☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הרב מוטה פראנק

הרב מוטה פראנק

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #50
בלאט: 1 2

לבי ובשרי » מאנטאג יולי 8, 2019 12:48 am

· #432796
מעגליך איז זיך איינער מתנדב צו מאכן א שיינעם דאקומענטערי פון אלע חטאים וואס ווערן דא אויסגערעכנט?

יישר כח למפרע
📎 IMG_20190708_004435_350.jpg

חיים יואל » מאנטאג יולי 8, 2019 10:48 am

· #432805
לבי ובשרי
מעגליך איז זיך איינער מתנדב צו מאכן א שיינעם דאקומענטערי פון אלע חטאים וואס ווערן דא אויסגערעכנט?

יישר כח למפרע

''מודעה ראשון בסדרה''..
דאס מיינט אז זיי פלאנירן נאך פאשקעווילן אויף אים, אבער ס'פעלט זיי געדאנקען.

לבי ובשרי » מאנטאג יולי 8, 2019 12:57 pm

· #432822
די אלע שטותים וואס שטייט אויפן אינטערנעט איז כרוך מיט נגיעות און ברסלב'ע מחלוקת.

אבער טייל פון די טענות אינעם פאשקעוויל איז יש דברים בגו און איז א שטארקע מיינעס פאר מוטה.

געוויסע זאכן וואס ער טוט אינעם פארעפנטליכקייט איז א בושה און א חרפה פאר א משפיע וואס האט מענטשן וואס זענען סרים למשמעותו.

א משפיע האט אן אחריות און ער דארף היטן וואס ער זאגט, פאוסט און טוט.

משהה פרידמן » מאנטאג יולי 8, 2019 8:35 pm

· #432846
Re: הרב מוטה פראנק
בעיני ראיתי ווי ער גייט אריין מיט זיין ווייב אין טיאטער איין מוצ"ש דא אין ירושלים.
נישט אז איך האלט קעגן דעם נאר ס'איז מיך געווען זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי ער שעמט זיך בכלל נישט אריין צו גיין דארט.

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

חקרן » מאנטאג יולי 8, 2019 8:53 pm

· #432847
ער האט געדארפט איינעם מחזיר בתשובה זיין דארט.

קורקלענד » מאנטאג יולי 8, 2019 10:04 pm

· #432849
חקרן
ער האט געדארפט איינעם מחזיר בתשובה זיין דארט.

וועלכע נאך עבירות מעג מען טוהן אויפן חשבון איינעם מחזיר בתשובה צו זיין?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 8, 2019 10:10 pm

· #432850
ס'נישט אז ער טוט עבירות, בכלל נישט, ער איז אן ערליכע איד. זיין פראבלעם איז אז ער רעדט זיך איין אז ער קען פייפן אויף די וועלט און די וועלט וועט נישט צוריקפייפן, אדער אפשר ווייסט ער גאנץ גוט נאר ס'גייט אים נישט אן. בין כך ובין כך זענען די מחאות א נאטורליכע רעאקציע פון די בהמות, נישט עפעס וואס מיט וואס אויפריכטיגע מענטשן דארפן זיך רעכענען.

וואלווי » דינסטאג יולי 9, 2019 2:31 am

· #432863
קורקלענד
חקרן
ער האט געדארפט איינעם מחזיר בתשובה זיין דארט.

וועלכע נאך עבירות מעג מען טוהן אויפן חשבון איינעם מחזיר בתשובה צו זיין?


אפשר ווארפן שטיינער? מלבין זיין פני חבירו ברבים? פאשקווילען? לשון הרע?

כך נהוג במדינותינו. מה יעשה הבן שלא יחטא און מחזיר תשובה זיין אין טעאטער..

לבי ובשרי » מיטוואך יולי 10, 2019 12:02 am

· #432936
רביה''ק זי''ע
ס'נישט אז ער טוט עבירות, בכלל נישט, ער איז אן ערליכע איד. זיין פראבלעם איז אז ער רעדט זיך איין אז ער קען פייפן אויף די וועלט און די וועלט וועט נישט צוריקפייפן, אדער אפשר ווייסט ער גאנץ גוט נאר ס'גייט אים נישט אן. בין כך ובין כך זענען די מחאות א נאטורליכע רעאקציע פון די בהמות, נישט עפעס וואס מיט וואס אויפריכטיגע מענטשן דארפן זיך רעכענען.

וואס האט פייפן אויף די וועלט מיט טון זאכן וואס אסאך האלטן פאר אומאויסגעהאלטן עפ"י תורה אדער פאסט נישט תורה'דיג (אויב די אויבנדערמאנטע רשימה איז אמת...)?

ס'איז נישט פשט אז ער טוט זאכן אין די עפנטליכקייט ואוס ער האלט אז ס'איז "נארמאל". די רעדע איז פון געוויסע זאכן וואס פאסט בכלל נישט פאר איינער וועלכער פאררופט זיך אלס משפיע.

נישט אז איך האלט אז ער טוט זאכן שלא עפ"י תורה, איך בין נישט דער וואס זאל מחליט זיין וואס עס איז עפ"י תורה און וואס נישט. אבער ווען מ'רעדט פון טיפיקל פרעמדקייטן, דארף ער, אלס משפיע נישט זיין אויף די ליסטע.
בלאט: 1 2