די פארשידענע כלי זמר. ליהודים היתה אורה ושמחה. אור חדש על ציון תאיר.

hopefully » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:43 pm

· #189945
ביים דינער השנתי ומעמד ברנה יקצורו מוצש"ק ויקרא תשע"ד שבת התוועדות בישיבה אור חדש דפראג
📎 IMG_50843570157574.jpeg

hopefully » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:44 pm

· #189947
חלק פונעם עולם
📎 IMG-20140312-WA0004.jpg

hopefully » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:45 pm

· #189948
דער אויבן אן
📎 IMG_50808030667828.jpeg 📎 IMG-20140309-WA0201.jpg
בלאט: 1 2